בלאט 1 פון 1
שרעקליכע טעראר כוואליע אין ישראל
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 2:50 pm
דורך תרמב
ס'קומט יעצט אריין די ביטערע נייעס איבער א פרישע טעראר אטאקע די וואך רח"ל אין בני ברק, צוויי אדער דריי טעראריסטן האבן געעפענט פייער אין בני ברק און געהרגעט כאטש פיר מענטשן רח"ל, דער הויפט טעראריסט איז דערהרגעט געווארן און א צוויטער איז אראפגעהאלטן געווארן און ס'איז נישט קלאר איבער די דריטער, אויב ס'איז געווען א דריטער בכלל.
דאס קומט אין די זעלבע וואך וואס איז פארגעקומען נאך צוויי ערנסטע אטאקעס איינס אין באר שבע מיט פיר אומגעקומענע און איינס אין חדרה מיט צוויי אומגעקומענע רח"ל, וואס דערשרעקט מער איז אז די צוויי איז דורכגעפירט געווארן דורך אראבערס מיט ישראלישע בירגערשאפט, און זיי האבן עס געטון אין נאמען פון אייסעס/דאעש, און נאך א נקודה אז די היינטיגע אטאקע און די אטאקע אין באר שבע איז דורכגעפירט געווארן מיט מאשין גאנס, וואס דאס איז ארויף א שטאפל פון די לעצטערע יארן.
מ'ווארט יעצט צו זעהן וואס בענעט און זיין קאבינעט גייט יעצט טון, היות ער זיצט מיט אראבערס אין זיין ממשלה, וואס דאס קען אים אנמאכן פראבלעמען, לאמיר האפן שלא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו אמן.
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 8:12 pm
דורך שאלתיאל
מערקוועדיג אנצומערקן אז סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקן וועלכע האט באזוכט אין ישראל לעצטע וואך האט געזאגט אין א פרעס קאנפערענס מיט פרעמיער בנט אז ''מען דארף זען אפצוהאלטן די מתנחלים ווייעלענס יעצט פאר די רמאדאן''.
Re: שרעקליכע טעראר כוואליע אין ישראל
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 8:14 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
שאלתיאל האט געשריבן:מערקוועדיג אנצומערקן אז סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקן וועלכע האט באזוכט אין ישראל לעצטע וואך האט געזאגט אין א פרעס קאנפערענס מיט פרעמיער בנט אז ''מען דארף זען אפצוהאלטן די מתנחלים ווייעלענס יעצט פאר די רמאדאן''.
און נישט די מוסעלמענישע וויילענס[emoji848]
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
נשלח: דינסטאג מערץ 29, 2022 8:20 pm
דורך שאלתיאל
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:שאלתיאל האט געשריבן:מערקוועדיג אנצומערקן אז סעקרעטערי אוו סטעיט בלינקן וועלכע האט באזוכט אין ישראל לעצטע וואך האט געזאגט אין א פרעס קאנפערענס מיט פרעמיער בנט אז ''מען דארף זען אפצוהאלטן די מתנחלים ווייעלענס יעצט פאר די רמאדאן''.
און נישט די מוסעלמענישע וויילענס[emoji848]
Sent from my SM-G991U using Tapatalk
בלויז עטליכע שעה שפעטער האט א ''מתנחל'' מיטן נאמען ראלב אחמד אבו אל־קיעאן, גערצח'ט דריי מענטשן אין באר שבע.
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2022 7:35 am
דורך היסטאריע
ערגעץ האב איך געזעהן אז צוויי פין די געהרגעטע זענען גאר געוועהן גוים פין אוקריינא.
נשלח: מיטוואך מערץ 30, 2022 7:48 am
דורך [NAMELESS]
היסטאריע האט געשריבן:ערגעץ האב איך געזעהן אז צוויי פין די געהרגעטע זענען גאר געוועהן גוים פין אוקריינא.
נישט קיין פליטים פון די יעצטיגע מלחמה, נאר אימיגראנטן וועלכע זענען אין ארץ ישראל מיט א וויזע.
נשלח: דינסטאג אפריל 05, 2022 8:11 am
דורך כלבאשבוע
הרגע הזה שאתה מגלה שאחד הנרצחים בפיגוע בבני ברק השתחרר לא מזמן מהכלא שם ריצה מאסר ממושך על עבירות אונס ופדופיליה
https://twitter.com/freyisrael1/status/ ... zlp_ABUODg
נשלח: מיטוואך אפריל 06, 2022 12:05 pm
דורך [NAMELESS]
פארהאנען מענטשן אזוי ווי ישראל פריי מיט אן אבסעסיע אויף היימישע גאסיפ און מנוולים. דא איז עס אבער אריבער אלע גרעניצן. די איינציגסטע וואס ווערן יעצט באליידיגט זענען זיין אלמנה און קינדער וואס האבן לכאורה גענוג געליטן אויף עפעס וואס זיי זענען נישט שולדיג.
דאס איז חוץ פון דעם וואס כ׳האב נעכטן געליינט אז עס איז גארנישט אזוי זיכער אז דער יעניגער איז געווען א מנוול, די רעדע איז איבער איין קלאגע בסך הכל, און די וואס קענען די ישראל׳ישע יוסטיץ סיסטעם ווייסן אז דאס איז נישט קיין שום ראי׳ אויף גארנישט.
און לאמיר זאגן אז יא, איז דער טעראר אטאקע בארעכטיגט?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 07, 2022 3:58 pm
דורך שאלתיאל
טעראר, דראמא און אנגסט אין הארץ פון תל-אביב.
פאר א שעה צוריק האט א טעראריסט געפנט פייער אין א באר אויף רח' דיזנגויף אין הארץ פון תל אביב, געהארגעט 2, און פארוואנדעט 8. מען האלט שוין איבער א שעה דערויף און מען האט נאכנישט אפגעפינען דעם טעראריסט, הונדעערטע סאלדאטן און זיכערהייט קרעפטן צווישן זיי ספעצעילע עליטע קאמאנדא איינהייטן פון מיליטער גייען אריבער הויז הויז זיכענדיג דעם טעראריסט.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 2:14 pm
דורך שאלתיאל
טעראר אטאקע אין אלעד.
ערשטע באריכטן קומען אריין איבער א טעראר אטאקע אין דער פרומע יישוב אלעד ווי א אראבער האט אטאקירט מענטשן אויפן גאס מיט א האק, אויפן סצענע זענען פארהאן 3 טויטע ה"י און עטליכע שווער פארוואונדעטע. לויטן פארדאכט זענען פארהאן צוויי טעראריסטן איינער מיט א האק און איינער מיט געווער, איינוואונער פון אלעד זענען געבעטן געווארן זיך צו פארשפארן אינדערהיים. שנשמע ונתבשר בשורות טובות.
נשלח: דאנערשטאג מאי 05, 2022 5:35 pm
דורך מנחם ציון
נשלח: פרייטאג מאי 06, 2022 5:43 pm
דורך פאלאצ'ינטא
מנחם ציון האט געשריבן:הקובץ המצורף unnamed.jpg לא זמין יותר.