ביזנעס נייעס און אנאליזען
נשלח: זונטאג יולי 22, 2012 10:18 am
מיט א 172 פירמעס וואס זענען א טייל פון די עס ענד פי אינדעקס וואס זענען ערווארטעט צו באריכטען זייער פארדינסטן די וואך, וועלען אנאליסטן אנאלזירען די באריכטן מיט מער פארזיכטיגקייט ווי בעפאר צו זען אויב די באריכטן ווייזען צייכענעס אויף א אפגעשוואכטע וואוקס אין די אמעריקאנע אדער וועלטליכע עקענאמיעס, לויטעט א באריכט פון מארקעט יאטש.
פון די הונדרעט און פיר פירמעס ווואס האבען שוין באריכטעט זייער פארדינסטן, האבן פיר און זיבעציג פראצענט באריכטעט העכערע פארדינסטן ווי דאס וואס אנאליסטן האבן געהאט פאראויגעשאצט, אבער נאר פינעף און פערציג פראצענט - קעגן די זעקס און פיפציג פראצענט אין דורכשניט- האבן באריכטעט בעסערע פארדינסטן ווי דאס וואס זיי אליינטס האבן געשאצט. דאס איז די נידריגסטע ציפער זייט ענדע 09׳.
די הויפט אורזאך פאר די אפשוואכונג אין די פארדינסטן ווערט אנגעלייגט צוליבן שטארקען דאללער. פירמעס וואס פארקויפן אסאך זייער פראדוקטען אין אייראפע מיטשענען זיך ווייל זייער פארדינסטן אין אייראפע איז ווייניגער ווערד אין די פירמעס באנק אקאנטעס אין אמעריקא. א געוויסע אנאליסט האט אנגעוויזן אז וואל סטריט האט געמאכט זייער א גוטן ארבעט נישט רעאגירענדיג צו נעגעטיוו צו די אלע באריכטן וואס ווערן בעיקר געשאפען צוליבן שטארקען וואלאטע און נישט צוליב אזא אפגעשוואכטע עקענאמיע.
די שוואכסטע זענען אריינגעקומען די אינדאסטריעל פירמעס און מעדיקעל פארבינדענטע פירמעס האבענדיג די קלענסטע פראצענט פירמעס פון די צוויי וואס האבן באריכטעט בעסער ווי ערווארטעטע פארדינסטן, די שטערקסטע זענען אריינגעקומען די טעכנעלאגיע פירמעס מיט א וואקוס ראטע פון כמעט זעקס פראצענט, צו פארדאנקען די שטארקע איינקונפטען פון עפפעל.
מאנטאג אינדערפרי ערווארט מען די באריכט פון מיק דאנעלדס, וואס איז די גרעסטע רעסטעראנט נעץ איבער די וועלט, און וועט געבן א גוטע בליק פאר אינוועסטירער ווי אזוי די אפגעשוואכטע עקענאמיע איבער די וועלט אפעקטירט אמעריקאנע באזירטע פירמעס.
דינסטאג איז ערווארטעט אז עפפעל וועט ארויס געבן זייער שאצונג פארען דריטען קווארטאל. אזוי אויך ערווארט מען די באריכט פון פעיסבאק ענדע וואך, זייענדיג די ערשטע באריכט זייט די פירמע איז געאנגען פאבליק.