בלאט 1 פון 1

טעות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 18, 2017 11:40 am
דורך שלום בערגער
טעות
פון העטער קריסטי (לינק צו מקור-טעקסט אונטן)

שוין יארן וואס איך זע
געפגרטע חיות אויפן וועג

געטרויערט נאך זיי
נאר געכאפט זיך: זיי זיינען

נישט טויטע חיות
נאר טי-שירטס

אדער געפלאצטע רייפן
און כ'האב זיך געפונען

מיט אזא עודף פון טרויער
וואס איך האב געמאכט

אן א כלי
וואס זאל אים האלטן, נישט געוואוסט

אוואו דאס צו שטעלן אדער
האלטן און היינט האב איך

א זאג געטאן "איך ווייס
כ'קען דאס געבן צו דיר"


http://academyofamericanpoets.cmail20.c ... 69A65BFAC1