בלאט 1 פון 6

הצלה בארא פארק

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2023 4:35 pm
דורך Visionary
עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.

ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2023 4:46 pm
דורך signout
Visionary האט געשריבן:עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.

ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."
דעיס מיינט אז וומסב''ג איז נעקסט?

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2023 5:21 pm
דורך קלוגע יודל
Visionary האט געשריבן:עס טוט זיך טישן און בענק לגבי הצלה בארא פארק. די מעמבערס ווילן אז עס זאל זיין אווערסייט, אקאונטעביליטי, און אז עס זאל זיין וואלן ווער עס זאל זיין קאארדינאטאר. זיי ווילן אויך אז עס זאל זיין א געהעריגע סיסטעם פון אפליקאציעס לגבי ווערן א מעמבער און נישט נאר אויב מען האט פראטעקציע זאל מען קענען ווערן א חלק פון די ארגענאזאציע. די מעמבערס האבן זיך גענומען א דעם באקאנטן טוען רבני הרב שמואל פריעד און ער האט געשיקט בריוון צו די קאארדינעטארס פון הצלה און פאר הרב חיים יענקל טויבער פון באבוב, וואס ער איז די רב פון הצלה בארא פארק, אז מען דארף אן ענפער אויף די טענות פון די מעמבערס.

ימים ידברו וואס עס וועט געשען... אבער "איטס אבאוט טיים פאר טשענשז."
ענדליך!

נישט אז איך וויל עס זאל זיין אזוי ווי שומרים/שמירה אדג. איך וויל אן ערענטע ארגענעזאציע, אבער ווי יעדער האט א טשענס.

לאמיר נאר האפן אז מען וועט קענען עפעס אויפטוהן, די חזקה ווייזט אז בדרך כלל גייען די פאר פועארפול מענטשן פארשווייגן אין אינטערדרוקען די נושא.

נשלח: זונטאג יאנואר 22, 2023 6:50 pm
דורך [NAMELESS]
אין חברה הצלה קומט בהחלט נישט אז יעדער זאל האבן א טשאנס סוף כל סוף באקומטסטו עקסעס בחדרי חדרים אין יענעמ'ס בעדרום וכו' ולא כל הרוצה יטול את השם עס דארף זיין א סיסטעם פון זיך גוט נאכפרעגן אינפארמעשאן אז די בעל האפליקעשאן איז א באזעסענע יונגערמאן וואס פארשטייט די האקלקייט

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 12:16 am
דורך שמעון וואלף
עמעזאן האט געשריבן:אין חברה הצלה קומט בהחלט נישט אז יעדער זאל האבן א טשאנס סוף כל סוף באקומטסטו עקסעס בחדרי חדרים אין יענעמ'ס בעדרום וכו' ולא כל הרוצה יטול את השם עס דארף זיין א סיסטעם פון זיך גוט נאכפרעגן אינפארמעשאן אז די בעל האפליקעשאן איז א באזעסענע יונגערמאן וואס פארשטייט די האקלקייט
גערעכט. אבער פארוואס זאל א באבוב'ער אינגערמאן האבן א בעסערע טשענס צו ווערן אנגענומען ווי עני אנדערע אינגערמאן?

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 1:12 am
דורך יין שרף
עמעזאן האט געשריבן:אין חברה הצלה קומט בהחלט נישט אז יעדער זאל האבן א טשאנס סוף כל סוף באקומטסטו עקסעס בחדרי חדרים אין יענעמ'ס בעדרום וכו' ולא כל הרוצה יטול את השם עס דארף זיין א סיסטעם פון זיך גוט נאכפרעגן אינפארמעשאן אז די בעל האפליקעשאן איז א באזעסענע יונגערמאן וואס פארשטייט די האקלקייט
I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 1:23 am
דורך מתבודד
יין שרף האט געשריבן: I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)
ער לייגט עס גוט אראפ

נשלח: מאנטאג יאנואר 23, 2023 8:47 pm
דורך berlbalaguleh
מתבודד: דאס איז א נישט טיפיקל עקספיריענס. איך האב אויך שוין (ליידער) געדארפט רופן הצלה אינמיטן די נאכט. מער ווי איין מאל. און זיי (די הצלה מעמבערס) זענען אייביג געווען העכסט פראפעשאנאל. און דיסקרעט. איין מעמבער איז אפילו געקומען אן זאקן. ד.מ. ער איז גראד ארויסגעלאפן פון זיין בעט.

מ'דארף א ביסל אפשאצן די מסירות נפש פון די הצלה מעמבערס.... קריטיק איז נישט אייביג אין פלאץ...!

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 12:07 am
דורך מתבודד
ר'בערל ס'איז נאר א זשאוק. אוודאי איז הצלה א גאר גאר חשובע ארגעניזאציע, ושכרם הרבה מאוד.

אבער יעדע זשאוק האט א פראצענט אמת, און פון דעם רעדט מען דא...

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 3:12 am
דורך פאליטיקאנט
בעפארן קריטיקירן איז וויכטיג אוודאי נאכאמאל קלארשטעלן אז הצלה איז גאר וויכטיג און נאך אלע מעשיות טוען זיי די דזשאב מיט געטריישאפט און פראפעסיאנאל.

איך האף אז עפעס וועט טאקע ווערן, עס מאכט נישט קיין סענס אז אזא וויכטיגע ארגאניזאציע האט נישט קיין ברעקל אווערסייט, און אז מעמבערס ווערן קאנטראלירט דורך אפאר יחידים.
אויך איז אביסל פארנעפלט די געלט ענינים...

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 7:47 am
דורך חב''ד הויזן
יין שרף האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:אין חברה הצלה קומט בהחלט נישט אז יעדער זאל האבן א טשאנס סוף כל סוף באקומטסטו עקסעס בחדרי חדרים אין יענעמ'ס בעדרום וכו' ולא כל הרוצה יטול את השם עס דארף זיין א סיסטעם פון זיך גוט נאכפרעגן אינפארמעשאן אז די בעל האפליקעשאן איז א באזעסענע יונגערמאן וואס פארשטייט די האקלקייט
I once called Hatzolah, and while one paramedic was treating me, a few others simply walked around in the house! (One even asked while coming back from my bqck porch who's building in the back..)
איך גלייב נישט אז די מעשה איז געווען ממש פונקט אזוי. (און דו ביזט דאן געווען אינטער באהאנדלונגען פון א פאראמעדיק (!) מסתמא האסטו נישט אויפגעכאפט די דעטאלן.)

אבער וויאזוי ס'זאל נאר זיין, אויב האלסטו אז די מעמבער'ס האבן זיך אזוי אויפגעפירט דאן איז עס לכל הדיעות א זעלטענע זאך, און זיי זענען קלאר געגאנגען קעגן די פארשריפטן פון הצלה און דו קענסט דשאסט אנרופן די דיספעטשער דערציילן דיין מעשה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 1:13 pm
דורך Visionary
c/p
על פי התורה אשר יורוך

אינ'ם פארלאפענעם תקופה איז אויפגעברענגט געווארן דורך פילע פון די חברי הצלה אין בארא פארק, אז עס וואלט זיך אויסגעפעלט אפצוהאלטן פרישע וואלן ווער עס זאלן דינען אלס די קאארדינעטאר פון הצלה, נאכדעם וואס עס זענען שוין לענגערע יארן נישט פארגעקומען וואלן פאר די פאזיציעס, און רוב חברי הצלה האבן יעצט געשטימט אז מען זאל יא מאכן וואלן, צוליב וואס זיי זענען אומצופרידן מיט פארשידענע החלטות און איבערן יעצטיגן צוגאנג פון די דריי קאארדינעטארס.

אבער די באורד מטגלידער האבן זיך אנטזאגט פון צולאזן אז עס זאל פארקומען פרישע וואלן, מיטן אויסרייד אז דער רב און פוסק פון חברה הצלה, הגה"צ רבי חיים יענקל טויבער שליט"א דומ"ץ באבוב-48, איז זיך מתנגד צו דעם שריט, און דערפאר מוזן זיי זיך האלטן צום דעת תורה.

נאכן זעהן אז מ'איז אין א פארלעגנהייט, און די אומצופרידהייט וועט זיך אזוי ווייטער אנהאלטן, האבן זיך עטליכע חברי הצלה געוואנדן צום בית דין בינת משפט וואס שטייט בראשות הרה"ג ר' שמואל פריעד שליט"א להורות את המעשה אשר יעשון, און דער בי"ד האט אפגעשיקט א בריוו צום באבובער דיין און די ראשי חברי הצלה, מיט'ן פסק אז זיי מוזן געבן פארן בי"ד א שריפטליכן תשובה ביז צען טאג אויב זיי האבן א טענה אדער סיבה פארוואס נישט אפצוהאלטן פרישע וואלן, און אויב נישט וועט די בי"ד מוזן אליין דן זיין וואס צו טוהן.

נאכדעם וואס עס איז נישט ערהאלטן געווארן א תשובה דערויף, האבן זיך עטליכע חברי הצלה געוואנדן צו הגה"צ רבי חיים דוד כ"ץ שליט"א, דומ"ץ סאטמאר-52, ער זאל זיי פארטרעטן אינ'ם דין ודברים. דער סאטמארער דיין האט זיך געוואנדן צו צום באבובער דיין פארלאנגענדיג אז עס מוז אפגעהאלטן ווערן פרישע וואלן פאר נייע קאארדינעטאר פון חברה הצלה, און דער באבובער דיין האט עם געבעטן מען זאל אים געבן דרייסיג טאג.

עטליכע טעג שפעטער האט זיך האדמו"ר מבאבוב-48 שליט"א פארבינדן צו רבי חיים דוד כ"ץ, און זיך געבעטן ביים אים ער זאל אפלאזן די מערכה, מיטן אויסרייד אז זיין שוואגער דער באבובער דיין געפינט זיך אצינד אין פלארידע זיך צו ערהוילן פון געזונטהייט קאמפליקאציעס וואס ער איז לעצטנס אדורך, און דערפאר זאל מען זיך דערווייל אפגעבן מיט אנדערע וויכטיגע תיקונים וואס עס פעלט זיך אויס. און באבוב-48 רב האט זיך דערביי אויסגעדרוקט אז עס איז שפיכות דמים צו רודפ'ן זיין שוואגער אין דעם יעצטיגע אומשטענדן.

דער סאטמארער דיין האט אבער מקיים געווען דעם לא תגורו מפני איש, און מיט א פעסטקייט געענפערט, "איך שפיל נישט קיין פאליטיק, און ס'איז דא א תורה, וואס מען דארף אויספאלגן דעם דעת תורה, און נישט קיין חילוק ווער ס'זאל נאר זיין מוז מען מקיים זיין א פסק פון א בי"ד. הצלה איז נכסי ציבור, און קיינער האט נישט די רעכט זיך משתלט צו זיין דערויף, און אויב דער באבובער דיין איז נישט בכח זיך אפצוגעבן מיט דעם, קען ער איבערגעבן זיין פאזיציע פאר אן אנדערע רבני'שע פערזענליכקייט וואס זאל אים פארטרעטן. אויב איז ער נישט ביכולת צו האנדלן דעם פרעשור זאל ער נישט זיין דער דעת תורה און רב פון חברה הצלה"!

אזוי רעדנדיג האט ער אינמיטן געהערט ווי דער באבובער רב האט אראפגעקלאפט דעם טעלעפאון אויף אים, זעענדיג אז דער סאטמארער דיין מאכט זיך נישט צו טוהן פון זיין בקשה, נאר פאדערט זיך צו האלטן צום דעת תורה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 1:14 pm
דורך Visionary
מכתב להרב טויבער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 1:40 pm
דורך [NAMELESS]
Visionary האט געשריבן:מכתב להרב טויבער.
ווער זענען די אנדערע 2 דיינים עסטרייכער בן אהרן דוד? און ווער איז יואל מייזעלס?

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:07 pm
דורך Visionary
מכתב ב'

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 5:44 pm
דורך יום טוב ליפמאן צונז
איך האב מורא אז די אנדרייערס דא זענען עזרת נשים חברה

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 6:11 pm
דורך נאשער
Ego איין ווארט וואס איז מסביר די גאנצע פייט

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 7:14 pm
דורך דאס איז נישט מיך
אדמו"ר מקאשוי שליט"א אין א בריוו פארלאנגט פרישע וואלן אויפצונעמען פרישע קאארדינעיטארס.

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 7:23 pm
דורך יין שרף
דאס איז נישט מיך האט געשריבן:אדמו"ר מקאשוי שליט"א אין א בריוו פארלאנגט פרישע וואלן אויפצונעמען פרישע קאארדינעיטארס.
שוין לכאורה פון אפאר חדשים צוריק.

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 7:53 pm
דורך קהל'ס נער
יום טוב ליפמאן צונז האט געשריבן:איך האב מורא אז די אנדרייערס דא זענען עזרת נשים חברה
ווען מען טיילט פעטש איז ערווארטעט צוריקציכאפן.

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 8:15 pm
דורך [NAMELESS]
וואס טוט א קאארדענעטאר?

פארוואס ווילן מענטשן ווערן מעמבערס?

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 10:28 pm
דורך שבת אחים
אלעס פיין און וואויל, קען זיין זיי זענען גערעכט. אבער זייער טעות איז מיטן אויפנעמען אזא רשע מרושע, רודף, ווי שמואל פריד - באוואוסטער לאנגיעריגער מחרחר ריב. דא האבן זיי פארלוירן זייער גאנצער רעספעקט ביי יעדען נארמאלע ערליכער מענטש! און פארדעם האף איך פערזענליך אז זיי זאלן מיאוס פארלירן.

וועגן אזעלכע סארט פארדארבענע מענטשען ווי שמואל פריד זענען ליידער אלע היינטיגע בתי דינים קאראפטירט!

ס'פעלט נארמאלע אינגעלייט? נארמאלע טוענים, אז זיי האבן געמוזט אנקומען צו אזא אויסגעוועפטער זקן וכסיל?

זיי שטיצן א איד מיט א לאנגע בארד וואס האט נישט קיין שום ethical and moral code, א מענטש וואס איז פארנומען צוצונעמען קינדער פון זייערע עלטערן ווייל ער מאכט געלט? א נבל ברשות התורה?

איך האף אז זיי וועלן פארלירן!

נשלח: דינסטאג יאנואר 24, 2023 11:15 pm
דורך yatzmachp
עם עקש תתפתל. איך טראכט, נישט ווייל איך ווייס, אז די פירערס פון חברה הצלה זענען אזעלכע שמואל פריעדס ממילא דארף מען א שמואל פריעד צו קעיר נעמען אויף זיי. די באדאם ליין איז אז אזוי ווי עס איז יעצט קען די חברה הצלה נישט געווינען. אויב מאכן זיי נישט שלום וועלן זיי נאר פארלירן. עס איז דא עזרת נשים וואס קען איבערנאכט עבזארבן אלע הצלה מעמבערס וואס זענען נישט צופרידן און פלוצלינג באקומען זיי עקספיריענסד מעמבערס וואס קענען ראנען א הצלה ארגענייזעישן. נישט נאר דאס, זיי וועלן נאך זיין צדיקים פארן האבן פרויען פאר צניעות. די זעלבע וואס האבן געשריגן קעגן עזרת נשים וועלן פלוצלינג שרייען פארקערט. די פאנדרעיזינג פאר הצלה וועט ליידן געפערלעך און די כאאס מיט קאלס פון הצלה און עזרת נשים וועט שאטן פאר די פאציענטן. ממילא זעה איך נאר איין סאלושן אז זיי זאלן טרעפן א וועג זיך דורך צו קומען.