די הלכה לאַבאָראַטאָריע
נשלח: מאנטאג מאי 23, 2022 10:44 pm
מיט גרויס עקסטאז טוהט כלל ישראל באגריסן דעם גרינדונג פון די הלכה לאַבאָראַטאָריע, וואס וועט קענען ענדליך ברענגען לייזונגען צו אור-אלטע הלכה פראבלעמען מיט א גענצליך סייענטיפישע מעטאד.
די בשורה פונעם נייעם לאבראטראריע האט זיך בליץ שנעל פארשפרייט אינערהאלב צענליגע כוללים להוראה ארום די וועלט-קוגל, ענדליך וועט מען קענען לייזן לאנג-יעריגע אומ-פארענטפערטע הלכה שאלות מיט א קלאר שווארץ-ווייסן ענטפער.
די יסוד פונעם לאבאראטאריע איז געבויעט אויף א סייענטיפישע שטודיע וואס איז פאבליצירט געווארן מיט יארן צוריק, נעמליך אז מיט קירליאנע פאטאגראפיע קען מען זעהן אן אונטערשייד אין די אאורא ארום דעם מענטש'נס קערפער.
לויט די שטודיע, קען מען דערכאפן אן "אאורא" - אן אולטרא-ווייאלעט שיין וואס ווערט נישט געזעהן אין געווענליכע בילדער - דורך א ספעציעלע סארט פאטאגראפיע מעטאד, וואס הייסט "קירליאנע פאטאגראפיע".
די פארשער האבן פאטאגראפירט א מענטש אן קיין תפילין און דערנאך מיט תפילין, און צוגעגלייכט די רעזולטאטן, און מ'האט געזעהן א קלארע אונטערשייד צווישן זיי, די בילד מיט די תפילין איז געווען אן אאורא וואס איז נישט געווען אין די בילד פונעם זעלבן מענטש אן קיין תפילין.
דער דאזיגער שטודיע איז געווארן פאבליצירט אין עטליכע פלעצער (צווישן זיי אין המודיע ארטיקל) און עס איז געווארן גענוצט אלס א חיזוק אין אמונה, נעמליך - דער אאורא איז א קלארע סיגנאל פון די מעטא-פיזישע וועלט - די נשמה ווערט טראנספארמירט אין פיזישע ליכט שטראלן וואס קען נאר ווערן געכאפט מיט ספעציעלע סענסָארס.
די הלכה לאבאראטאריע וועט נעמען אט דעם פעסטגעשטעלטן סייענטיפישן פאקט א שטאפל ווייטער. פארוואס זאל עס נאר ווערן גענוצט אלס א חיזוק אין אמונה פאר מענטשן וואס האבן ספיקות און זוכן סייענטיפישע חיזוק, מ'קען עס נאכמער נוצן אלס א קלארער מכריע אויף הלכה שאלות.
פאלגענד איז א ליסט פון שאלות וואס גייען ענדליך ווערן קלאר און גע'פסק'נט, לאנג יעריגע הלכה'דיגע ויכוחים און מחלוקת'ן וועלן ווערן געלייזט מיט א פשוטע טעכנישע מעטאד בשעת יעדער וועט קענען נאכקוקן דעם פראצעדעור.
די ערשטע ליסטע פון שאלות וואס וועלן ווערן פארענטפערט איז אין הלכות תפילין אליינס, זעלבסטפארשטענדליך - נישט קיין כשר'ע תפילין וועט נישט ווייזן אט דעם "אאורא", אידן וועלן מער נישט דארפן אויסגעבן שווערע געלטער אויף צוויי פָאר תפילין פון רש"י און רבינו תם, כלל ישראל וועט קענען קלארשטעלן וועלכע שיטה איז די ריכטיגע, און מ'וועט נישט דארפן לייגן מער ווי איין פָּאר תפילין.
צענדליגער אנדערע שאלות אין הלכות תפילין ווערן אינאיינוועגס ווערן איבערגעקוקט און געלייזט. אין אן אויגנבליץ וועלן הונדערטער בלעטער אין הלכה ווערן אומרעלעוואנט, ווען מיר קענען קלאר מכריע זיין וועלכע תפילין איז כשר און וועלכע איז פסול.
דערנאך, אלע שאלות אין הלכות סת"ם, די לאנג-יעריגע מחלוקת'ן אין צורת האותיות - וואס איז נישט נאר נוגע פאר תפילין נאר אויך פאר מזוזות, ספרי תורה און אנדערע כתבי הקודש.
אבער פארוואס זאלן מיר זיך אפשטעלן דא, מ'קען עס נעמען א שטאפל ווייטער, אויב ווייסן מיר איז "לילה לאו זמן תפילין" (הלכה'דיג איז ביינאכט נישט קיין צייט פון תפילין), מיינט דאס זיכער אז דער שיין פון די מצוה וועט נישט ווערן אקטיוויזירט ביינאכט. אויב אזוי קען מען דאך וויסן און מכריע זיין אלע שאלות אין זמנים, מער נישט קיין שאלות אין בין השמשות, עס וועט קלאר ווערן וועלכע זמן מוצאי שבת איז ריכטיג. מער נישט קיין איבעריגע מחלוקת'ן ביי כלל ישראל.
ווידער, די נאכנאנדע טענה'רייען איבער גירות וועט קומען צו אן ענדע, אויב האבן מיר ביז יעצט נישט געוויסט וועלכע גירות איז כשר און וועלכע נישט, האבן מיר יעצט א גרינגע וועג צו בודק זיין אויב די שיין ווערט אקטיוויזירט ווען א מענטש וואס איז אדורך א רעפארמער גירות טוהט אן תפילין, די הלכה לאבראטאריע וועט קענען מכריע זיין וועלכע בית-דין איז א כשר'ער בית-דין און וועלכע נישט.
און דאס וועט אונז דערציילן בכלל די כשרות פון א ספעציפישע בית-דין די לעגיטימאציע פון א ספעציפישע דינאמינאציע אינערהאלב כלל ישראל, מיר וועלן דורכדעם קענען וויסן צו קידושין דורך א רעפארמער ראביי האט א הלכה'דיגן תוקף אדער נישט.
אויב קען מען מכריע זיין די כשרות פון א גירות, קען מען דאך אזוי אויך מברר זיין די כשרות פון א מקוה. און ווי א זייפן בלאז זענען אלע פארשידענע שיטות אין הלכות מקוואות פארשווינדן געווארן.
אזוי אויך, הונדערטער שאלות אין כשרות ווערן ווערן געלייזט, וויבאלד די הלכה איז אז תפילין קען נאר ווערן געמאכט פון טהור'דיגע בהמות, איז דאך דא א קלארע טעכניק צו מברר זיין די כשרות פון יעדע מין וואס זיין כשרות סטאטוס איז ביז יעצט געווען אומקלאר.
אזוי אויך פארשידענע שאלות אין הלכות שבת וועט גרינג פארענטפערט ווערן, אויב שבת איז נישט קיין צייט פון תפילין, קען מען דאך מברר זיין פונקליך ווען עס איז שבת, די קו התאריך שאלה וועט קלאר ווערן. און דערמיט פארשידענע שאלות אין יו"ט שני של גלויות.