קודם כל, פון וועלכער צד רעדט מען דא? פון א היימישער פערספעקטיוו אדער פון א געזעצליכער און אלגעמיינער פערספעקטיוו? אויב פון א היימישער, זענען נישט דא קיין רעכטן אדער התחייבותן, עס איז ווי א ביזנעס דיעל, You have to negotiate your way out.
די ערשטע דארף ער וויסן, איז אייביג גוט פרובירן מיט שלום צוערשט. און שלום הייסט, ווילאנג עס איז בלויז פראקטיקאלע דעי טו דעי אישוס, נישט קיין אידעלאגיע, אמונות אדער מעידזשאר החלטות, זאל מען זען מוותר צו זיין און קומען צו קאמפראמיסן. אבער ווי איידער צו לעבן אין אילוזיע פאר צולאנג נישט וויסענדיג אויב דער אנדערע זייט מיינט אמת'דיג אדער נישט איז דא אפאר סימנים וואס ווייזן תיכף אויב עמיצער וויל שלום. לדוגמא, האבענדיג געלעבט מיט איר צען יאר און האבענדיג געברענגט קינדער אויף די וועלט, קען ער נישט זיין צו אימפאסיבעל צו דיעלן מיט פערזענליך. אלזא אויב וועט זי מסכים זיין שטענדיג צו דיעלן מיט אים דירעקט וואס איז נוגע די קינדער, אפילו אויב הייראט זי ווידער, איז שוין א סימן אז זי פארשטייט אז עם כל זה וואס די מערדיזש האט זיך נישט אויסגעארבעט, פאר די טובה פון די קינדער, וואס איר ביידע האט 'צוזאמען' געהאט, איז גלייך אז מען זאל נושא ונותן זיין פעזענליך און נישט אריינמישן אנדערע אדער זיך שטעלן ביהיינד די רוקן פון אנדערע און לאזן די יעניגע גענצליך איבערנעמען דעסיזשען מעיקינג. אויב זעט זי דאס נישט קען איך דיר שוין פאראויסזאגן א באמפיגע ראוד. און א עצה טובה אגיד לך, אריינמישן אנדערע און גיין דורך זיי איז א nightmare. אויב זענען ענק גענוג גרויס געווען צו ווערן צאמגעפארט צוזאמען בכדי ברענגען קינדער אויף די וועלט זענען ענק אויך גענוג גרויס אליינס צו קומען אויף החלטות צוזאמען, בנוגע די קינדער.
התחייבותן מאראליש גערעדט? וואס איז שייך? דו ווילסט דא זיין פאר זיי, דו ווייסט אז ס'איז גוט פאר דיינע קינדער צו האבן א שטענדיגע שטארקע קשר מיט דיר. ווי מער קשר אלץ בעסער. קיינמאל נישט מוחל זיין אויף א מינוט לענגער קאנטאקט און קיינמאל נישט ענידישער ארויסגיין מבלה זיין אויב קענסטו אנשטאט זיין מיט די קינדער. לערנען מיט זיי און אויב איז די מאמע ארנטליך, שטיצן איר אויף וואס זי דארף מיט די קינדער, given אז זי איז באמת אין געברויך און זי האלט א רעקארד פון הוצאות און הכנסות. גארנישט מער און דאס אויך נישט אויב לאזט מען דיך פשוט נישט צו צו זיי.
אנצופאנגען מיט, זאגט דער געזעץ אז די טאטע, אויב איז ער א נארמאלער מענטש און מיינט אביעקטיוו די טובה פון די קינדער, האט די זעלבע רעכטן ווי די מאמע איבער די קינדער אבגעזען צו ער צאלט מזונות. דאס האט נישט איינע מיט די אנדערע. ספעציעל איבער סקולינג און העלטה קעיר וואס איז בחינם. (אויב איז עס אויף מעידקעיד) און ספעציעל ווען אונזערע ישיבות און טעראפיסטן זענען שוואך. די זעלבע האבן וויזיטעישן האט אויך נישט מיט מזונות צוטאן. דאס איז צוויי אנדערע זאכן און מ'קען נישט אויסמישן.
מזונות איז דא א מינימום סכום וואס די גאווערנמענט באשטימט. געווענליך וועט עס זיין א געוויסע פראצענט פון זיין איינקנופט. דא איז עס צווישן 20 און 25 פראצענט אנגעהויבן פון א געוויסער סכום סאלערי א חודש. ווי מער וויזיטעישן דו האסט, אלץ ווייניגער דארפסטו צאלן מזונות, די זעלבע ווי מער גאווערנעמענט פראגראמען זי נעמט, אלץ ווייניגער דארפסטו צאלן מזונות. אויב צאלסטו נישט, קען מען דיך באשטראפן מיט א געלט קנס און די גאווערנעמענט וועט איבערנעמען דאס איינמאנען און געבן פאר דיין גרושה.
זארג נישט יעצט איבער א שידוך זיי וועלן שוין א שידוך וואס ער וויל נישט מילא נישט טוהן
![ווינקט ;)](./images/smilies/icon_e_wink.gif)
(אויב האלט ער אן סטעדי קשר כמובן)
א בר מצוה קענען ביידע מאכן עקסטער. אבער ער ברויך נישט צאלן קיין פעני מער פון וויפיל די גאווערנמענט באשטימט אויף מזונות. זילטש. כשר עסן, חדר באס, שכר לימוד, קעמפ, שווימען, מיוזיק לעסאנס, בר מצוה, חתונה, פורים געלט, שלח מנות און מתנות פאר די מלמדים דאס איז אלעס אייגן פאבריצירטע הוצאות. דו דארפסט נישט און דו זאלסט נישט באצאלן דאס סיידן אויב איז דאס מרצונך הטוב, אליינס איינגעפאלן. די זעלבע אויב צאלט דער טאטע אויס נעמט דאס נישט אוועק גארנישט פון די רעכטן וואס די מאמע האט.
יעצט אויב שלאגט מען זיך, איז אסאך תלוי מיט וועמען די קינדער וואוינען, אבער דאס טוישט נאר אויף קליינע דעי טו דעי החלטות. גארנישט פון וואס כ'האב אויבן געזאגט. רעכטן אויף וויזיטעישן און מעידזשאר החלטות בלייבט די זעלבע. אבער ס'איז אייביג גוט צו וויסן וואס דו קענסט באקומען אין א געריכט (אויב האסטו געלט עס צו נעמען אין געריכט כמובן - סיידן אויב קענסטו זיך אליינס דעפענדן, וואס דאן קאסט עס פרוטות, און איך קען אזעלכע וואס האבן עס געטוהן און מצליח געווען) אזוי קען די נעגאשיעישן מיט די צד השני גיין אסאך מער געשמירט.
נישט געזארגט, ס'איז דא א ריזיגע משפחה, די זיידעס און די באבעס און אלע שוואגערס און פעטערס קע"ה, זיי ווייסן אלע די וועג צו שוהל. און לכל היותר וועט דער עסקן, דער טוען מצד השני, נעמען דיין זוהן אין שול. זיי אים כאטש מכיר טוב פאר דעם. אויב דיין גרושה איז העפי דו זאלסט אים נעמען איז דאך זיכער גוט.
אויב האט זי ווידער חתונה דארף דאס ע"פ געזעץ גארנישט טוישן. וויזיטעישן גייט ווייטער אן. די נייער מאן קען שטיין מן הצד און העלפן בעצה ותושיה דיין גרושה אויב ער וויל אבער וואס ער ער איז מחליט איז נישט מעלה ומוריד. זי מעג נישט אוועקפארן אין א צווייטע שטאט צו ווייט, אויב דו לאזט נישט. עס דארף זיין א קאר'ס דרייוו אוועק.
זי האט רעכטן זיי צו נעמען צו שמחות פון אירע משפחה און די זעלבע דו צו דיינע. לגבי שבתות וימים טובים, אסאך נעמען חצי חצי. אנדערע נעמען דריי שבתים פון א חודש + חצי חצי פון ימים טובים, זומער, ווינטער, און סקול האלידעי. אזוי אז אין די לאנג ראן וועט ער אי"ה זיי קענען האבן צווישן צוויי און דריי וואכן אין א ציה. (האלידעיס ווענד זיך וויפיל די חדר האט - חוץ אויב איז עס אין געריכט וואס דעמאלס רעכנט זיך די קאורט מיט די גואישע האלידעיס און ער וועט באקומען אסאך מער) איך וואלט דיך געראטן צו גיין אויף האלב. אויב איז זי שווער, גיי אויף מער אזוי אז ווען זי קומט אראפ פון בוים זאל עס בלייבן חצי חצי. און אז ס'קומט אין געריכט האסטו א גרויסע שאנס צו באקומען דריי שבתים פון א חודש וויבאלד זי האט די איבריגע יאר. און דאן האסטו מיט וואס צו טרעידן. און אז זי וויל נישט טרעידן זאלסטו עס שטארק אנהאלטן כדי מען זאל נישט זאגן זו תורה וזו שכרה.
אה, שיער נישט פארגעסן. אומבאדינג נישט געבן א גט אזוי לאנג ווי דא אן אגרימענט כתוב וחתום און עס איז שוין אדורך צוויי יאר ווי אלץ פארט ווי מען האט אפגעמאכט. פון מיין עקספיריענס, איז א גט די שטארקסטע געווער און מען דארף זיין א גרויסע פערד און מעכעלע עס נישט צו נוצן אויף א קלוגען אופן. פון מיין עקספיריענס איז א גט נאך שטארקער ווי דער פסק דין פון א שופט און כל שכן וכל שכן פון א פסק דין פון א דיין. די סיבה: ווייל רוב מאל, פון מיין עקספיריענס, מאכן זיך מענטשן זייער פיין און זיס כדי ארויסצושלעפן א גט, זאגן צו אלדאס גוטס, און אזוי נאר ווי דו געבסט די גט, געבן זיי דיר א גוטן שטויס פון הונטן און לאזן דיך אויפ'ן הוק. ווידעראום, אפאר יאר, ווען דו האנדלסט מיט דיין גרושה דירעקטלי, איז זייער שווער צו שפיהלן.
א קלוגער זאגט אזוי: אויב קומסטו מיט מיר צו אן אגרימענט כך וכך, און עטס האלטס זיך דערצו אפאר יאהר, וועל איך געבן א גט און והיתה לאיש אחר. און אז דו הויבסט דאן אן מאכן פראבלעמען, נעם איך עס אין קאורט, און איך ווייז: קוק, איך האב געהאט געהעריגע קשר מיט די קינדער (דוכאויס די פאר יאר מאכסטו זיכער צו רעקארדירן און דאקומענטיירן די קשר) אפאר יאהר, איך בין א גוטער טאטע, עס איז דא אפילו אן אגרימענט וואס זיי האבן געחתמ'ט (מיט א לויער) און דא מיטאמאל, איך געב די גט, און זי ברעכט קשר.
אויב איז די מאמע נישט עכט א נארמאלע און זוכט דיך און די קינדער אנצומאכן צרות איז כמעט נישט במציאות אז די פאר יאר זאלן אדורכגיין רוהיג. און דעמאלס ווייסטו מיט וועם דו האנדלסט, און פון אפאר יאר ווערט צען יאהר ביז ווילאנג דער ווייסער צאפ וואקסט איר ארויס און די קינדער זענען גענוג אלט צו מאכן זייערע אייגענע החלטות. באשולדיגן די טאטע פאר'ן נישט געבן א גט אדער באשולדיגן די מאמע פאר'ן זיי אוועקרויבן א טאטע אויפ'ן לעבן? דו וועסט אבער וויסן אז דמם בראשה. דו ביסט דא געווען פאר זיי, זי האט זיי נישט צוגעלאזט. היינט זאגט זי אז די סיבה איז ווייל דו האסט איר נישט געגעבן עפעס א צעטל וואס זאל איר ערלויבן צו שטופן נאכאמאל. אבער דו ווייסט אז די סיבה איז באמת ווייל כדי נקמה צו נעמען אין דיין אזוי גערופענע פארראט, האט זי אפילו מסכים געווען אוועקצורויבן דער טאטע פון אירע קינדער. נישט פארגעסן, די סיבה פארוואס זי וויל נאכמאל חתונה האבן איז געווען ווייל זי האט זיך איינגערעדט אז זי קען ריפלעיסן דער טאטע פון אירע קינדער; נישט פלעין נאר ווייל זי וויל נאכאמאל לאכן אין לעבן. אויב וואלט דאס געווען די אמת'ע ריזען וואלט זי שוין אוודאי צוגעלאזט די קינדער. נאר וואס דען, פארהאן מענטשן וואס דאס וויינען אין לעבן און ספעציעל מאכן אנדערע וויינען איז זיי וויכטיגער ווי לאכן.
צוריק צו דער נעגאשיעיטינג טעיבל: אויב ווילט איר נישט מאכן מיט מיר אן אגרימענט, וועלן מיר מאכן א שטיקעלע געשעפט. אז איר גיט אהער אפאר הונדערט טויזנט דאלער, באקומט איר דעם טייער שטיקל פאפיר, און אז איך האב אפאר הונדערט טויזנט דאלער, קען איך שוין תיכף ומיד מאכן א קלאגע אין קאורט און פארלאנגען און אויך באקומען עקסעס צו די קינדער. גיב נאר אובאכט די נעגאשיעישנס זאלן נישט רעקארדירט ווערן ווייל די קאורטס האבן נישט ליב אזעלכע טונקעלע געשעפטן. זיי קוקן עס אן ווי בלעיקמעיל זינט מען האט צעטיילט טוירטש און סטעיט אפאר הונדערט יאר צוריק. די צרה איז אז עס איז די נארמע ביי די חרדים צומאכן אזעלכע געשעפטן טאג טעגליך און אין געריכט וועלן זיי קומען שרייען ווי קראקאדילן אז דער מאן בלעקמעילד.
און ווי לענגער עס געדויערט פאר זיי זיך צו ברעכן אלס העכער וועט די פרייז פאר די גט ארויפגיין. פשוט ווייל ווי שפעטער אין לעבן, אלס קורצער די צייט פון די הנאה וואס די גט קען איר ברענגען, במילא אלס מער דעספערעט ווערט מען עס צו עררייכן און אלס מער קענסטו העכערן די פרייז. אבער אל תדאג, זעהר ווייניג דויערן אויס מער ווי פינף יאר אפילו, וועל איך וואגן צו זאגן. איך האב אקארשט מיטגעהאלטן אפאר קעיסעס, ווי די מענער האבן געמאכט שווערע אלפים וואס האט זיי ערמעגליכט זיך צו מסדר זיין א הויז, א קאר, עדיוקעישן 'און' זיי האבן נאך די קינדער אויכעט. (כאטש נישט אויף שבתים וימים טובים) עס איז אן עצה בדוק ומנוסה בלי גוזמא. מען דארף נישט פיהלן קיין טראפ שולדיג און טוהן אזאנס. אמאל איז אפיציעל געווען, אויב דער מאן איז אוועק האט ער געברויכט צאלן א פעטע כתובה ווייל אז נישט איז די פרוי געבליבן אויף די וואסער. היינט האבן זיך די אומשטענדיג געביטן. און אויב דער מאן באקומט נישט א כתובה איז ער גענצליך אויפ'ן וואסער. אזוי לאנג ווי מרדכי קאהן און אנדערע גיבן סכומים פאר אזעלכע צוועקן ברויך מען שלעפן וויפיל ס'גייט ווייל די קיה וועט נישט פאר שטענדיג זיך לאזן מעלקן. און די סיבה פארוואס די דאזיגע עשירים לאזן זיך קאסטן און זייער פשוט. נישט ווייל זיי זענען אזעלכע בעלי צדקה, גאטספארכטיגע מענטשן, און מושיעים פון גרושות ואלמנות. נאר ווייל זיי פארדינען אסאך מער פון דעם וואס מענטשן בלייבן פארהייראט ווי פון די פאר וואס גט'ן זיך. אלזא ווען זיי גיבן אוועק א ריזן סכום אין אויסטויש פאר א גט און זיי קענען נאכדעם זאגן אראפמאלן דעם טאטן פאר א באנדיט וואס פארלאנגט אזויפיל געלט פון זיין ארימען שווער, און איינרעדן דעם עולם אז מען האט יענעם באשטראפט אז ער קען נישט האבן זיינע קינדער אויף שבת ויו"ט אדער בכלל, איז דאס עפעס וואס וועט צוריקהאלטן אנדערע הונדערט תמימים פון טוהן דאס זעלביגע. נו נו, מהר'ם מרוטנבורג האט אנדערש געקלערט.
אמאל אז איינער איז לאקי, גלידערט ער זיך איין אין א מער מאדערנע ארטאדאקסישער קהילה, זיי זענען אויך שטארק פאר מענער צו גיבן א גט ווי שנעלער, אבער אנדערש פון די חרדים זענען זיי אויך זייער ווארים פאר משפחה ענינים. זיי וועלן אלעס אין די וועלט טוהן אז קינדער זאלן האבן קשר מיט א טאטע. זיי ווייסן איך פון די מיליאנען וואס מענטשן קוועטשן ארויס פאר גיטן. אז זיי זעען עמיצער גיט אויף אזא גוטן עסעט ווי א גט, גענצליך בחינם, וועלן זיי טוהן אלעס אין די וועלט אז אזא איינער זאל נישט בלייבן אויפ'ן וואסער און אז ער זאל האבן פולער עקסעס צו זיינע קינדער ווי די רעכטן וואס דער געזעץ גיבט אים.