בלאט 1 פון 1

צענזור, סיסטעם, און דעמעגראפיע

נשלח: מיטוואך מאי 10, 2023 11:27 pm
דורך פרנס החודש
אין אלגעמיין שטערט די צענזור נאר דעם אינטעלעקטואל, אדער ווי Plato וואלט עס גערופן דעם פילאזאף. און דאס שאק וואס @שמן למאור באשרייבט וואס ער האט געכאפט ווען ער האט איינגעזען ווי דער עולם איז נישט אינטערעסירט אין דעם אמת, איז די מאמענט די חרידישע געזעלשאפט פארלירט דעם אינטעלעקטואל; וואס מען קען זאגן אז דאס איז בעצם א מעלה פאר די עליטע פירעשאפט, אז זיי זענען מער נישט אראפגעבינדן צו די קריטיק פון די קלוגע ווען זיי שטופן וואנזיניקייט.


און דאס איז ווי דער אלגעמיינער מענטש קומט אריין אין בילד. די צענזור האט א קוזין; די פיזישע צענזור, דאס הייסט די פאקט אז אין אונזערע געטאס האט מען איינגעפירט א וואנזיניגע סיסטעם, וואס לאזט נישט די מענטשהייט זיך רירן. די סיסטעם איז א זאך וואס אפילו די מערסט אפאלאגעטישע וועלן קענען אנווייזן אומצאליגע זאכן אין זייער לעבן ווי די סיסטעם מאכט זיי ביכער די יארן, נאר עס איז ליידער נאך נישט דא קיין אלטערנאטיוו צו אונזער סיסטעם.


די צענזור און די סיסטעם גייען האנט ביי האנט, איינער קען נישט אנגיין אן דעם צווייטן. ווער עס וויל וויסן ווי אזוי עס קוקט אויס א געזעלשאפט ווי מען פארעקלט ראציאנאליטעט און מען פארטרייבט די פילאזאפן, קען כאפן א בליק אויף אונזער געזעלשאפט.


די איינציגסטע טענה לטובת אנהאלטן די סיסטעם, איז די סכנה פון אריינפאלן אין די טאטאלע אנארכיע וואס הערשט היינט אין די מערב וועלט. די טענה בארעכטיגט אונזערע רעכט גענויגטע טאטאליטארישע עקסטערעמיזם, מיט די לינקע אנארכאקראטיע פון אונזערע שכנים. מאדערן-ארטאדאקסיע יוכיח אז זיך אריידרייען מיט די קולטור פון די אמעריקאנע גאס ברענגט מיט די אלע שווארץ יאר מיט וואס זיי זענען געשלאגן.


נאר צוויי פראבלעמען זענען דא מיט דעם צוגאנג.
א) איז טאקע אונזער עקסטרעמיזם בעסער ווי די לינקע עקסטרעמיזם? עס איז דא א שיינער מיטל וועג וואס פארלאנגט נישט אונזער עקסטרעמע סיסטעם צענזור קאמפלעקס, סאטמאר קען רוהיג אויסקוקן ווי תורה ודעת, ישיבה ספרינג וואלי וכדומה; אן דעם וואס עס זאל פארלירן די גוטע אספעקטן פון אונזער רעליגיע און קולטור. און דאס פירט צו:

ב) און דאס איז דעמאגראפיע. די עיקר פאקטאר וואס שטעלט אויס א געזעלשאפט, איז נישט אידעעלאגיע נאר דעמאגראפיע. די סיבה פארוואס אונזער געזעלשאפט איז אזוי עקסטרעם איז נישט וויבאלד מיר האבן אן עקטרעמע אידעעלאגיע, נאר די עקטרעמע אידעעלאגיע איז אין רעזולטאט צו דעם וואס ארטאדאקסיע איז געפאלן פון א געזעלשאפט פון עטליכע מיליאן צו עטליכע טויזנט איבערנאכט. אין אלגעמיין, א געזונטע געבורט-ראטע און א homogeneous געזעלשאפט, שאפט א פונקציאנירנדע געזעלשאפט. עס ווערט פראבלעמאטיש ווען די געזעלשאפט וואוקס איז נישט סינאנים מיט די סערוויסעס פאר אזא גרויסע געזעלשאפט, און דאס קלאפט די געבורט ראטע.

א שוואכע געבורט ראטע טייטשט זיך אויס אז די קולטור און אינאוואציע פון די יונגע כוחות פעלן און די עלטערע נעמען איבער פירערשאפט, און די געזעלשאפט פוילט. א שוואכע געבורט-ראטע ברענגט אויך אימיגראציע וואס ברענגט אונטער א שוין אזוי אויך הינקעדיגע קולטור. דאס איז וואס ליגט אונטער די פראבלעמען פון די ״גויאישע״ גאס און אזוי אויך מאדערן-ארטאקסיע, נישט אידעעלאגיע.


די פאקט אז אונזער געזעלשאפט האט א געזונטע געבורט-ראטע, און מיר באשטייען פון א homogeneous דעמאגראפיע, באדייט דאס מיר וועלן גארנישט פארלירן, דורך אוועקנעמען א ביסל פון די עקטרעמע צענזור און סיסטעמאטישע אונטערדרוקונג, און מיר וועלן נישט אריינפאלן דורכדעם אין די פראבלעמען פון די אלגעמיינע גאס; ולעיקוואוד יוכיח.

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 12:11 am
דורך berlbalaguleh
פרנס החודש: איך בין מסכים מיט די מערסטע וואס דו זאגסט דא. נאר דו דארפסט געדענקען אז די (היימישע) צענזור איז נישט דא לטובת דעם ציבור. נאר ענדערש לטובת די ענגע קאמפעני פון די פיהרערשאפט. דאס איז א טייל פון די פעקעדזש דיעל/אגענדא צו האלטן דעם עולם אומ-וויסנד.

והשנית. אלע גרופס. אריינגערעכנט די עקסטריעם מאדערן-ארטאדאקס האבן זייערע לימיטס. אדער "קצה המחנה". אויך די קאנסערוואטיווע. זיי וועללן נישט טון וואס די רעפארם טוען. פון רעפארם 'עללן מיר יעצט נישט רעדן. זיי זענען שוין אריבער די גרעניץ. וואס ביים בעסטן וויללן און ליבעראלע טראכטן קענמען נישט אנרופן אידישקייט.

Re: צענזור, סיסטעם, און דעמעגראפיע

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 11:49 am
דורך איך הער..
פרנס החודש: זייער שיין געשריבען, איין זאך פארשטיי איך נישט די שרייבסט אין חלק ב אז דאס וואס מאכט א געזלשאפט איז דעמאגראפיע נישט אידעעלאגיע, איז דאס נישט פינקט פארקערט? ווייל א געוויסע דעמאגראפיע פירט זיך מיט א געוויסע אידעעלאגיע דאס מאכט די געזלשאפט, נישט אזוי? אדער פארשטיי איך נישט די אפטייטש פון געזעלשאפט.

Re: צענזור, סיסטעם, און דעמעגראפיע

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 1:29 pm
דורך פרנס החודש
איך הער.. האט געשריבן:פרנס החודש: זייער שיין געשריבען, איין זאך פארשטיי איך נישט די שרייבסט אין חלק ב אז דאס וואס מאכט א געזלשאפט איז דעמאגראפיע נישט אידעעלאגיע, איז דאס נישט פינקט פארקערט? ווייל א געוויסע דעמאגראפיע פירט זיך מיט א געוויסע אידעעלאגיע דאס מאכט די געזלשאפט, נישט אזוי? אדער פארשטיי איך נישט די אפטייטש פון געזעלשאפט.
ריכטיג.לויט מיינע אבזערוואציעס איז די קולטור א רעזולטאט פון דעמאגראפיע, מער ווי פון אידעעלאגיע.

נעם צום ביישפיל אשכנזישע אידן, ווען האט זיך אנגעהויבן די נעגאטיווע emphasis אויף הלכה? ווען די קירכע האט איינגעשפארט די אידן אין די געטאס, און דאס צוזאמען מיט די פאגראמען האבן געקלאפט די אידישע געבורט-ראטע. דאס הייסט אז אונזער שולחן ערוך וואס אונז האבן היינט איז מער אלס רעזאלט פון דעמאגראפישע פראבלעמען, ווי אידעעלאגיע. א ראיה דערצו זענען די ספרדים, וואס זענען נישט געווען אזוי גערודפט, זענען זיי פיל ווייניגער אידעעלאגיש.

Re: צענזור, סיסטעם, און דעמעגראפיע

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 2:27 pm
דורך איך הער..
איך הער וואס די זאגסט לגבי אשכנזישע אידן אין אונזער יעצטיגע שלחן ערוך דאס קען זיין אמת ביי אונז , אבער די notion אז דעמאגראפיע מאכט א געזלשאפט מער ווי אידעעלאגיע און דאס איז גילטיג איבעראל איז לכאורה נישט ריכטיג,

נאר וויבאלד איינער איז מיין שכן אדער וואינט אין די זעלבע געגענט אדער לאנד ווי איך מאכט אים נאכנישט א חלק פון מיין געזלשאפט, נאר טיילן די זעלבע commen intrest אדער "אידעעלאגיע" דאס מאכט איינער וואס איז א חלק פון מיין "געזעלשאפט"

Re: צענזור, סיסטעם, און דעמעגראפיע

נשלח: דאנערשטאג מאי 11, 2023 7:53 pm
דורך פרנס החודש
איך האב נישט געזאגט אז א געזעלשאפט ווערט דעפינירט דורך דעמאגראפיע, נאר אז טוישונגען אין אן עקזיסטירנדע געזעלשאפט פאסירן דורך דעמאגראפישע טוישונגען מער ווי דורך אידעעלאגישע.

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 12:25 pm
דורך טאמבל סאס
איי קענט אגרי מאָר. זייער א באדייטנדפולע באמערקונג.

נאר ס'איז ברור אז די צוויי קאמפלימענטירן זיך איינער דאס אנדערס. למשל: נאכ'ן קריג איז די געבורט ראטע געווען א הויכע כדי אפצומאכן וואס מען האט פארלוירן. היינט טוהען אזעלכע ארגענאזאציעס ווי בוני עולם און פועה שיטן מיליאנען צו העלפן יעדעם האבן א קינד, אויך ווייל ס'לוינט זיך פאר אזעלכע קאמפאניס ווי מיללער שטריימלעך, דזשי ענד דזשי בעקישעס און רעד שוין נישט פון א סיעף ריעל עסטעיט מארקעט אין אונזערע געגנטער ביז די נעקסטע האלאוקאוסט רחמנא יצילנו..

אלזא ווען דו ענדיגסט מיט אזא רעקאמענדאציע אז מען מעג אביסל פארלייכטערן די פיזישע צענזור צוליב דער געזונטער געבורט ראטע וויל איך דיר פרעגן צו וועמען דיין עצה איז געוואנדן?

צו דיע וואס באלבאטעווען אויף די טעג אפיסעס וואס שפיאנירן אויף מענטשנס אינטערנעט טראפיק?
צו דיע וואס אייגענען די כשרע טעלאפן ליינס און הערן זיך אינטער צו פריוואטע מענטשנ'ס געשפרעכן להבאת שלום בין איש לאשתו?
צו די בגדים פארבריקן באזיצער, די ריעל עסטעיט מאגנאטן און כשרע עסן אינדוסטריע אייגענטומער וואס האבן עווערי אינטערעסט צו האלטן א מאנאפאלי אויף די מארקעטס, רידעזיינען די אוירבען מאפע ווען די די שטאטישע קאַסעס פארדינען נאר דערפון און קאנטראלירן וואו מענטשן וואוינען און מיט וועמען זיי סאושעלייזן, עסן און טרונקען?
צו דיע גבירים וואס האבן די פאלעטישנ'ס אין די קעשענע צוליב זייערע ברייטהארציגע קאמפיין נדבות אין אויסטויש פאר סיסטעמישע פון-טעקס בענעפיטס מילקעריי, קמפלעטע קאנטראל פון די פשוטע המון עם, זייערע אמונות, מיינונגען און זכיות?

סיריעסלי...?

Re: צענזור, סיסטעם, און דעמעגראפיע

נשלח: פרייטאג מאי 12, 2023 2:02 pm
דורך פרנס החודש
איך האב פארזעהן די קארפארעט אינטערעסע, דאנקע פארן אויפמערקן. איך האב גערעדט צו די ענקזייעטי פון פריוואטע מענטשן וואס שרעקן זיך אז אויב זיי וועלן אביסל נאכלאזן פון מעביר סדרה זיין וועלן זייערע קינדער ווערן דראג אדיקטס און נישט וועלן חתונה האבן.