בלאט 1 פון 5

די גוטע חלקים פון אונזער "סיסטעם"

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:13 am
דורך DotCom
בעז"ה

....אונזער סיסטעם איז פארדרייט! די גאנצע סיסטעם סאקט! דאס איז די ווערטער וואס מיר הערן, ליינען און וויינען אגאנצן טאג, ווער עס דרייט זיך נאר דא אין קאווע שטיבל פאר א קורצע צייט זעהט אז זייער אסאך אשכולות וועלן ביי די פערדע - פיפטע תגובה אריינפארן אין דעם ריכטונג, מען קוועטשט, קריטיקירט און מען קאמפלעינט אויפ'ן סיסטעם, דער סך הכל איז אז דער סיסטעם איז פארפוילט און דער עולם איז אנגעווייטאגט.

און אנגעווייטאגט מיט רעכט, מיר לעבן אין א דור עקש ופתלתול, א שלעכט פארדארבענע דור, א דור וואס די בתי דינים זענען קארופטירט, די רבנים זייערע וואס דארפן זיין אונזערע וועג ווייזער'ס זענען בלויז פארנומען מיט דעמאגאגישע דרשות צו ווייזן אז זיי זענען אין קאנטראל, א דור וואס עקסטרעמיסטישע סיקריקים - די א.ג. 'עסקנים' רייטן אויף אונזער תמימות, און טוהן דערמיט אלעס וואס זייער רשעות'דיג הארץ באגערט, א דור וואס אונזערע גייסטליכע פירער שלאגן זיך צווישן זיך ווי קליינע קינדער און נוצן אונזער בלוט און פלייש פאר זייער סעלפישע נצחונות, א דור וואס די גאנצע חינוך סיסטעם איז טאטאלי צובראכן און שטעלט זיך ארויס אלס א קאטאסטראפאלע דורכפאל, א דור וואס האט אנטוויקעלט א סיסטעם מיט אויפגעבלאזענע לעבנ'ס סטאנדארטן, א דור וואס האט אדאפטירט א באגריף פון 'לעבן פאר יענעם' - דער 'יענער' פייניגט אונז ברוטאליש אויף טריט און שריט, און ועל כולם רויבט ער אוועק אונזער שווער אפגעארבעטער געלטער און לעצט פארבליבענע כוחות הנפש מיט די הויעכע דירה געלטער און שפענדערישע שמחות, א.ד.ג.

אבער, איך וויל נישט דא אריינגיין אין די סיבות וואס האט אונז צוגעברענגט צום 'סיסטעם' און אויך נישט וויאזוי מען קען פאררעכטן דעם 'סיסטעם', סיי ווייל אויף דעם איז שוין דא אשכולות לרחצה און סיי ווייל איך גלייב אז דאס זענען נישט פון די זאכן וואס איז 'בידינו' צו טוישן, כאטש אז עפעס וועט זיך מוזן טוישן בקרוב איז אבער קלאר אז 'מיר' קענען נישט טוישן דעם סיסטעם אזוי זיפענדיג קאווע, ומה שלא יעשה השכל יעשה הזמן און ווי היסטאריע האט שוין באוויזן, אז יעדער דור האט זיך זיינע פראבלעמען און מיט דער צייט טוישט זיך עס, (ומחכים על משיח שיבא ויגאלינו בקרוב), די מערסטע וואס מיר קענען אבער יא טהון און וואס מיר דארפן טהון איז נישט זיך לאזן פאלן פאר'ן סיסטעם, די וועלט זאגט א ווערטל "סוקסעס איז די גרעסטע נקמה", מען קען האבן אייגענע סוקסעס און נקמה נעמען אינעם סיסטעם דורך ארויסנעמען די גוטע חלקים דערפון און לעבן א גוטן לעבן, אז די סיסטעם סאקט - סאקט מען עס צוריק וויפיל עס גייט, און מען לעבט ווייטער פאר זיך א געשמאקן טאג און מען לאכט אין די פויסטן, יעדע שלעכטע זאך האט אין זיך גוטע חלקים, און די חכמה איז צו בורר זיין די אוכל מתוך הפסולת, אזוי ווי רבי מאיר האט געטהון, רימון מצא, תוכו אכל וקליפתו זרק.

איך וויל מאכן א ליסטע פון די נאר גוטע און פאזיטיווע זאכן מיט וואס אונזער סיסטעם און איר לעבנסשטייגער איז געבענטשט, די גוטע זאכן מיט וואס אונזער קאמיוניטי איז געווארן צוגעבינדן און אנגעוויזן מיט די יארן און ווי נישט ווי האבן מיר אלע הנאה דערפון, אמת טאקע אז געוויסע זאכן זענען געבוירן געווארן נאר אדאנק די ביטערע מחלוקת'ער, און אסאך פון די פאזיטיווע זאכן אליינס האבן אויך א שלעכטע זייט, אבער איך וויל דא נאר רעדן פון די גוטע חלק, דאס איז וואס איז מיר נוגע, די אלע שלעכטע חלקים לאז איך פאר די פעסימיסטישע נארנים וואס ווילן ליידן, פאר די ריכטיגע סאקער'ס, די אייביגע לוזער'ס.

איך בעט דער עולם זאל צולייגן סיי וועלכע גוטע זאכן מען דערמאנט זיך נאר, אבער נאר אזעלכע זאכן וואס מיר האבן הנאה דערפון און בענעפיטירן דערפון, נישט קיין חילוק ווער דער מייסד איז, אדרבה אויב איז עס געבוירן דורך א מחלוקה אדער פאליטיק דארפט מען עס הערשט אויסנוצן, אבער פליז זיך האלטן צום נושא און נישט פארפארן, אויסדריקליך נאר אראפשרייבן דא די גוטע חלקים פון די 'סיסטעם'!

וזה החלי:

1. חברה הצלה, ראטעוועט לעבנ'ס טאג טעגליך, דורך זיין קאמינויטי בעיסד האבן זיי שנעלערע צוטריט צום באטרעפנדן.
2. חברה שומרים, היימישע איבערגעבענע וואלונטירן וואס באוואכן אונזער קאמינוטי.
3. חסד - גמ"ח הצלה - לינת הצדק, טראנפארטאציע צו מעדיקל פעסיליטי'ס און היטן קראנקע פון שפיטאל אביוז.
4. חי לייפליין, לעבנסוויכטיג.
5. בוני עולם – עי טיים, א שטאלץ פאר אידן.
6. וועד הצניעות, נאך אלעם היטן זיי אפ אונזערע אוצרות פון פארדארבענע עלעמענטן.
7. פארשידענע גמחי"ם פאר געלט, קליידער, און אלע ערליי פראדוקטן.
8. ס'דא ב"ה אמת'ע עסקנים לש"ש, פאר חינוך, שלום בית, ביזנעס, אידישקייט און לעגאלע פראבלעמען, אסאך זענען בחנם אבער דאס אידיש הארץ קען מען סייווי נישט באצאלן, מי כעמך ישראל.
9. קאווע שטיבלעך, מקוואות, היכלי התורה און סתם פאלישעס וואו מען סאשעלייזט זיך מינימום 2 מאל א טאג.
10. בחנם'דיגע –סעים דעי- גראסערי דעליווערי'ס, א מין סערוויס וואס כאב נאך אין ערגעץ נישט געזעהן.
11. קימפעטארן היימען, כאטש עס קאסט געלט איז עס אבער א געוואלדיגע אופטוה.
12. *חברים - קרעדיט בן תמליון
13. *תומכי שבת - עזר למזון - קרעדיט יידל
14. *חסד - מתעסקים - קרעדיט פארוואס נישט

די ליסטע איז נאך לאנג און מען דארף בלויז וועלן זעהן, פליז, קיעפ איט קאמינג.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:26 am
דורך בן תמליון
ישר כחכם פאר דעם אשכול עס איז זייער אין פלאץ. איר דערמאנט מיר איך בין אמאל געזעצן שפעט ביינאכט אין מיין חבר'ס קאר ער'ט נישט אויפגעהערט פארפירן אויף אינזער סיסטעם וואסארא חורבן עס איז און וואס א גלות ער לעבט. מה עשה הקב"ה? זיין קאר בעטערי איז געשטארבן, אן צוויי מאל טראכטן קאלט ער חברים ביז א מינוט איז געווען א יונגערמאן מיט א ספעציעלן קיט געגעבן א בוסט און געגאנגען. זאג איך מיין חבר קוק ווי דער 'סיסטעם' האט זיינע בענעפיטן וואס קיין שום פלאץ קומט נישט נאנט ומלאך רע בעל כרחו יענה אמן.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 1:43 am
דורך יידל
איך בין לעצטנס געווען מיט א חבר אין מאנהעטען, בין איך דורך געגאנגען א פארק ווי מענטשן זענען געזעסן און א שווארצער האט זיך דארט אפגעשטעלט מיט זיין טרומפייטער, פרובירנדיג צו מאכן אפאר דאלער פון די מענטשן וועם ער האט "מהנה" געווען מיט זיינע מוזיק. האב איך א זאג געטון פאר מיין חבר - גיב א קוק, ווען דער שווארצער איז א היימישער וואלט ער ניש געדארפט זיך אזוי דערנידערן... די סיסטעם וואלט שוין קעיר גענומען פון אים...

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 11:02 am
דורך chasid
אה, ענדליך א שכל הישר, ייש''כ דאט קאם האסט מיר מחי' געווען!

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 11:07 am
דורך לעמיל
chasid האט געשריבן:אה, ענדליך א שכל הישר, ייש''כ דאט קאם האסט מיר מחי' געווען!

דאט קאם קיפ איט אפ, אויב מ'וויל קען מען טרעפען אסאך אסאך גוטע זאכען

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 11:09 am
דורך טעלעפאן
איך האב אויף דעם א גאר קורצער ענטפער און א לאנגע ענטפער. דער גאר קורצער ענטפער שרייב איך איצט

ווען איינער איז רח״ל קראנק אויף א געוויסן חלק אינעם קערפער, וועט דער דאקטער - אדער חולה - זאגן ״אבער קוק, מיין מח ארבעט וואונדערליך״ איך האב אזויפיל גוטע חלקים, יא.... אלעס פיין און וואויל אבער אויב גייסטו אן מיט די קרענק אנעם פאררעכטן ביסטו אין א מצב פון שטארבן רח״ל

דער נמשל איז פארשטענדליך

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 11:18 am
דורך a1b2
איך וויל זייער פארשטיין איין זאך פין די סיסטעם פארוואס קונדער פרעשט מען אזוי פיל סיי די טאטע סיי רבי אין חדר און מען נעמט אזוי פיל קער עס טועט ממיילה גארנישט אויף אין פין די 13 אין ווייטער וואס יעדיר שטעלט זיך דערמאלץ אוועק פארן לעבן שיקט מען אוועק אין מען קיקט מאר נישט אן מיין שיטע אין חינך איז פינקט די פארקערטע

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 11:29 am
דורך איינער
נעם שנעל אראפ די ליין
6. וועד הצניעות, נאך אלעם היטן זיי אפ אונזערע אוצרות פון פארדארבענע עלעמענטן.
דאס איז גאר דער מקור פון אסאך פראבלעמען ביי אונז.

בכלל עטליכע זאכן וואס די האסט אויסגערעכנט איז אפשר גוט אויפן פלאץ אבער אין דעם לאנגען טערמין איז עס נישט גוט.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 11:39 am
דורך DotCom
טעלעפאן האט געשריבן:איך האב אויף דעם א גאר קורצער ענטפער און א לאנגע ענטפער. דער גאר קורצער ענטפער שרייב איך איצט

ווען איינער איז רח״ל קראנק אויף א געוויסן חלק אינעם קערפער, וועט דער דאקטער - אדער חולה - זאגן ״אבער קוק, מיין מח ארבעט וואונדערליך״ איך האב אזויפיל גוטע חלקים, יא.... אלעס פיין און וואויל אבער אויב גייסטו אן מיט די קרענק אנעם פאררעכטן ביסטו אין א מצב פון שטארבן רח״ל

דער נמשל איז פארשטענדליך

רב טעלעפאן, איר זענט אין די ראנג אשכול, קיינער האט נישט געפרעגט א שאלה דא אז זאלסט דארפ'ן ענטפערן א לאנגע אדער קורצע ענטפער, דער אשכול איז בלויז פאר די וואס ווילן סטאפן צו קרעכצן וואס וועט סיי ווי נישט העלפן, און אנפאנגען לעבן א פאזיטיוון לעבן.

קען זיין אז דו ביזט צו אנגעווייטאגט אפילו צו זעהן נאר די גוטע חלקים, איך קען דיר אויף נישט העלפן דא, פליז פארדריי נישט מיין אשכול.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 11:40 am
דורך נולד מאוחר
יידל האט געשריבן:איך בין לעצטנס געווען מיט א חבר אין מאנהעטען, בין איך דורך געגאנגען א פארק ווי מענטשן זענען געזעסן און א שווארצער האט זיך דארט אפגעשטעלט מיט זיין טרומפייטער, פרובירנדיג צו מאכן אפאר דאלער פון די מענטשן וועם ער האט "מהנה" געווען מיט זיינע מוזיק. האב איך א זאג געטון פאר מיין חבר - גיב א קוק, ווען דער שווארצער איז א היימישער וואלט ער ניש געדארפט זיך אזוי דערנידערן... די סיסטעם וואלט שוין קעיר גענומען פון אים...

אין תפיסה וואלט ער אויך נישט געדארפט שפילן טראמפייטער צי באקימען עסען.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:08 pm
דורך יידל
נולד מאוחר האט געשריבן:

אויך נישט אין מיליטער און אויך נישט אין קאניאנגא. ובכן?

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:18 pm
דורך נולד מאוחר
טעלעפאן האט געשריבן:איך האב אויף דעם א גאר קורצער ענטפער און א לאנגע ענטפער. דער גאר קורצער ענטפער שרייב איך איצט

ווען איינער איז רח״ל קראנק אויף א געוויסן חלק אינעם קערפער, וועט דער דאקטער - אדער חולה - זאגן ״אבער קוק, מיין מח ארבעט וואונדערליך״ איך האב אזויפיל גוטע חלקים, יא.... אלעס פיין און וואויל אבער אויב גייסטו אן מיט די קרענק אנעם פאררעכטן ביסטו אין א מצב פון שטארבן רח״ל

דער נמשל איז פארשטענדליך

דיין משל פעלט איין פרט, אסאך פין די מעלות פין אונזער סיסטעם איז א דיירעקטע ריזאלט פין די מחלות וואס אונזער סיסטעם פארמאגט.אדער פארקערט די מעלות איז פועל יוצאה פין די חסרונות. למשל ווייל אינזער סיסטעם פארלאנגט אז יעדער וווינט ציזאמען לעבן די עלטערן אין משפחה קען מען האבן אן אהצלה. .''1. חברה הצלה, ראטעוועט לעבנ'ס טאג טעגליך, דורך זיין קאמינויטי בעיסד האבן זיי שנדעלערע צוטריט צום באטרעפנדן'' אבער ווי געשמיסט די אשכול קימט מען צי מקיים זיין די כשם שמקללין על הרע כך מברכים על הטוב.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:20 pm
דורך נולד מאוחר
יידל האט געשריבן:
נולד מאוחר האט געשריבן:
יידל האט געשריבן:איך בין לעצטנס געווען מיט א חבר אין מאנהעטען, בין איך דורך געגאנגען א פארק ווי מענטשן זענען געזעסן און א שווארצער האט זיך דארט אפגעשטעלט מיט זיין טרומפייטער, פרובירנדיג צו מאכן אפאר דאלער פון די מענטשן וועם ער האט "מהנה" געווען מיט זיינע מוזיק. האב איך א זאג געטון פאר מיין חבר - גיב א קוק, ווען דער שווארצער איז א היימישער וואלט ער ניש געדארפט זיך אזוי דערנידערן... די סיסטעם וואלט שוין קעיר גענומען פון אים...

אין תפיסה וואלט ער אויך נישט געדארפט שפילן טראמפייטער צי באקימען עסען.

אויך נישט אין מיליטער און אויך נישט אין קאניאנגא. ובכן?

ביזט גערעכט.

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:29 pm
דורך טעלעפאן
DotCom האט געשריבן:
טעלעפאן האט געשריבן:איך האב אויף דעם א גאר קורצער ענטפער און א לאנגע ענטפער. דער גאר קורצער ענטפער שרייב איך איצט

ווען איינער איז רח״ל קראנק אויף א געוויסן חלק אינעם קערפער, וועט דער דאקטער - אדער חולה - זאגן ״אבער קוק, מיין מח ארבעט וואונדערליך״ איך האב אזויפיל גוטע חלקים, יא.... אלעס פיין און וואויל אבער אויב גייסטו אן מיט די קרענק אנעם פאררעכטן ביסטו אין א מצב פון שטארבן רח״ל

דער נמשל איז פארשטענדליך

רב טעלעפאן, איר זענט אין די ראנג אשכול, קיינער האט נישט געפרעגט א שאלה דא אז זאלסט דארפ'ן ענטפערן א לאנגע אדער קורצע ענטפער, דער אשכול איז בלויז פאר די וואס ווילן סטאפן צו קרעכצן וואס וועט סיי ווי נישט העלפן, און אנפאנגען לעבן א פאזיטיוון לעבן.

קען זיין אז דו ביזט צו אנגעווייטאגט אפילו צו זעהן נאר די גוטע חלקים, איך קען דיר אויף נישט העלפן דא, פליז פארדריי נישט מיין אשכול.

איך מעג נישט פרעגן אויף וואס איינער שרייבט אין אן אשכול??

צו איין זאך קען איך מסכים זיין, איך וואלט געדארפט שרייבן ״קשיא״ אנשטאט ״ענטפער״

וסליחה על זה

נשלח: פרייטאג יולי 13, 2012 12:59 pm
דורך DotCom
מען מעג און מען דארף פרעגן, אבער כדי צו האלטן א פארום אויף א הויעכן ניווא מוז א איעדער אשכול זיך האלטן צום נושא פונעם פותח האשכול, אויב האט מען א קשיא וואס דורכדעם גייט די נושא פארפארן, דעמאלט עפנט מען א נייעם אשכול און מען קוואוט יענעם'ס תגובה און מען ציעט ווייטער דעם שמועס דארטן.

נשלח: זונטאג יולי 15, 2012 5:34 pm
דורך פארוואס נישט
12. מתעסקים/חסד של אמת.
בכלל ווען א חבר/שכן/קרוב וכו' וכו' גייט דורך א שווערע תקופה מיט א קראנקן אין שטוב, א טראגעדיע צו סתם א שווערע דורכגאנג ר"ל, איך זאג נישט אז אלץ איז מען אינטערעסירט אין יענעמס רחמנות'דיגע בליקן, אומגעבעטענע העלפּ וכדו' צו ווער רעדט נאך זיך דערגרונטעווען לעומקה ולשורשה און דערנאך גיין אויספלוידערן יענעמ'ס פראבלעמען בכל פרטי'ה ודקדוקי'ה אין מקוה אדער צווישן די פרויען ביים באס סטאפ, אבער ווען מ'קען יא נוצן העלפ - איז דא וואס העלפן ארויס אויף א געוואלדיגע פארנעם בגוף ובממון מיט אמת'ע סופארט און חיזוק, קאכן און אויפרוימען די שטוב וכהנה עוד רבות, וואס קומט צומאל טאקע אלץ דירעקטער ריזאלט פון לעבן צוזאם אין א סאסייעטי וואו מ'שפירט מער מיט יענעמ'ס צער.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 12:21 pm
דורך שמעקעדיג
איך וויל נאך מאריך זיין עטליכע אנדערע גוטע חלקים, אבער יעצט יאג איך זיך,

נאר איין קליינע נקודה (נישט גוטע) וואס איך האב לעצטנס געהערט אויף אלע אונזערע חסדים און גמ"חן וואס זענען דא צו העלפן אנדערע אידן,

ווילאנג א איד איז געזונט און שטארק, וועט מען אויף אים צוזאמענרעדן, און אויספראקן אויפן טיש, זיינע מעלות און חסרונות, און טאמער טוט ער עפעס וואס געפעלט נישט איינעם, וועט מען אים נאר וועלן זעהן אין דער ערד, און טון וואס מען קען כדי יענעם אראפצוקלאפן.

אבער איינמאל עפעס גייט ביי יענעם נישט גוט, דאן עפענען זיך די רחמנות געפילן, און ערשט דעמאלס קומען אלע ארגאניזאציעס אריין אין סיסטעם,
איז איינער נפטר געווארן? מתעסקים/חסד של אמת!
קראנק? הצלה/ביקור חולים/מקימי/חסד דרייווערס!
סטאק אינמיטן וועג? חברים!
א גנב אין שטוב? איינער איז פארלוירן געגאנגען? שומרים!
אין תפיסה? דרור/לאסורים/שלום אסיריך!
ארעם ווי די נאכט און קען נישט שבת מאכן? אלע גמ"ח'ן/קרן עזר/שבת פעקלעך/משביע!
א טראגעדיע? חי לייפליין!

גראדע בין איך אביסל מחולק דערמיט, ס'איז דא גענוג אין נאך גמ"ח'ן און ארגאניזאציעס אפילו ווען עס גייט גוט, ווי פאר שמחות, ברית'ן, חתונות, קליידער און שיך, און אנדערע צדקות.

אבער אפילו נאכן מחולק זיין, איז ליידער פאראן א שטיקל אמת אין די ווערטער... נישט אזוי?
אבער לאמיר נישט מקטרג זיין, דער אשכול איז דאך פאר די גוטע חלקים!!!

ואי"ה אוסיף דעתי העני' בקרוב.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 12:38 pm
דורך פארוואס נישט
הרב שמעקעדיג, זאגסט דאך מער ווייניגער די זעלבע ווי מיר, איך האב אויך בארירט ביידע חלקים לייגענדיג אבער דעם דגוש אויף די גוטע זייט דערפון vs. דו וואס די דגוש איז מער אויף די נישט גוטע חלק, נו האטעך דער פותח האשכול טאקע דעס געמיינט אז מ'זאל דירעקט ארויסברענגן נאר די פאזיטיווע חלקים (נעגאטיוועטי האמיר דא גענוג און נאך).

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 4:26 pm
דורך DotCom
היינט האבן מעדיקל ריסוירטשעס אין פינלאנד פארגעשטעלט א 300 יעריגער סטודי וואס ווייזט אז קאפל'ס וואס וואוינען לעבן די שוויגער עלטער'ן, האבן מער קינדער, און ס'מאכט זיך ווייניגער קעיסעס אז קינדער זאלן שטארבן קליינערהייט רח"ל, זיי לייגן עס אן אויפ'ן פאקט אז די מוטער'ס מוטער גיט זיך געווענליך אפ מיט די אייניקלעך און לייגט צו צוויי הענט צום הויז ווירטשאפט.

כ'מיין אז מען קען עס אויך צולייגן צום ליסט, ביינונז בלייבן ריבוי דריבוי קאפלעך וואוינען נעבן די מאמע'ן.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 4:35 pm
דורך kliger
פארוואס נישט האט געשריבן:12. מתעסקים/חסד של אמת.
בכלל ווען א חבר/שכן/קרוב וכו' וכו' גייט דורך א שווערע תקופה מיט א קראנקן אין שטוב, א טראגעדיע צו סתם א שווערע דורכגאנג ר"ל, איך זאג נישט אז אלץ איז מען אינטערעסירט אין יענעמס רחמנות'דיגע בליקן, אומגעבעטענע העלפּ וכדו' צו ווער רעדט נאך זיך דערגרונטעווען לעומקה ולשורשה און דערנאך גיין אויספלוידערן יענעמ'ס פראבלעמען בכל פרטי'ה ודקדוקי'ה אין מקוה אדער צווישן די פרויען ביים באס סטאפ, אבער ווען מ'קען יא נוצן העלפ - איז דא וואס העלפן ארויס אויף א געוואלדיגע פארנעם בגוף ובממון מיט אמת'ע סופארט און חיזוק, קאכן און אויפרוימען די שטוב וכהנה עוד רבות, וואס קומט צומאל טאקע אלץ דירעקטער ריזאלט פון לעבן צוזאם אין א סאסייעטי וואו מ'שפירט מער מיט יענעמ'ס צער.

מיט א גרעסערע שטוב מיט אסאך קינדער איז דא א גרעסערע טשאנס פאר פראבלעמען
אזוי אויך א דאון סינדראם אויף די עלטער

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 5:29 pm
דורך פארוואס נישט
הרב קלוגער, סתם פאר אינטערעסאנטקייט, די צוויי תגובות האבן עפעס א שייכות אז דו קוואוטסט עס?
און בכלל אז דו שרייבסט א פאקט איז בעסער אז דו צייכענסט צו א מקור דערצו, יישר כח.

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:19 pm
דורך DotCom
פארוואס נישט האט געשריבן:הרב קלוגער, סתם פאר אינטערעסאנטקייט, די צוויי תגובות האבן עפעס א שייכות אז דו קוואוטסט עס?

קוקט אויס אז ער האט געוואלט קוואטן מיין לעצטע תגובה, און מיין שאלה צו וועט זיין, ובכן?

נשלח: מאנטאג יולי 16, 2012 10:39 pm
דורך פריינדליך
kliger האט געשריבן:מיט א גרעסערע שטוב מיט אסאך קינדער איז דא א גרעסערע טשאנס פאר פראבלעמען
אזוי אויך א דאון סינדראם אויף די עלטער

וואס שטייט דא?
קענסט עס מסביר זיין?