בלאט 1 פון 1
תאומים אדער תאומות?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:37 am
דורך יוחנן הסנדלר
וויאזוי שרייבט מען פאר א צווילינג אינגל און מיידל? תאומים, תאומות, ביידע, אדער קיין איינס? דוכט זיך אין תנ"ך געפינען מיר נאר צווילינגען אינגלעך אויך וויאזוי זאגט זיך אין מאדערן עיברית?
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 9:45 am
דורך שמואל הלוי
אויב פאר א מזל טוב צעטיל שרייבט מען אפשר "לרגל הולדת הבן והבת".
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:47 am
דורך מורינו הרב
תאומים, ווייל ילדים איז אויך א לשון זכר
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 11:55 am
דורך זר זהב
איך וואלט געשריבן תאומים-ת

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 12:53 pm
דורך איך אויך
שלום עליכם התנא הקדוש און מזל טוב!
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 16, 2012 5:48 pm
דורך זר זהב
מזל טוב זאלסט האבן אסאך נחת.
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 3:29 am
דורך אליהועיני
איך וואלט מציע געווען פאר די אקאדעמיע ללשון צו באנייען דאס ווארט: "תְּאוֹמִיָּה".
נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 1:40 pm
דורך געפילטע פיש
איך בין נישט קיין גרויסע דקדקן (ליידער) אבער תאומיה איז א שם דבר דאגעגען תאומים איז א תואר (?).
ביי דריי נוצט מען שוין יא א שם דבר, שלישיה.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:04 am
דורך אליהועיני
איך ווייס נישט וואס מיינסטו מיט "שם דבר". פארהאן שם עצם און שם התואר. רש"י רופט שם עצם - שם דבר.
תאום איז א שם התואר. תאומיה איז דאס זעלבע. דער אונטערשיד איז: תאום איז א תואר ליחיד, תאומים איז תואר לרבים, און תאומיה איז תואר ליחידה, דהיינו שם קבוצתי.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 28, 2012 10:16 am
דורך אליהועיני
יאנקל האט געשריבן:אליהועיני האט געשריבן:איך וואלט מציע געווען פאר די אקאדעמיע ללשון צו באנייען דאס ווארט: "תְּאוֹמִיָּה".
אן אינטערעסאנטער געדאנק.
(שלום עליכם, ר׳ אליהו!)
עליכם השלום. א בענקל ביטע. אָה, שקוייעך. זייט אזוי גוט, אוואו נאר דער טוילעט?
נשלח: מיטוואך אוגוסט 29, 2012 11:15 pm
דורך געפילטע פיש
אליהועיני האט געשריבן:איך ווייס נישט וואס מיינסטו מיט "שם דבר". פארהאן שם עצם און שם התואר. רש"י רופט שם עצם - שם דבר.
תאום איז א שם התואר. תאומיה איז דאס זעלבע. דער אונטערשיד איז: תאום איז א תואר ליחיד, תאומים איז תואר לרבים, און תאומיה איז תואר ליחידה, דהיינו שם קבוצתי.
כ'האב געמיינט צו זאגן אז אין ענגלישע כללים וואלט תאומים (twins) געווען א אדזשעקטיוו, און תאומיה וואלט געווען א נאון (noun), ניין? עכ"פ אזוי זאגט מיר מיין עם-הארצ'יש קאפ.
און שלום עליכם, ס'זעט אויס ווי איר גייט פאררייכערען אונזער 'שפראך און גראמאטיק' פארום, וועלקאם אבאורד, אני כולי אוזן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 7:54 pm
דורך משה געציל
פונקט ווי בנים קען זיין א שם הכולל אויף זכרים און נקיבות, וואלט איך געזאגט אז תאומים קען אויך כולל זיין ביידע.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 8:01 pm
דורך געפילטע פיש
קיינער קריגט נישט מיט דיר, מורינו הרב האט שוין געשריבן "תאומים, ווייל ילדים איז אויך א לשון זכר".
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 8:03 pm
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:קיינער קריגט נישט מיט דיר, מורינו הרב האט שוין געשריבן "תאומים, ווייל ילדים איז אויך א לשון זכר".
גערעכט! נישט באמערקט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:54 pm
דורך אליהועיני
פון וואו נעמסטו עס אז בנים מיינט אויך נקבות?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:42 pm
דורך שמעקעדיג
אע"פ שאין ראי' לדבר, זכר לדבר,
אוי לו למי שבניו נקבות.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:00 am
דורך אליהועיני
גערעכט, עס איז נישט נאר א זכר, נאר א שטארקע ראיה אז אין לשון חז"ל טרעפט זיך בנים אלץ שם הכולל צו צאצאים.
אצינד האב איך געפינען אויך אין לשון המקרא אז בנים איז לכאורה אויך פאר נקבות: שטייט אין שמואל-א ו, י: ויקחו שתי פרות עלות, ויאסרום בעגלה, ואת בניהם כלו בבית [כדי די רינדער זאלן נישט זעהן זייערע קינדער], און פארשטייט זיך אז די קינדער האבן נישט געמוזט זיין דירעקט זכרים.
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 02, 2014 11:42 am
דורך ציבעלע-קיגל
תאומים בן ובת
בדרך צחות אינגעל תאום, מיידל טועמי'