בלאט 1 פון 1

Re: דער קעיס פאר בכלל נישט שטימען אין די וואלן

נשלח: זונטאג נאוועמבער 06, 2016 12:25 pm
דורך mevakesh
דו ביסט גערעכט אז עס איז כמעט נישט דא א טשאנס צו מאכן א חילוק אין די רעזולטאטן און נאך דערצו אין ניו יורק וואס גייט ממילא פאר די דעמאקראטן דאך איז דא א סברה אז עס איז דא א מאראלישע פליכט צו ארויסשרייען אז די bullying און נידעריגע שטיק פון איינער פון די קענדידאטן איז אומאקצעפטירבאר אפגעזעהן צו מען מאכט אויס אין די פאקטישע רעזולטאטן

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 10:11 pm
דורך מי אני
דאס דערמאנט די דאַוּנס פּאראדאקס/פּאראדאקס פון וואָטן וואס לויטעט אז די קאסטן פאר אן אינדיווידואל פון ארויסגיין וואָטען וכו׳ וועגן אין אלגעמיין איבער די בענעפיטן פון דאס אקט פאר׳ן אינדיווידואל, ווייל עס איז גאר רחוק אז זיין וואָט זאל זיין דאס וואס מאכט אויס. דאס איז אחוץ טאמער נעמט מען אריין אין באטראכט אן עגאטיסטישע מהלך: אז דאס אקט מאכט אים פיהלן גוט.

דאס איז אבער נאר אלס וואס למעשה שטעלט זיך ארויס פון א מענטש׳נס אייגענע יוטיליטי געין דערין. אבער לגבי וואס ער ״באדארף צו טוהן״, אפגעזעהן פון פערזענליכע פארדינסט/פארלוסט, קען מען לכאורה מאידך גיסא אפשר טענה׳ן פאר׳ן מוזן יא גיין וואָטן עפ״י קאנט׳ס באקאנטע קאטעגארישע אימפּעראטיוו אין עטיקס. דהיינו, אז שטעל דיך פאר יעדער וואלט געטוהן/געטראכט אזוי. וואלט דאך דעמאלטס דאס גאנצע אינסטיטוט פון דעמאקראטיע און וואלן אונטער געגאנגען, וואס דאס וואלט געווען אן אומרעכט. דעריבער מוז דער יחיד גיין וואָטן אפגעזעהן פון די יוטיליטי געין/פארלוסט דערין, און ער זאל נעמען דאס [בוחר זיין אין/וואָטן פאר] וואס ער פארלירט דאס ווייניגסטע פון.

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2020 10:51 pm
דורך נײגעריגער
אין א שטאַט װי נוּ יאָרק װי מיין און דיין שטימע מאכן נישט אויס קיין סאך לגבי די ענדגילטיגע רעזולטאטן, איז אפשר כדאי צו װעלן פאַר א דריטע קאַנדידאַט.
קיין חשש פון זיך "ינישט שפירן גוט אז איך האב נישט קיין חלק אין ארויפשטעלן פלוני אדער פלונית אויפ'ן פרעזידענטליכן בענקל" איז נישטא, איר האט זיך געלאזט הערן אייער מחאה אז איר זענט נישט צופרידן פון די "פעלערהאפטיגע" קאַנדידאַטן.
לדעתּי איז עס א בעסערע אויסװאַל װי בכלל נישט שטימען. וכן אני נוהג.