קשה פרנסה
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 2:30 am
איך האב א שיינע ביסל מעשיות פון מיין ג'אבס און אפשר איז אינטערעסאנט צימיטטיילן.
גלייך ווען כ'בין ארויס פון כולל (יא, ווער גלייבט אז די אנטי-כולל קהל'ס איז געזעצען א שיינע פאר יאר אין כולל) בין איך געגאנגען עפלייען פאר א דשזאב צי אהיים טראגן קינדער פון א פלעיגרופ, כ'קים אן צים אפיס ס'שמעקט פון ציגרעטלעך ס'ליגט דארט א קאוטש מיט ביר באטלעך אויסגעלייגט אויפן ערד אזא בחורישע מצב געוועין, דער בהע"ב קימט אריין און פרעיגט צי כ'האב א רעזומעי, ענטפער איך עים "וואס ווילסטו וויסן פינקטליך? איך האב געלערנט אין קראסנא 45 חדר, ספינקא-מעליץ ישיבה, און אין טשעחויב-מחנובקה כולל, נאך עפעס וואס די ווילסט וויסן?" ער איז געוועין געכאפט אין סערפרייז ר'האט זיך נישט געראכטן אויף אזא תשובה, ער פרעיגט מיך פארוואס איך האלט אז איך בין די פאסיגע קאנדידאט פאר די ג'אב, איך טראכט ביי מיך וואס דארף מען סה"כ אז איינער זאל דרייוון דעם דעמן ווען וואס וויל ער? איך זאל האבן א דעגרי אין פסיכאלאגיע? למעשה האב איך באקימען די ג'אב נאכן מיר פארדרייען א קאפ נאך אביסל, שוין מען נעמט זיך דרייון די ווען גייט אריבער א וואך וטשעק אין, אזוי האט ער גענימען שטיפען נאך דריי וואכן זאג איך עים אז אויב ווער איך נישט יעצט באצאלט קים איך נישט ציריק מארגן, בצר לו האט ער מיך געצאלט, און איינמאל די געלט איז געליגן פארזיכערט ביי מיר אין טאש האב איך עים געווינטשן "א גיט יאר און נישט צים ווידערזעהן, איך בין נישט אינטערעסירט צי ארבייטן פאר א אומארנטליכע מענטש" דער בחור שעלט נאך עד היום......