בלאט 1 פון 1

א פערפעקטער פארפאלק (וועקער 11)

נשלח: זונטאג יאנואר 28, 2018 9:56 pm
דורך יצחק וואלד
די מעשה איז מער אזוי דאס נמשל, דער משל קען מען זיך נאך יעדער לעבעדיג ממשיל זיין. די לוויה ס'צענע פונקט ווי באשריבן האט זיך מיר איינגעדרוקט אין מוח אלץ קינד מיטהאלטנדיג מיין ערשטע לוויה דורך יוסל ווייס. דער קנאק אויפן ארון און דער "חמתו" אויסשריי קלינגט מיר נאך אין די אויערן.

זאגט דא אייערע קאמעטארן צום גוטן אדער בייזן. והוא רחום יכפר עון, ולא ישמע עוד שוד ושבר וכו'

נשלח: מאנטאג יאנואר 29, 2018 1:26 am
דורך נולד מאוחר
איך בין משוגע געווארן ווי גוט דו צוויי קערעקטערס זענען ארפגעלייגט.
יצחק וואלד כהאב זייער הנאה פון דיין שרייבן, זדשאסט און קעיס איט מעקס עי דיפרענס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 8:49 am
דורך הוגה
געוואלדיג הנאה געהאט ווי אלע דיינע אנדערע מעשיות. כ'האב עס געליינט פאר די גאנצע משפחה, ס'האט ארויפגעברענגט פארשידנארטיגע עמאושענס.

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 11:20 am
דורך שמערל
די מעשה איז א גוטע נושא, חיים גראדע וואלט דאס אויסגעצויגן אין א פינעוו הונדערט בלאט נאוועלע, אבער דא האט זיך עס געפילט זייער געכאפט ווי א רויע דרעפט.

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 12:07 pm
דורך יתרו
יעדע זאפטיגע short story וואלט חיים גראדע און יעדע אנדערע גוטע שרייבער געקענט מאכן פאר א 500דיגע נאוועלע, אשר על כן ? א מין גערעדאכטס!

נשלח: מיטוואך יאנואר 31, 2018 7:06 pm
דורך ברוך שפינוזה
שמערל האט געשריבן:די מעשה איז א גוטע נושא, חיים גראדע וואלט דאס אויסגעצויגן אין א פינעוו הונדערט בלאט נאוועלע, אבער דא האט זיך עס געפילט זייער געכאפט ווי א רויע דרעפט.

דאס איז די קונץ דערפון, ס'מאכט דיר אויף דיין IMAGINATION, די עיקר איז נישט די ארטיקל, נאר די מחשבות און געפילן וואס קומען נאכדעם.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 12:58 am
דורך אפטעמיסט
קלאסישע ערציילונג מיט דראמא, הומאר און א בייסיגע ראמאנס. געלייענט שבת נאכ'ן קוגעל, ליגענדיג אין בעט מיט א שולשול. די מעשה איז גארנישט אזוי פשוט. לעניית דעתי איז עס אן ארט און פאעזיע. דער וואלף ע"ה איז מיר גארנישט אזוי אומבאקאנט. כ'האף ס'קומט נאך אינעם נעקסטן וועקער.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 01, 2018 1:00 am
דורך אפטעמיסט
כפול

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 12:40 am
דורך שמעקעדיג
געוואלדיגע ארטיקל, עס האט מיר ממש געברענגט צו טרערן. זייענדיג א נושא וואס איז מיר נאנט צום הארצן - נעמליך, שלום בית - האט מיר ממש געשטאכן אין הארצן די פאסירונג. איך האב רחמנות געהאט אויף די ווייבל אז זי האט צו שפעט אנערקענט די מעלות פונעם ערשטן מאן, מיט זיין פשטות, נאכ'ן זוכן גליקן מיט א צווייטן מאן.

ליידער זענען פאראן אסאך אזעלכע מענטשן בתוכינו, סיי מענער און סיי פרויען, וועלכע קוקן כסדר אויף יענעמ'ס מעלות, און באמערקן הערשט דעם אוצר אונטער'ן אייגענעם אויוון אביסעלע צו שפעט.

נשלח: זונטאג פעברואר 04, 2018 2:40 am
דורך berlbalaguleh
ברוך שפינוזה האט געשריבן:
שמערל האט געשריבן:די מעשה איז א גוטע נושא, חיים גראדע וואלט דאס אויסגעצויגן אין א פינעוו הונדערט בלאט נאוועלע, אבער דא האט זיך עס געפילט זייער געכאפט ווי א רויע דרעפט.

דאס איז די קונץ דערפון, ס'מאכט דיר אויף דיין IMAGINATION, די עיקר איז נישט די ארטיקל, נאר די מחשבות און געפילן וואס קומען נאכדעם.

נו, פון דעם רעדט דאך שמערל שליט"א. ווייל אין חיים גראדע'ס מעשיות האסטו דיך באלעקט מיט א יעדע שורה. און אויך זיך אפגעשטעלט טראכטן און חלומ'ען ווי גלייך דו ביסט דארט לעבעדיג אויף די סצענע. (לכה"פ איך.).

נישט נאר גראדע. נאר א יעדער גרויסער שרייבער , אידישע ווי גוי'אישע קענען אראפברענגען און שילדערן א סצענע אז דו זאלסט שפיהרן ווי גלייך דו ביסט ממש דארט. איינער א גרויסער גוי'אישער, שרייבער פון איירישן אפשטאם. (א שטיקל אוהב ישראל. נאר זייער א ליבעראלער.) האט אויך די מעלה. ער קען שילדערן א סצענע אז דער ליינער זאלל שפיהרן ווי גלייך ער שטייט דארט. ער האט אמאל געשריבן אן ארטיקל אין די צייטונג דעילי ניוס מיט די העדליין ..."דער שבת גוי"... מיט א לשון ..."נסתר"... א דריטע פערזאן. ווי גלייך ער איז אן אבזערווירער. האט ער אראפגעלייגט די סצענע וויאזוי ס'האט אויסגעזעהן א שבת אינדערפריה אין די אויגן פון א גוי'אישן (ארימען) יונגל ווען ער איז אריינגעקומען שבת אינדערפריה אנצו צינדן די הייצונג און אראפנעמען די לייכטערס פון טיש. און די אידישע מאמע האט איהם מכבד געווען מיט א שטיק פיינע, געשמאקע חלה און געפילטע פיש. ווער ס'ליינט יענעם ארטיקל קען מיינען אז ער איז דער גוי'אישער יונגל און ער שטייט דארט און האלט מיט די גאנצע סצענע...!

נשלח: מאנטאג פעברואר 05, 2018 11:18 pm
דורך ברוך שפינוזה
אין די עלפ'טע פרק פון 'שבאבניקים' רירן זיי אן די נקודה, וואו ס'זעט זיך ארויס די חילוק פון די אלטע ראש ישיבה ביז די נייע.