בלאט 1 פון 1

רצוא ושוב - גאטעניו, אנה מפניך אברח

נשלח: פרייטאג מאי 08, 2020 10:40 am
דורך זבולון
געטשאלענדזשט, געשאקלט, און צובראכן,
מיטן חרב המתהפכת אלעס צושטאכן,
אראפגעווארפן אלע יאכן,
געפראוועט שבת ווי אינדערוואכן.


דיין שטימע מער נישט געוואלט הערן,
דיינע געדאנקען נישט געוואלט קלערן,
האסט צוגעקוקט ווי איך וויל אנדערש ווערן,
מיינע פלענער האסטו נישט געוואלט צושטערן.


ערו ערו עד היסוד - אויסגעריסן,
פון גארנישט מער געוואלט וויסן,
ניטאמאל פון די גוטע חלקים געניסן,
די וואסער מיט די בעיבי אויסגיסן.


לך לך מארץ מולדתך - ווייט אנטלאפן,
ניטאמאל צוריקגעקוקט צו לאזן האפן,
א פתח כחודו של מחט נישט געלאזט אפן,
-- ווען פלוצלינג דא דיר אנגעטראפן.


פון דיר אנטלאפן מיט א שטורעם,
אוועקגעשטויסן אלע שקרים,
אריינגעפלויגן אריין אין דיין ארעם,
אריינגעדרינגען אין אלע איברים.


ווען איך בין מיט דיר צומישט,
זעה איך וואס דו ביסט נישט,
דאס האט זיך קיינער גערישט,
אזוי צו פאלן אין דיין ארעם צוקושט.