בלאט 1 פון 1

חילוקי דעות צווישן ״אָפּטעמיסט״ און דער ״פּעסימיסט״

נשלח: מיטוואך פעברואר 22, 2023 3:34 am
דורך בונה של טוב
איך וועל שטארק מכיר טובה זיין צו הערן אייער מיינונג - עספּעשעלי פון די יוצא דופן׳ס וואס וואַגן זיך צו קוקן פון גאר אן אנדערן קוק-ווינקל

דא קומט פאָר א געפעכט צווישן צוויי חברים. זיי וואַטשן דעם לינק וואס איך האב דאָ צוגעשטעלט, און האבן גאָר פארקערטע רעאקציעס, און אַמפּערן זיך ארום:

איינער טענה׳ט: ברוך השם מ׳זעהט פּראָגרעס, און איז איבערגליקליך אז זאכן צוביסלעך טוישן זיך פאר בעסער. אוודאי איז ער א האפענונג עדיקט (עקארדינג טאָ סאָם דעות…)

דער צווייטער טענה׳ט: האַק מיר נישט קאָפּ אין וואנט. איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואטשן דעם קליפ פּעסט די ערשטע צוויי דריי מינוט. א קולט בלייבט קולט.

דער ערשטער געבט נאָך: ס׳איז ווירקליך שוידערליך צו טראכטן פון די פּערענטיפיקעישן: ווי קינדער זענען ערווארטעט צו פירן זיך כאילו זיי זענען די עלטערן דא אין דעם מצב, בשעת די עלטערן ליידער פירן זיך אפשר ערגער פון קליינע קינדער (*נאך אן עמוידזי קען מען דא צולייגן: די צובראכענע הארץ)

סך הכל - זאגט דער צווייטער ווייטער- ס׳נישטא וואס צו טענה׳ן דא ווייל איך קען זיך אפילו נישט ברענגען צו וואַטשן די גאנצע קליפ. גלייך פון אנפאנג זעהט עס אויס פונקט ווי דאס קינד איז אן אייסיס קעפּטיוו (isis captive)

איך וואלט זייער געוואלט הערן אייער מיינונג. איך פארשטיי דעם צווייטן חבר׳ס טענה אבער איך האלט מיט מיט׳ן ערשטן אז עפעס פּראָגרעס איז אפשר דא, דא.

וואס האלט דער עולם?

https://youtu.be/5VqWP8FP58k