בלאט 1 פון 1

טוה אויס דיין נאמען

נשלח: זונטאג אוגוסט 06, 2017 10:34 pm
דורך קל וחומר
טוה אויס דיין נאמען.
שמעק דיינע ברילען.
עפען אויף דאס אטעם.
קריך אויפן אייביגקייט.

די וואסערן פארשטייף.
דאס צודעק באגרייף.
דעם שלעכטס פארדריי.
ענטפער דאס גערודער.

פארשווייג די כוחות.
נעם ארום דאס רואיגקייט.
טרעט אויפן נעפל.
בלאז דעם שטיין.

לעש אויס די צייט.
פארגין דעם געבעט.
צעבויגענע פוסלעך.
געשטעלטע הערצער.

שמיר די בלאטע.
שפיר דאס לויטערקייט.
פרעג דעם שיינקייט.
באפיץ דאס שוועל.

קייטל דאס אויג.
פיר דעם ניר.
שטויס דאס הארץ.
גלעט דעם מח.