בלאט 1 פון 1

headlines radio show

נשלח: דינסטאג אוגוסט 18, 2020 1:39 pm
דורך כרם זית
עס וואונדערט מיר אז עס איז נאכנישט פארהאן אן אשכול איבער די וועכנטליכע העדליינס הלכה שאו, די פראגראם וועלכע ווערט אנגעפירט דורך דער חרדישע ביליאנער פון מאנסי דוד ליכטנשטיין. ווי אן עושר וואס איז יענה עזות שרעקט ער זיך נישט צו לאזן לויפן די מערסט קאנטערווערסינאלע דיאלאגן. גאר אסאך נושאים וועלכע ווערן באהאנדעלט דא אין שטיבל, ווערט דארטן צולייגט אין אינטערוויאו'ס מיט רבנים און פרפסורן. א ביישפיל איז די יעצטיגע צוריק ארויפגעברענגטע ברענעדיגע פראבלעם איבער עגונות, עזרת נשים, ראסיסזים, וכו'. ר' דוד איז נישט קיין קליינער תלמוד חכם, (ער מיט א שטאב ת''ח האבן ארויסגעגבען די ספר 'משנה אחרונה' אויף משנה ברורה, וואס מיט זיין טיפקל גאוה פלאקעמירט ער אז אויב איינער קויפט עס און האלט נישט אז עס איז די בעסטע ספר אויף הלכות שבת, געט ער צוריק די געלט...,) און מקען אים נישט פארקויפן קיין ב''ש, הגם אסאך מאל איז קענטיג אז ער איז איינזייטיג און ער פראבירט צו שטיפן אן אדזענדע (רוב מאל די מער אויפגעקלערטע זייט). צומביישפיל לעצטע וואך האט ער געהאט א שאו איבער די מהפכה אין גור, און ער האט נאר אינטערוויאוט א תלמוד פון ר' שאול (און טאקע די וואך האט ער צוגעזאגט ממשך צו זיין מיט א גורע חסיד). די זעלבע דארף מען זיך אמאל פלאגן וואס די נושא האט מיט תורה (עס הייסט דאך א 'הלכה' שאו). עס איז אויך דא א האטליין נומער וואו מקען הערן אלע שאו'ס 732-806-8700.

מקען נאך אסאך מאריך זיין, סיי וועגן די שאו, און סיי וועגן די בעל השאו, און די עולם איז מכובד.