בלאט 1 פון 1

פארוואס איך בין א מעריץ פונעם פריערדיגן דאבשינע רבי זי''ע

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 6:46 pm
דורך קרעפלעך
פאר איך הייב אן מוז איך קלארשטעלן אז איך בין נישט קיין ''דאבשינער'', מיין משפחה איז נישט דאבשין, איך צייל זיך נישט פון חסידי דאבשינע, כ'האב קיינמאל נישט געפראוועט ביים היינטיגן דאבשינע רבי'ן שליט''א (און איך פלאן נישט אין צונקופט)

דאך בין איך א שטארקע מעריץ פון להבבחל''ח דעם פריערדיגן דאבשינע רבי'ן זי''ע און דאס איז בעיקר ווייל ער איז געווען אן עניו און פארשטאנען אז ער איז נישט ראוי לאותו איצטלא בכלל, וואס דערפאר האט ער טאקע דעם רביס'טעווע נישט אנגענומען און עס האט נישט עקזיסטירט.

איך גלייב אז דער עולם וועט מסכים זיין אז ס'קומט אזא איינעם עפעס אנערקענונג נאך אזויפיל יארן. און כ'לאז טאקע איבער פארן עולם וואס באלאנגען יא אין יענעם לאגער צו שרייבן וויאזוי זען דאס. כ'שרייב דאס נאר לע''ד כזאג נישט קבלה דעתי און זאל יעדער רעאגירן בדרך כבוד.

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 6:50 pm
דורך אלץ ווייזער
:lol:

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 6:52 pm
דורך מי אני
זיס! א parody פון מיין אשכול און חתימה ביינאזאם.

:D

נשלח: זונטאג יולי 31, 2022 6:56 pm
דורך קהל'ס נער
אחרי מות קדושים, נאכן שטארבן ווערט ער הייליג, אינז געדעינק מיר אלע ווי ער האט זיך געשלאגן מיט זיין ברידער די הייליגע שטינקעווער, און ער האט זיך אויסגעדריקט אויף עים.... שוין שארפע לשונות העל איך נישט זאגן.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 01, 2022 6:28 am
דורך באהעלפער
אפשר קומט עס פארקערט.
פארוואס דער שרף פון דאבשעניע איז א מעריץ פון מיר...