בלאט 1 פון 3

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:40 pm
דורך Shmilly
אשריך

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:46 pm
דורך אלבערט
יישר כוחכם.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:47 pm
דורך שמואל הלוי
א הארציגן דאנק פאר אייך און פאר אלע איינגעשטעלטע

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:48 pm
דורך זר זהב
וועט עס ארויפקומען ביי אקטיווע אשכולות?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:48 pm
דורך שמואל הלוי
ניין

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:51 pm
דורך זר זהב
:cry: :cry:
:דיסלייק: :דיסלייק:

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 3:58 pm
דורך פראפעסאר שפירא
זייער פיין,אבער כ'פארשטיי נישט פארוואס מען קען נישט מאכען נאך א אקטיווע אשכולות קנעפעל וואס נעמט אריין אלעס פאר די וואס ווילען אזוי, אז מען קען גרינגערהייט ציפרידען שטעלען יעדעם פארוואס נישט ?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 4:01 pm
דורך זר זהב
פארוואס קען מען נישט "לייקן" אין דעם אשכול?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 4:05 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:פארוואס קען מען נישט "לייקן" אין דעם אשכול?

אפשר ווייל עס איז אן הכרזה גלובלית?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 4:12 pm
דורך אבי גערעדט
וואס איז פשט פון די נאמען צימעס?
דאס איז די לעצטע נאמען וואס איך וואלט געטראכט פאר אזא פארום

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 4:27 pm
דורך לעמיל
שמואל הלוי האט געשריבן:א הארציגן דאנק פאר אייך און פאר אלע איינגעשטעלטע

גם אני מצטרף א גרויסען יישר כח! האלטס אן די פיינע ארבעט!!

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 4:58 pm
דורך נפתלי
פראפעסאר שפירא האט געשריבן:זייער פיין,אבער כ'פארשטיי נישט פארוואס מען קען נישט מאכען נאך א אקטיווע אשכולות קנעפעל וואס נעמט אריין אלעס פאר די וואס ווילען אזוי, אז מען קען גרינגערהייט ציפרידען שטעלען יעדעם פארוואס נישט ?

ס'דא אזא עקסטערע קנעפל, ס'הייסט 'צימעס'
קליק דערויף קומט ארויף די אקטיווע אשכולות פונעם צימעס פארום

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 4:58 pm
דורך שמואל הלוי
אדער קען מען קליקן אויף "נייע הודעות" וועט ארויף קומען ממש אלעס.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 5:28 pm
דורך דולה ומשקה
א גרויסע דאנק פאר מזכה זיין אזא הערליכע זייטל מיט פיל כח מח און געדולט, איהר קוקט נישט אויף אייערע אייגענע יגיעות און עגמת נפש, נאר אלעס כדי מזכה צו זיין א צווייטע, אויף א כשר'ע און געשמאקע פארנעם.

ס'גארנישט דא קיין ווערטער ווי אזוי איך זאל מיך קענען אויסדריקען מיט א לשון פון שבח והודאה. דער סייעתא דשמיא אין די הצלחה פון אונזער "קאווע שטיבל" זאגט שוין אלעס. ס'בלייבט מיר נאר איבער אייך צו ווינטשען המזכה את הרבים זכות הרבים תלוי, מיט הרחות הדעת ומנוחת הנפש, בבני חיי ומזוני.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 5:37 pm
דורך [NAMELESS]
געוואלדיג געוואלדיג, תחזקנה ידיכם!
מען וועט אריינקומען טרונקען א קאווע, כאפן א דבר תורה, אביסל זיך טענה'ן איבער וואס איז יא אדער נישט גוט אין די סיסטעם, אביסעל רכילות'ן חלילה אין צימעס, אביסל פארברענגען אין די נייעס, אביסל קלוג ווערן, נעמען אפאר גוטע עצות אין סיי וועלכע נושא, לייקן און ליבהאבן איינעם נישט לויט זיין נעזל נאר לויט זיינע דברים של טעם, און אזוי, זיך צוזאמענהאלטן אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 5:42 pm
דורך טאמבל סאס
דולה ומשקה האט געשריבן:א גרויסע דאנק פאר מזכה זיין אזא הערליכע זייטל מיט פיל כח מח און געדולט, איהר קוקט נישט אויף אייערע אייגענע יגיעות און עגמת נפש, נאר אלעס כדי מזכה צו זיין א צווייטע, אויף א כשר'ע און געשמאקע פארנעם.

ס'גארנישט דא קיין ווערטער ווי אזוי איך זאל מיך קענען אויסדריקען מיט א לשון פון שבח והודאה. דער סייעתא דשמיא אין די הצלחה פון אונזער "קאווע שטיבל" זאגט שוין אלעס. ס'בלייבט מיר נאר איבער אייך צו ווינטשען המזכה את הרבים זכות הרבים תלוי, מיט הרחות הדעת ומנוחת הנפש, בבני חיי ומזוני.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 5:44 pm
דורך שרייבער
קופערניקוס האט געשריבן:געוואלדיג געוואלדיג, תחזקנה ידיכם!
מען וועט אריינקומען טרונקען א קאווע, כאפן א דבר תורה, אביסל זיך טענה'ן איבער וואס איז יא אדער נישט גוט אין די סיסטעם, אביסעל רכילות'ן חלילה אין צימעס, אביסל פארברענגען אין די נייעס, אביסל קלוג ווערן, נעמען אפאר גוטע עצות אין סיי וועלכע נושא, לייקן און ליבהאבן איינעם נישט לויז זיין נעזל נאר לויט זיינע דברים של טעם, און אזוי, זיך צוזאמענהאלטן אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 5:55 pm
דורך אלבערט
פארוואס אין דעם אשכול ווען מען קליקט צו זען די פרישע הודעה קומט מען אלעמאל אן צום אויבן פונעם בלאט?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 7:05 pm
דורך פראפעסאר שפירא
שמואל הלוי האט געשריבן:אדער קען מען קליקן אויף "נייע הודעות" וועט ארויף קומען ממש אלעס.


געוואלדיג,
איז דא א חילוק צווישען "נייע הודעות" אין "אקטיווע אשכולות", אדער ס'די זעלבע זאך נאר אנדערע נעמען ?

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 8:38 pm
דורך בן תמליון
שרייבער האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:געוואלדיג געוואלדיג, תחזקנה ידיכם!
מען וועט אריינקומען טרונקען א קאווע, כאפן א דבר תורה, אביסל זיך טענה'ן איבער וואס איז יא אדער נישט גוט אין די סיסטעם, אביסעל רכילות'ן חלילה אין צימעס, אביסל פארברענגען אין די נייעס, אביסל קלוג ווערן, נעמען אפאר גוטע עצות אין סיי וועלכע נושא, לייקן און ליבהאבן איינעם נישט לויז זיין נעזל נאר לויט זיינע דברים של טעם, און אזוי, זיך צוזאמענהאלטן אזוי ווי צדיקים האבן געזאגט


ג"א מצטרף כיהודא ועוד לקרא.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:04 pm
דורך אלבערט
איך האב געמיינט אז עס גייט נישט ארויפקומען ביי "נישט געליינטע הודעות" - מיט וואס איך באנוץ זיך אייביג, איך זע אבער אז יא, זייער גוט אזוי.

נשלח: מיטוואך יולי 18, 2012 11:05 pm
דורך געפילטע פיש
איך האב געמיינט אז עס גייט נישט ארויפקומען ביי "נישט געליינטע הודעות" - מיט וואס איך באנוץ זיך אייביג, איך זע אבער אז יא, וואס טוט מען?

נשלח: דאנערשטאג יולי 19, 2012 10:23 am
דורך יונגערמאנטשיק
געפילטע פיש האט געשריבן:איך האב געמיינט אז עס גייט נישט ארויפקומען ביי "נישט געליינטע הודעות" - מיט וואס איך באנוץ זיך אייביג, איך זע אבער אז יא, וואס טוט מען?


יעדער לויט וויזוי זיין הארץ באגערט, ווער ס'וויל עס ליינען ליינט, און נישט ליינט עס נישט.