בלאט 1 פון 1

ווער בין איך? ? ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:39 am
דורך ברוינשטיין
אז מען הויבט אן גריבלען אין דעם שאלה הייבט דאס קאפ אן שווינדלען, עס דערמאנט מיך פון אלץ קליין קינד ווען איך האב פרובירט צו קוקן אויף די הינטערשטער חלק פון מיין קאפ, איך פלעג זיך דרייען און דרייען ביז איך האב אַן ערשעפטער אויפגעגיבן, אריין-קלערן אין די שאלה: ווער איז דאס 'איך' איז ווי א שווארצע לאָך אין די ספערן.

יעצט אויפן רגע שרייב\טייפ איך, אבער ווער איז דאס איך וועלכע וואונדערט זיך אויף מיין אנוועזנהייט? ווער איז דעם איך וואס זעהט שמעקט און שפירט ווייטאג? איך קלער אריין אבער איך זוך אַווי איז דאס ספעציפישע ארט וועלכע קלערט, מען קען נישט זאגן אז דאס איז בלויז די מח וויבאלד ווען איך שפיר עפעס עמאציאנאל שפיר איך דאס טייל מאל אין הארץ אדער טייל מאל אין די לינגען און אסאך מאל אין די קישקעס, ווי אויך איז שווער צו זאגן אז 'איך' בין בלויז א פיזישע פארגליווערטע מח, וויבאלד דאס לעבנס גייסט שפירט זיך עפעס פילפאכיג העכער ווי סתם הארט און פיזיש.

טייל ווילן זאגן אז דער 'איך' איז בלויז זכרון memory געדענקענישן, דאס הייסט אז אויב מען מעקט אויס אלע זכרונות דאס נעמט אריין אין זיך פון שפראך ביז קאלירן, מען מעקט ממש ממש אלעס, דאן ווערט מען א נייע 'איך', די טעאריע לייגט זיך שטארק אויפן שכל, ווייל אויב מען קלערט גוט אריין דערינען באמערקט מען ווי אלע מחשבות זענען אנגעהאנגען אין אינפארמאציע אדער געדענקענישן פון די פארגאנגענהייט, אבער ווער איז דער 'איך' וועלכע וויל וויסן ווער 'איך' בין? אויך קום איך צוריק צו מיין שפיר אז לעבנס גייסט איז עפעס מער פון א פיזישע זכרון, פון די אנדערע זייט איז די טעאריע אז זכרון איז 'איך' אראפגעשטעלט מיט פעסטע פאנדימענטן.

אבער דאָך! ס'איז מיך שווער אנצונעמען אז בלויז זכרון אדער מיין פיזישע מח איז 'מיך' עס שפירט זיך אסאך טיפער ווי דעם, בעסער געזאגט עס שפירט זיך אזוי טיף אז ווען מ'הייבט נאר אן אריינצוקלערן ווערט מען דערטראנקען מיט מיליאנען קשיות וועלכע איז אזוי אומקלאר אז זיי פארבלייבן דערטראנקען אינעם שווארצע לאך...

בקיצור, ביטע העלפט ארויס די מצב, וואס קלערט איר ווער איז דאס 'דיך', אפשר וועט מען זיך זעלבסט קענען טרעפן,,,,

שכוח פארן אויסהערן..

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 5:21 am
דורך היסטאריע
מיין איך וויל רעדן מיט דיין דיך נישט דורך פיזישע פארמיטלער. דירעקט.
קענסט עס ערלעדיגן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 12:13 pm
דורך שמן למאור
היסטאריע האט געשריבן:מיין איך וויל רעדן מיט דיין דיך נישט דורך פיזישע פארמיטלער. דירעקט.
קענסט עס ערלעדיגן?

ווילסט האבן א דעבאטע? :lol:

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 12:25 pm
דורך שמן למאור
זייער א גוטע נקודה ארויפגעברענגט,

דאס איז זיכער אז די גוף איז נישט די מענשט, והא ראיה, שניידסט אים אפ ביידע הענט און פיס, איז ער יעצט א מענטש אהן הענט און פיס, פיין יעצט קענסטו שניידן ווייטער און ווייטער, וואו איז די 'מענטש'? די מוח? הארץ?
און אויב מאכט מען א הארץ טראנספלאנט, איז ער בשעת מעשה נישט קיין מענטש? זיין הארץ איז יעצט ארויסגענומען און באגראבן, נו איז ער יעצט טויט?
און נאכן אריינלייגן א צווייטנס הארץ ביי אים איז ער יעצט יענעם? וכן ביי די מח, אדער אנדערע וויכטיגע חלקים גשמיום פונעם גוף

ס'שווער צו זאגן אז דער איך איז די זכרון, אויב מעקט מען למשל אויס די זכרון פון צען היימישע חסידישע אידן לגמרי, און מען שטעלט זיי אריין אין א פארווארפענע דארף אין כינע, וועלן זיי טאקע ווערן כינעזישע גוים, אבער דער תכינת הנפש וועט ביי יעדעם בלייבן די זעלבע,
די כעס'ן בלייבט א כעס'ן דעד מיט קלעבעדיגע הענט, וועט ווייטער זיכען כינעזע שטיקלעך און דריידלעך, און די איידעלע ארענטליכע איד, וועט זיין א פיינע ארענטליכע כיזענער,

דהיינו די עצם מהות און תכינת הנפש פונעם מענטש, דאס איז די מענטש (מקען עס ריפן נשמה, אדער נפש) דאס מהלך המחשבה און מידות, דאס איז לכאורה די עצם מענטש

Re: וואר בין איך? ? ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 12:32 pm
דורך כרם זית
די זעלבע שאלה (און שטערקער) איז אויפן תניא וועלכע שרייבט באריכות אז דער מענטש קען זיך מתלבש זיין מיט זיין נפש האלוקית אדער זיין נפש הבהמיות. שטעלט זיך די זעלבע שאלה ווער איז ''דער מענטש'' וועלכע איז בוחר אין וואס זיך מתלבש זיין?

יעצט צו די עצם שאלה וואלט מען געקענט זאגן אז די נשמה איז די עצמיות פון די מענטש, ווי אינז אלע גלייבן אז השארת הנפש איז די איינציגסטע וואס בלייבט. אבער עס איז שווער אנצונעמען אז די נשמה פילט גשמיות'דיגע צער, בפרט לויט די גמרא די איינציגסטע זאך וואס די נשמה האט הנאה איז ריח. אפשר לויט ברוך שפינזיע קען מען פארענטפערן וויבאלט אלס, אויך די גוף איז רוחני.

עמער זען וואס @מי אני עט ענטפערן...

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 12:36 pm
דורך קאמארנער
דער מענטש איז נישט דער נשמה? חוץ פון דעם איז אלץ פלייש, ביינער און בלוט.

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 12:54 pm
דורך תרמב
כרם זית האט געשריבן:עמער זען וואס @מי אני עט ענטפערן...

מי אני מוטשעט זיך שוין אויף די פראגע פון ווען ער איז ארויף אויף קאווע שטיבל, דאס איז דאך זיין נאמען......

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 2:51 pm
דורך מי אני
כרם זית האט געשריבן: עמער זען וואס @מי אני עט ענטפערן...

אין די צוויי אשכולות האט מען ארומגערעדט אין די פראגע און איך האב מגיב געווען אין ביידע פון זיי אויף די באקאנטע שאלה. אינעם ערשטן אשכול לינק איך [הערה 3] צו דעקארט׳ס דוּעליזם און צו זיין קאָדזשיִטוֺ, אויף וועלכע מ׳האט דא אָנגערירט.
תרמב האט געשריבן: מי אני מוטשעט זיך שוין אויף די פראגע פון ווען ער איז ארויף אויף קאווע שטיבל, דאס איז דאך זיין נאמען…

ווי איך האב טאקע דארט געשריבן:
מי אני האט געשריבן:קאם אן! כ׳האב געמוזט מגיב זיין אויף די אשכול...

Re: וואר בין איך? ? ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 3:20 pm
דורך ברוינשטיין
קאמארנער האט געשריבן:דער מענטש איז נישט דער נשמה? חוץ פון דעם איז אלץ פלייש, ביינער און בלוט.
איך גלייב אז גוים שפירן\וואונדערן-זיך אויך

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 4:02 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
כרם זית האט געשריבן:די זעלבע שאלה (און שטערקער) איז אויפן תניא וועלכע שרייבט באריכות אז דער מענטש קען זיך מתלבש זיין מיט זיין נפש האלוקית אדער זיין נפש הבהמיות. שטעלט זיך די זעלבע שאלה ווער איז ''דער מענטש'' וועלכע איז בוחר אין וואס זיך מתלבש זיין?

יעצט צו די עצם שאלה וואלט מען געקענט זאגן אז די נשמה איז די עצמיות פון די מענטש, ווי אינז אלע גלייבן אז השארת הנפש איז די איינציגסטע וואס בלייבט. אבער עס איז שווער אנצונעמען אז די נשמה פילט גשמיות'דיגע צער, בפרט לויט די גמרא די איינציגסטע זאך וואס די נשמה האט הנאה איז ריח. אפשר לויט ברוך שפינזיע קען מען פארענטפערן וויבאלט אלס, אויך די גוף איז רוחני.

עמער זען וואס @מי אני עט ענטפערן...

ווען דער נפש הבהמית איז זיך מתלבש אינעם גוף איז ׳דאס׳ דער ׳איך׳ און ווען די נפש האלוקית איז זיך מתלבש דאן איז דאס ׳יעך׳....

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 4:07 pm
דורך קהל'ס נער
תרמב האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:עמער זען וואס @מי אני עט ענטפערן...

מי אני מוטשעט זיך שוין אויף די פראגע פון ווען ער איז ארויף אויף קאווע שטיבל, דאס איז דאך זיין נאמען......

מי אני זאגט דאך שוין אין זיין חתימה בשם יאיר.

איך בין נישט זיכער אז איך עגזיסטיר, וויאזוי קען איך זיין זיכער אז.... עיין שם

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 4:28 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
ס׳איז איינע פון די זאכן וואס מ׳קען נישט ארויסהאבן בעלמא הדין.

למה הדבר דומה: א מענטש וואס פון אלץ פיצל קינד איזער צוגעדעקט און אנגעטון פון קאפ ביז פיס מיט א קאסטום (ס׳דאך שוין אדר :P ) פון א מאנקי, און איז אויפגעוואקסן אין וואלד צווישן מאנקיס, און קיינמאל קיין מענטש נישט געזען... ויהי היום, אזוי ווי עריז אינטערגעוואקסן און באטראכט זיינען חברים, מערקט ער אז ער איז עפעס ׳דיפרענט׳ פון זיי, און וואס א טאג גייט דורך זעט ער איין אז א מאנקי איזער נישט.

אבער וואס יא?!

ווילאנג ער קעניש אראפשלעפן דעם מאסקע און קאסטום פון זיך וועט ער נישט אויסגעפינען...

כן הדבר הזה; אויפוואקסענדיג זעענדיג זיך און אנדערע מענטשן בלויז בבחינת גוף גשמי, מיינט מען אז דער גוף איז ׳איך׳, שפעטער זעט מען איין אז ניין איך בין פיהל מער פון דעם. מיינט מען אז ׳איך׳ בין מיינע געפילן, זעט מען דערנאך איין אז ניין, איך בין מער פון דעם. טראכט מען אז אפשר בין ׳איך׳ דער שכל, דאן אודך ניין. איך בין עפעס טיפער און העכער פון דעם...

אלזא, ווילאנג ׳דו׳ קוקסט ארויס פון דיינע פליישיגע אויגן, וועסטו זען אלעס אויף דער וועלט א חוץ זיך. ווילאנג ׳דו׳ הערסט זיך צו צו די קלאנגען וואס דרינגערן אריין אין דיינע אויערן, וועסטו הערן אלעס אויף דער וועלט א חוץ זיך. ווילאנג ׳די׳ שפירסט און טאפסט אלעס פיזיקעל וואס קומט אין בארירונג מיט דיינע סענסעס וועסטו פילן אלעס אויף דער וועלט א חוץ זיך....

אז דו וועסט זיך אויסטון פון די אלע חושים אפשר דאן וועט זיך צו דיר אנטפלעקן ׳דו׳ אליין בכבודך ובעצמך!

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 4:42 pm
דורך קאמארנער
ברוינשטיין האט געשריבן:
קאמארנער האט געשריבן:דער מענטש איז נישט דער נשמה? חוץ פון דעם איז אלץ פלייש, ביינער און בלוט.
איך גלייב אז גוים שפירן\וואונדערן-זיך אויך

איז אפשר גאר דער נפש אדער עפעס א געוויסע גייסט, כ'זעה נישט עפעס אן אנדער אפציע

Re: וואר בין איך? ? ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 5:12 pm
דורך ברוינשטיין
קאמארנער האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן:
קאמארנער האט געשריבן:דער מענטש איז נישט דער נשמה? חוץ פון דעם איז אלץ פלייש, ביינער און בלוט.
איך גלייב אז גוים שפירן\וואונדערן-זיך אויך

איז אפשר גאר דער נפש אדער עפעס א געוויסע גייסט, כ'זעה נישט עפעס אן אנדער אפציע
די אנדערע אפציע איז אז דאס איז בלויז אן איינרעדעניש\געפיל, אבער באמת איז דאס בלויז פיזיש

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 6:12 pm

וואס איז בלויז פיזיש? דער מענטש?
הייסט עס האט צו טון בלויז מיטן פליישיגן פארעם פונעם מענטש וויזאוי ער קוקט אויס?

Re: וואר בין איך? ? ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 6:43 pm
דורך ברוינשטיין
ניין, איך מיין צו זאגן אז אפשר איז נישט דא קיין גייסט, נאר אלעס איז פיזיש, מח הארץ וכדו'. איך שטעל זיך פאר אז אין די סעקולארע וועלט ספעציעל אין די היינטיגע מאדערנע סייענטיפישע וועלט, נעמען דאס פולע אָן מיט א פשטות, אבער איך אלץ גלויביגער איז מיך שווער צו זאגן אז מען איז בלויז פיזיש.

נשלח: מאנטאג פעברואר 07, 2022 8:44 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
ברוינשטיין האט געשריבן:ניין, איך מיין צו זאגן אז אפשר איז נישט דא קיין גייסט, נאר אלעס איז פיזיש, מח הארץ וכדו'. איך שטעל זיך פאר אז אין די סעקולארע וועלט ספעציעל אין די היינטיגע מאדערנע סייענטיפישע וועלט, נעמען דאס פולע אָן מיט א פשטות, אבער איך אלץ גלויביגער איז מיך שווער צו זאגן אז מען איז בלויז פיזיש.

Image.png

זע דעם באריכט דא

Re: ווער בין איך? ? ?

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 5:52 pm
דורך כרם זית
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:די זעלבע שאלה (און שטערקער) איז אויפן תניא וועלכע שרייבט באריכות אז דער מענטש קען זיך מתלבש זיין מיט זיין נפש האלוקית אדער זיין נפש הבהמיות. שטעלט זיך די זעלבע שאלה ווער איז ''דער מענטש'' וועלכע איז בוחר אין וואס זיך מתלבש זיין?

יעצט צו די עצם שאלה וואלט מען געקענט זאגן אז די נשמה איז די עצמיות פון די מענטש, ווי אינז אלע גלייבן אז השארת הנפש איז די איינציגסטע וואס בלייבט. אבער עס איז שווער אנצונעמען אז די נשמה פילט גשמיות'דיגע צער, בפרט לויט די גמרא די איינציגסטע זאך וואס די נשמה האט הנאה איז ריח. אפשר לויט ברוך שפינזיע קען מען פארענטפערן וויבאלט אלס, אויך די גוף איז רוחני.

עמער זען וואס @מי אני עט ענטפערן...

ווען דער נפש הבהמית איז זיך מתלבש אינעם גוף איז ׳דאס׳ דער ׳איך׳ און ווען די נפש האלוקית איז זיך מתלבש דאן איז דאס ׳יעך׳....
גערעכט. די שאלה איז אבער ווער מאכט אפ אין וואס זיך מתלבש זיין?

נשלח: דינסטאג פעברואר 08, 2022 9:48 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
כרם זית האט געשריבן:

יעצט גייסטו אריין אין צווייטע נושא בענין הבחירה, וכמבואר שם איז דאס א מלחמה צווישן די צוויי נפשות וואס שלאגן זיך איבער בעלות אויפן גוף.

די עיקר בחירה איז לכאורה נוגע בלויז פארן נפש הבהמי אז ער זאל ניצן זיין שכל און זיך איבערגעבן פאר אלוקית (ביטול היש). ווילאנג ס׳איז דא א ׳איך׳ מיינט אז דער נפש הבהמי איז שולט, וואס דאן איז דער עבודה מיטן ׳איך׳. דהיינו, ׳איך׳ וויל תכלית, גן עדן וכדו׳.

איינמאל דער נפש אלוקית האט איבערגענומען דאס רעדל איז קיין ׳איך׳ כלל נישט פארהאנען.

נשלח: מיטוואך פעברואר 09, 2022 5:55 am
דורך יין שרף
ביזט נישט די איינציגסטע מיט די קשיא, ר' אהרן גראסמאן מיטשעט זיך אויך מיט די פראבלעם..