בלאט 1 פון 1

איז דא א מוסד וואס הייבט אן דעם טאג צענע עעלעווע??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 8:56 am
דורך קנאקעדיג
איך מיט'ן ווייב קערן נישט וואס די ץוריקעלעם איז זאלן זיי אפילו לערנען מיינע קינדער צו ווארפן צוויבל אויף טאטי מאמי. אויב הייבן זיי אן דעם טאג אויב דער באס קומט נאך צען שיק איך אהין. הייב אן 10 ענדיג 5, דאס איז סך בעסער. פארוואס האקט מען נישט אויף.דעם חלק סיסטעם? פארוואס דארפן איך אויפשטיין זיבענע פארטאגס??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 1:23 pm
דורך דולה ומשקה
לכאורה וויבאלד די קינדער זאלן זיין ארויס פון דער הויז איידער די מאמע דארף גיין צו איר ארבעט, דאס זעלביגע קומט דאס קינד קומט אהיים נאך די מאמע.

דער אמת דו ביסט גערעכט, היינו גייט מען שלאפען סאך שפעטער ווי אמאל, אבער אויפשטיין ווילן די מנהלים אין דער זעלבע צייט. פארשטייט זיך עס ווענט זיך אויפן יארגאנג.

אין דער אלטער היים איז מען געגאנגען שלאפען בערך זעקס אזייגער אוודאי האט מען געקענט אויפשטיין 8 שעה שפעטער 'חצות', אפילו דער וואס איז שוין אויפגעשטאנען ארום 3 פארטאגס איז שוין געוועהן כמעט נאך א 10 שעה שלאף!!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 29, 2016 2:06 pm
דורך berlbalaguleh
קנאקעדיג: ווען דיינע קינדערלעך וועללן אויפוואקסן אי"ה און זיי וועללן גיין זוכן א דזשאב. אבער מיט די קאנדישן אז מ'דארף אנהייבן זיך אויסקראצן ערשט 11 אזייגער פארטאגס. האביך מורא אז זיי וועללן ח"ו בלייבן ביים זוכן. חוץ 2 ארבעטס פלעצער פון וואס איך טראכט. איינס איז דער שנאר-אפיס פון ח-- לא---. און די 2'טע איז די פ--- געשעפט אין בארא פארק. אין די ערשטע מוסד קומען די באטשי'ס אריין ערשט פון 11 אזייגער און שפעטער צו זיצן און שפילן זיך מיט'ן קאמפיוטער. אונטערהאלטנדיג זיך מיט א גלעזל קאווע.
אין די 2'טע, וועלכעס איז א געשעפט אויף די ביזי 13'טע עוועניו. די בעלי בתים קומען ערשט אריין אין געשעפט אום 11:30 בערך. און זיי מאכן אויף די געיט בניחותא. ווי גלייך זיי טוען עמיצן א טובה אז זיי מאכן אויף די געשעפט בכלל. זיי מוזן זיין גרויסע בעלי ביטחון ווייל איך האב אליינס געזעהן עטליכע קאסטומערס וועלכע האבן געוואלט גיין אין זייער געשעפט איינקויפן. אבער ס'איז געווען פארשפארט. זענען זיי געגאנגען צו די קאמפעטישן אויפ'ן זעלבן בלאק... 8-)