בלאט 1 פון 1

וזרח השמש - מיינע אפציעס פאר די נייע גאב"ד - עדה החרדית

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 1:29 am
דורך יין שרף
כידוע דארף די עדה החרדית נישט קיין פוסק אדיר צו דינען בראשה. פאר פסקי הלכה האבן זיי שוין א ראב"ד, חברי הבד"ץ צו פסק'ענען שאלות און וועד הפועל צו פועל זיין אלע מערכות. זיי דארפן בעיקר א עומד בראש כל המערכות וואס זאל אויסשרייען די קול ה' ברמה, אן קיין פחד און מורא פון קיינעם. און אויך צו צוזאם האלטן די אלע צושפליטערטע קהילות אונטער די עדה. ממילא לכאורה איז די בעסטע אפציע פאר גאב"ד,
כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א!
ער זאגט וואס ער האלט און קיינער קען אים נישט צוריקהאלטן, די קנאות און עזות דקדושה ליגט אים אויפן לינג און אויפן צינג. און לכאורה וועלן אלע קהילה קדושות מסכים זיין די זעלבע ער זאל זיין זייער מנהיג און וועגווייזער, און שלום על ישראל. איך גלייב באמת אז די אפציע וועט די מערסטע צוזאמברענגן אלע קהילות פון די עדה.

צווייטע אפציע: אולי דארפן זיי בעיקר א גדול זאל מעורר זיין ביי די מערכות בקול רם, אבער נישט אזוי שארף ווי די בעלזא פיסקל, נאר מער בדרכי נועם און גוטע ווערטלעך. און אויך ווילן זיי מער א פרעמדן פון חו"ל כדוגמת הגה"ק בעל שערי טוביה זצוקללה"ה, און כידוע א קנאי קען מען ווערן איבערנאכט, אולי וואלט פאסיג געווען אויפצונעמען
הרב הקדוש רבי אברהם מרדכי מלאך שליט"א!
אלס לאנג יעריגע מגיד מישרים און מגיד שיעור איז ער ידוע פאר א גוטן מויל, לעצטענס מיט קרבתנו פארשטייט ער שוין אויך צו חינוך און שלום בית, און קען זיך שוין שטיקן פון טרערן אויך, און אזוי מעורר זיין די עצמות יבשות. ממילא יחי אדונינו הגאב"ד החדש יחי!

יתכן אבער שטאמענדיג פון ספרדים וועלן זיי אים נישט וועלן פאר גאב"ד עדה החרדית לכל מקהלות אשכנז נאר דספרד, וועט מען זיך מוזן ארויסלאזן אויף די יאגט צו טרעפן א דריטן אפציע.

דריטע אפציע: אויב זוכן זיי אן אשכנזי, א גוטע זאגער מיט אסאך חסידים, איינער פון חו"ל, ועל הכל א דערהויבענעם איד, אפשר
חיימא
וואלט געווען א גוטען אפציע. קען אין איין וואטסאפ מוחה זיין און אלע וועלן קומען צו לויפן. ער איז זיך ריכטיג מוסר נפש יעדען טאג, און גייט נאר העכער און העכער.

אבער קען זיין ער וועט נישט קענען עולה זיין קיין ארץ ישראל מטעם המאמר הידוע "נישט ארויפגיין ווייל מען וועט נישט קענען אראפקומען", איז אדער קען ער זיין גאב"ד עדה החרדית און בלייבן אין וויליאמסבורג כדוגמת הרה"ק בעל דברי יואל aka בעל ויואל משה. אדער וועט מען זוכן נעקסט אפציע.

YY Jacobson!
א חסידישער איד, פון חו"ל, א אשכנזי, א פה מפיק מרגליות, מקנא קנאת ה' צבאות, זאגט וואס ער האלט אם קיין שום אפשטעל,שארף און זיס ביינאזאם, וועט צוזאמענברענגן אלע קהילות פון די עדה.

זאגטס פאר די חברה דארט, פאר ער וועט אנעמען א צווייטע רבנות

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 1:41 am
דורך דוד שריפטליך
פיינע נייעס

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 5:27 am
דורך פיקוב
זייער גוט געזאגט! לאמיר דא איבער געבן פאר די עוסקים ממלכת הקודש

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 7:59 am
דורך [NAMELESS]
אופס!! הרב YY איז א גרוזיני, נישט קיין אשכנזי.

Re: וזרח השמש - מיינע אפציעס פאר די נייע גאב"ד - עדה החרדית

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 8:08 am
דורך טאמבל סאס
ער האט סוירטענלי אזא טעמפער..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 8:09 am
דורך היסטאריע
אויף נישט א ת"ח האבן זיי צופיל אפציעס. זיי קענען אויך נעמען ר' בנימין יוסף וואזנער, א ראדיקאלע וואס נעמט עקסטרעמער זייטען און בנש"ק און אלע מעלות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 8:11 am
דורך [NAMELESS]
טאמבל סאס האט געשריבן:ער האט סוירטענלי אזא טעמפער..

Sent from my SM-G973F using Tapatalk
איך האב עס געהערט פון איהם אליין, זיי האבן געטוישט משפחה נאמען פון יאקאבסשווילי צו דזשעיקאבסאן.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 10:21 am
דורך יין שרף
ריכטיג האט געשריבן:אופס!! הרב YY איז א גרוזיני, נישט קיין אשכנזי.
בלית ברירה וועט מען מוזן גיין מיטן שפיטיווקער

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 04, 2022 7:31 pm
דורך וואלווי
ווי איידער זיך פארפלאנטערן און טומלען מיט אזוי פול קוואליפיצירטע קאנדידאטן (בכובד ראש..) וואלט גרינגער געווען צו פארשפארן די גאנצע זאך, א יעדער זאל אנפרעגען די קול ה' ברמה (כ'זאג עס גוט נאך..?) פון א דיין ביי זיך אין בית מדרש (ס'דא נאך קהילות און ירושלים..?), די מיוניספאלטעיט וועט זיך שפארן נייע גארבעדזש קענס, און די טויטע וועלען רוען במנוחה אין גאנץ ארץ ישראל..

אפשר דעמאלטס וועט די "דעת" אין ירושלים צירוק "נקי" ווערען...

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 8:42 am
דורך באהעלפער
פארוואס קען נישט ר' טובי' ווייטער זיין גאב''ד???
ער איז אוועק? ממילא???
וואס האט זיך געטוישט פארדעם און נאכדעם?

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 4:31 pm
דורך שמעקעדיג
באהעלפער האט געשריבן:פארוואס קען נישט ר' טובי' ווייטער זיין גאב''ד???
ער איז אוועק? ממילא???
וואס האט זיך געטוישט פארדעם און נאכדעם?
מוחה על כבוד צדיק.
די וועלט האט אים נישט געקענט. ער איז געווען א צדיק וקדוש. אזויפיל געהאלפן אנדערע שטילערהייט. א אמת'ער הצנע לכת. נאר וועגן דעם קען מען פרעגן אזעלכע שאלות.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 05, 2022 4:50 pm
דורך יין שרף
שמעקעדיג האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:פארוואס קען נישט ר' טובי' ווייטער זיין גאב''ד???
ער איז אוועק? ממילא???
וואס האט זיך געטוישט פארדעם און נאכדעם?
מוחה על כבוד צדיק.
די וועלט האט אים נישט געקענט. ער איז געווען א צדיק וקדוש. אזויפיל געהאלפן אנדערע שטילערהייט. א אמת'ער הצנע לכת. נאר וועגן דעם קען מען פרעגן אזעלכע שאלות.
מען פרעגט אזעלכע שאלות, ווייל די "וועד הפועל העדה" וועט ווייטער טוהן וואס זיי ווילן, אזוי ווי ביז היינט..

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2022 1:31 am
דורך באהעלפער
יין שרף האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:
באהעלפער האט געשריבן:פארוואס קען נישט ר' טובי' ווייטער זיין גאב''ד???
ער איז אוועק? ממילא???
וואס האט זיך געטוישט פארדעם און נאכדעם?
מוחה על כבוד צדיק.
די וועלט האט אים נישט געקענט. ער איז געווען א צדיק וקדוש. אזויפיל געהאלפן אנדערע שטילערהייט. א אמת'ער הצנע לכת. נאר וועגן דעם קען מען פרעגן אזעלכע שאלות.
מען פרעגט אזעלכע שאלות, ווייל די "וועד הפועל העדה" וועט ווייטער טוהן וואס זיי ווילן, אזוי ווי ביז היינט..
און כ'האב אינגאנצן נישט געמיינט טאקע עהם, נאר די מציאות הדברים.
ס'איז נישט מעלה ומוריד ווער ס'הייסט גאב''ד, לאמיר זען ווער ס'קען ''באמת'' מקדש שם שמים זיין, מיט'ן אויפהערן מאכן הפגנות און פארברענען מיסט קאסטענס קיץ וחורף לא ישבותו.

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2022 8:54 pm
דורך Chasidishmashpia
איך האב גראדע געטראכט אפשר קען מען מציע זיין
הרה"ג רבי שאול אלתר שליט"א
וואס זאגט דער עולם?

נשלח: זונטאג אוגוסט 07, 2022 10:52 pm
דורך קהל'ס נער
אדער גאר צימערמאן פון וויליאמסבורג, ער האט א שיינע רעזומעי ווען ס'קימט צי מחאות.