בלאט 1 פון 4
Boro Park foodmart
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 4:46 pm
דורך קלוגע יודל
געהערט אז היינט אינדערפרי איז געוועהן דארט מארשעלס אפצושפארן דעם גראסערי.
ווייסט איינער מער פרטים און פארוואס?
ער איז (ביז נישט צו לאנג צוריק) געוועהן די איינציגסטע גראסערי אין בארא פארק צו זיין אפן 24 שעה, רוב בארא פארק האט שוין מן הסתם אמאל געמוזט צוקומען צו די גראסערי טאקע פארדעם.
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 5:10 pm
דורך קאצקע ציקער
ווער נאך איז אפן 24 שעה?
Re: Boro Park foodmart
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 5:17 pm
דורך קלוגע יודל
קאצקע ציקער האט געשריבן:ווער נאך איז אפן 24 שעה?
Goldberg's
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 6:26 pm
דורך אישתישבי
מן הסתם באצאלט נישט די ראטע פאר'ן פריץ.
Re: Boro Park foodmart
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 6:28 pm
דורך קלוגע יודל
אישתישבי האט געשריבן:מן הסתם באצאלט נישט די ראטע פאר'ן פריץ.
קומט שוין מארשעלס?
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 10:52 pm
דורך berlbalaguleh
מפי השמועה: אז איינער (א איד) האט אפגעקויפט דעם בילדינג און וויל עס איבערמאכן פאר אפיסעס. און ער האט איהם געהייסן ארויסגיין. און ער וויל נישט אפפוצן. איז געקומען דער מהרש"ל און איהם געצווינגען ארויסצוגיין...נאר ס'איז מסתמא דא נאך א פאר (אומבאוויסטע) קאפיטלעך צו די מעשה...!
נשלח: מאנטאג מערץ 13, 2017 11:40 pm
דורך [NAMELESS]
berlbalaguleh האט געשריבן: איז געקומען דער מהרש"ל
בערל, איך זעה אז דו האסט נאך גלוי צדיקים.. וויייסט דעך אפשר וואס ווערט געברענגט (בשם ר' יענקעלע דוכט זיך) אז גילע צדיקעם אז גרעסער ווי גילא איילעיאהע

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 9:29 am
דורך איך אויך
קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 1:14 pm
דורך קורקלענד
אויך בינגאו'ס שולד?
Re: Boro Park foodmart
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 1:33 pm
דורך קלוגע יודל
איך אויך האט געשריבן:קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?
וואסארא מעשה?
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 2:07 pm
דורך קאווע טרינקער
קלוגע יודל האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?
וואסארא מעשה?
ווי די גוים דארט באפריינדין זיך מיט אידישע מיידלעך? אלטע מעשה
Re: Boro Park foodmart
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 2:16 pm
דורך קלוגע יודל
קאווע טרינקער האט געשריבן:קלוגע יודל האט געשריבן:איך אויך האט געשריבן:קיינער געדענקט נישט די מעשה מיט דעם געשעפט?
וואסארא מעשה?
ווי די גוים דארט באפריינדין זיך מיט אידישע מיידלעך? אלטע מעשה
קיינמאל געהערט דערפון.
איז עס געוועהן עפעס מער ווי מיט מעקסיקאנער פון אנדערע גראסעריס?
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 2:26 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס הער איך אייביג נאר ווען ס'שוין דערנאך

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 2:59 pm
דורך ציבעלע-קיגל
אויך געהערט אז מען האט פארקויפט די הויז און די נייער לענדלארד האט איהם געהעכערט די רענט נאך $11,000.00 א חודש און אזוי ווי אסאך אידעלעך היינט האלטען ליידער אז מסירה מיינט מען נישט מיר האט ער גערופען די מארשעלס.
מסתמא גייט מען דארט כמנהג בורו פרק מאכען נאך א באנק, ווייל בורו פרק האט נאך נישט גענוג (איבער 20) אבער זיי צאהלען רענט...
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 3:02 pm
דורך איסר האטלקי
רופן מארשעלס ארויסצואווארפן פון מיין בנין הייסט שוין אויך מסירה??
מסירה מיינט מוסר זיין ממון חבירו ביד העכו"ם. ער האט דא גארנישט איבערגעגעבן פאר קיין גוי.
עוויקטען איז נישט קיין מסירה.
פון א דירה איז אפשר דא אידישקייט אדער רחמנות. אבער פון א געשעפט? ער זאל טרעפן א נייע לאקאציע און פארטיג.
טאמער טרעפט ער נישט זאל ער טרעפן א נייע ביזנעס. א רחמנות אויף אים אבער נישט קיין עבירה אים צו שיקן פון דארט.
ווער עס האלט אנדערש זאל געבן א לייק.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 3:51 pm
דורך berlbalaguleh
איסר האיטלקי: איך געב דיר טאקע נישט קיין לייק ווייל איך בין מסכים מיט דיר. היינטיגע צייטן אין אונזער דור יתום (יתמי דיתמי. ווי אונזער באליבטער ר' סענדער דער דייטש זכותו יגון עלינו פלעגט ליעב האבן צו קרעכצן אויף פעיפער.) וואס דער מצב איז אז ס'איז ליידער נישטא צו וועם צו גיין. ווייל די געציילטע רבנים וועלכע זענען יא קוואליפיצירט צו פיהרן אן אמת'ע דין תורה זענען דאך ביזי אונטערשרייבן קול קןרא'ס אקעיגן בנימן נתן יהוא און דעם בעלזער רב. (מ'דארף זיי אפשר מודיע זיין אז די חשוב'ע רבנים האבן אונטערגעשריבן א קאלקוירע אקעיגן זיי....) און דער בהמה מיט די קעלבערנע צורה וועלכער האט געשריגן ווי א קעלבל ווען ביבי איז געווען אין די יו.ען. בילדינג. ער איז דאך א געשוואלענער עם הארץ, וועלכער איז אנגעפרעסן מיט חלב ונבילה וטריפה סטעיק. מ'קען דאך עס אפליינען פון זיין אויסגעפאשעטע, מגושם'דיגע צורה. ער איז דאך זיכער נישט קיין אמת'דיגער רב. אפשר ביי די ניו יארק פאוסט הייסט ער א ראביי...!
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 4:07 pm
דורך [NAMELESS]
הרב החסיד רבי סענדר דייטש ע"ה איז געווען גאר א גוטער שרייבער מיט זייער אינטערסאנטע ארטיקלן, א גאלדענע פעדער מיט א רייכע שפראך, ס'איז כמעט נישט דא היינט אזאנע שרייבער, זיינע ארטיקלן זענען געווען זייער אינטערסאנט צו ליינען, און ווערט נאך איבערגעשריבן ביזן היינטיגן טאג.
רבי סנדר איז געווען פון די ראשי קהילה אין סאטמאר מיט א שיטה קעגן ציונות און זיינע ליינער זענען אויך געווען סאטמערע אידן מיט דעם זעלבן מיינונג און ווי פארשטענדליך האט ער געדינט זיין און זיין ליינערס אינטערעסע. גארנישט ראנג דערמיט.
רבי סנדר פארזענדליך האט געהאט א הארץ פון גאלד, ער האט געהאלפן גאר אסאך מענטשן, און געטוהן עסקנות ווי ס'האט נאר אויסגעפעלט, ער איז געווען זייער א רעספעקטירטער מענטש ביי אלע זיינע באקאנטע, ער האט נישט אנגעצויגן קיין גרויסע מערכות מיט קיינעם, אפילו פון די סאטמערע מחלוקת בשעתו קומט נישט ארויף זיין נאמען נעמענדיג א ערענסטע טייל דערין, ער איז געבליבן רעספעקטירט ביי אלע סאטמערע פראקציעס.
בערל האט עפעס א בלינדע מערכה קעגן אים, און שרייבט אזויפל מאל זיינע עקספייערטע שטותים צו וואס קיינער האט דערווייל נישט געפונען פאר וויכטיג צו ענטפערן, אז ס'הייבט שוין אן אויסצוקוקן אמת'דיג, דערפאר וויל איך קלארשטעלן אז כאטש יעדער אשכול פארמאגט א דאזע פון די חאזעריי און כאטש ס'ווערט יעדן טאג ארויף געפירקלט די גראפיטי זיינע אפאר מאל, (למשל די דאזיגע אשכול רעדט פון א גראסערי, ווי קומט אריין דא רבי סענדר?) דאך זייט זיכער אז לא דובים ולא יער, ער דערציילט עפעס א בייזער חלום וואס קיינער פון יענער תקופה קען נישט פותר חולם זיין. אדרבה נעמט אפיר א ארטיקל פון רבי סנדר און איר וועט זיך באלעקן די פינגער, שטייצעך אויב טיילט איר נישט די זעלבע בליק מיט אים אויף ציונות וועלט נישט אויס א ארטיקל פון די נושא.
און צו רבי בערל וויל מיר וואונטשן אריכות ימים ושנים נחת פון אייניקלעך, זאלסט אונז ווייטער קענען מהנה זיין דא אין שטיבל, אבער דיינע פריוואטע אנגעלעגנהייטן לאז ארויס, אויב האט ער דיר נישט געוואלט געבן א דזשאב אדער איז דא עפעס א משפחה מחלוקה מיינט נאך נישט אז ער איז געווען דער אומגערעכטער.
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 4:20 pm
דורך berlbalaguleh
שלום שטיסל: א יישר כח פאר דיינע גוטע ווינטשן. איך וויס נישט ווי אלט דו ביסט לאורך ימים ונשים. ביז 120 געזונטע יארן. אבער איך בין געווען איינער פון ר' סענדער'ס פלייסיגסטע ליינערס. איך האב געווארט בכליון עיניים ווען דער איד קומט ארויס. און איך זאלל קענען ליינען זיינע ארטיקלען. איך האב טאקע שטארק הנאה געהאט פון זיין אופן און סטייל פון שרייבן. כולי עלמא מודי אז ס'איז היינט (כמעט) נישטא נאך א שרייבער וועלכער שרייבט אזוי גוט און פליסיג אידיש. און עפ"י דיקדוק. איך האב טאקע עררייכט א סאך ידיעות פון איהם. סך הכול, מיין קריטיק אויף איהם איז אז ער האט צומאל פארדרייט פאקטן און מצבים אז ס'זאלל שטימען מיט זיין אידעאלאגיע. אבער דו און די אנדערע אידעלעך (למשל, ש---) מאכן א גרויסן און פונדאמענטאלן טעות. ווען איך שרייב עפעס וועגן איהם שרייב איך נישט מכח שנאה. פארקערט, איך האב זייער שטארק רעספעקט פאר איהם. און איך האב איהם געקענט פערזענליך אויך. אלץ וואס איך שרייב איז מיט מיינע (אפשר נארישע) מליצות. סאו דער עולם דארף נישט שפירן אז זייער בלוט פרעשור גייט ארויף. ווייל ס'איז בכלל נישטא איבער וואס. העכסטנס קענמען געבן א שמייכל. ווייל דאס איז מיין מטרה...

נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 4:27 pm
דורך [NAMELESS]
וויפל מאל זאל מען שמייכלן פון די זעלבע אומ׳דזשואק?
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 4:32 pm
דורך berlbalaguleh
וויפיהל מ' וויל. חוץ אויב כ'האב אנגערירט עפעס א נערוו. אזוי ווי איך טענה שוין פון לאנג. אדער אפשר ביסטו א קרוב. אזוי ווי איך האב א שכן. אויב דאס איז דער פאל, בעט איך דיר איבער מלכתחילה/למפרע...!
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 6:52 pm
דורך איך אויך
דער געשעפט האט א גוישע חמולה געעפנט און ווער עס געדענקט איז עס טאקע קודם נאר געווען א פרוכט און וועגטעיבל געשעפט און צוביסלעך צוגעלייגט כשרע פראדוקטן.
(אגב, יארן לאנג האט מען געוויסט אז א 24'דיגע געשעפט איז נישט פאר אידישע כוחות, ועד היום ווער עס האט שכל פארשטייט אז דאס איז א ביטערע שווערע אינטערנעמונג צו פירן, נאר אז דער קאמפעטישן טוהט עס מוז א צווייטער אויך).
שפעטער ווען זיי האבען מחליט געווען צו פארקויפן האבען זיי בדרכי מרמה אויפגעבלאזן די וועכענטליכע סעילס צו אסטראנאמישע ציפערן. למשל זיי האבען געגעבן זייער אייגן געלט פאר זייער גאנצע מעקסיקאנע כולל זאלן דארט איינקויפן, און פארשידענע אנדערע נוכלות.
דער נייער אידישער בעה''ב האט געצאלט טבין וטקילין און בליץ שנעל געזעהן און וואספארא בראך ער איז אריינגעפאלן אבער צוריק גייט כידוע נאר א קאזע (מען זאגט אז די זעלבע פארברעכער האבען געטוהן דעם שפיל עטליכע מאל אינעם טריי-סטעיט געגנט).
כ'בין נישט זיכער צו עס געהערט נאך פאר יענעם קונה אדער ער האט עס געשיפטעד צו א צווייטן. אבער עכ''פ דער געשעפט האט פארלוירן געלט פונעם ערשטן טאג.
Re: Boro Park foodmart
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 7:00 pm
דורך קלוגע יודל
ווער געדענקט נאך ווען ער האט געהאט צוטון מיט "כשר גארדען/חזיר"
Re: Boro Park foodmart
נשלח: דינסטאג מערץ 14, 2017 7:04 pm
דורך קלוגע יודל
איך אויך האט געשריבן:דער געשעפט האט א גוישע חמולה געעפנט און ווער עס געדענקט איז עס טאקע קודם נאר געווען א פרוכט און וועגטעיבל געשעפט און צוביסלעך צוגעלייגט כשרע פראדוקטן.
(אגב, יארן לאנג האט מען געוויסט אז א 24'דיגע געשעפט איז נישט פאר אידישע כוחות, ועד היום ווער עס האט שכל פארשטייט אז דאס איז א ביטערע שווערע אינטערנעמונג צו פירן, נאר אז דער קאמפעטישן טוהט עס מוז א צווייטער אויך).
שפעטער ווען זיי האבען מחליט געווען צו פארקויפן האבען זיי בדרכי מרמה אויפגעבלאזן די וועכענטליכע סעילס צו אסטראנאמישע ציפערן. למשל זיי האבען געגעבן זייער אייגן געלט פאר זייער גאנצע מעקסיקאנע כולל זאלן דארט איינקויפן, און פארשידענע אנדערע נוכלות.
דער נייער אידישער בעה''ב האט געצאלט טבין וטקילין און בליץ שנעל געזעהן און וואספארא בראך ער איז אריינגעפאלן אבער צוריק גייט כידוע נאר א קאזע (מען זאגט אז די זעלבע פארברעכער האבען געטוהן דעם שפיל עטליכע מאל אינעם טריי-סטעיט געגנט).
כ'בין נישט זיכער צו עס געהערט נאך פאר יענעם קונה אדער ער האט עס געשיפטעד צו א צווייטן. אבער עכ''פ דער געשעפט האט פארלוירן געלט פונעם ערשטן טאג.
למעשה האבן אונז אלע בארא פארקער הנאה געהאט פון די סערוויס פון א 24 שעה געשעפט.