בלאט 1 פון 1

בען ענד דזשערי'ס פלאפּ

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 11:47 am
דורך שאלתיאל
דאס איז אזא גוטס אז עס קומט זיך אן עקסטערע אשכול. מה גם וואס כ'האב נישט געטראפן אַן אשכול ווי דאס באלאנגט.

לעצטע וואך אום July 4, דער אמעריקאנער אינדעפענדעט דעי, האט אייזקרעים קאמפעני בען ענד דזשערי'ס פובליצירט די פאלגענדע מעסעדש אויף זייער אפישעל טוויטער אקאונט: ''This 4th of July, it's high time we recognize that the US exists on stolen Indigenous land and commit to returning it''. זיי האבן מציע געווען אנצוהייב מיט די באקאנטע ראשמאר בארג אין נארט דעקאטא וואס איז געווען ארגינעל א פארהייליגט פלאץ פון אַן ארטיגע אינדיאנער שבט, און עס צוריקגעבן פאר די אייניקלעך פון די אינדיאנער פון וועם מען האט עס באראבעוועט פאר הונדערטע יארן צוריק.

ביז דא איז אלעס פיין. טיפיקעל ''על חטא'' קלאפעניש. טיפיקעל בען ענד דזשעריס.

דא איז אבער געקומען א טשיף פון א לאקעל אינדיאנער שבט אין ווערמאונט, ''דאָן סטיבענס''' שמו, און געטענה'ט אז בען ענד דזשעריס הויפטקווארטיר זעלבסט וואס געפינט זיך אין סאוט-בירלינגטאן, ווערמאונט, זיצט גאר אויף א שטיקל לאנד וואס געהערט ארגינעל צו זייער שבט! און ווען מ'קוקט נאך זיין טענה זעט מען אז ער איז גערעכט: די לאנד האט געהערט צו די Abenaki שבט וואס זענען שוין דארט זייט די 17'טע סענטרי. סטיבענס האט געזאגט פאר די מידיע אז זייער שבט מוטשעט זיך מיט א מאנגל פון ריסורסעס וואס מען האט פון זיי צוגענומען און ער איז גרייט צו פארהאנדלן מיט די קאמפעני איבער זיך צוטיילן מיט די לאנד אויף וואס זיי זיצן.

עס איז ביי מיר קיין ספק נישט אז די הומאניסטישע בען ענד דזשעריס וועט זיכער באלד אוועקשענקען זייער גערויבטע שטיקל לאנד אויף וועלכע זיי זיצן צו די באקריוודעטע אינדיאנער פונקט ווי זיי האבן נארוואס געפאדערט פון די אמעריקאנער גאווערמענט. נאה דורש נאה מקיים. אומר ועושה. ווילסט מיר נישט זאגן אז זייער בראווע דעקלעראציע איז געווען סתם נאך א פּאפּאליסטישע נפיחה...

https://www.dailymail.co.uk/news/articl ... ds-on.html

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 12:43 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
יא יא. קען אויך זיין אז זיי האבן דערפאר אויסגעוועהלט מאונט ראשמאר ווייל דארט ווערן סימבאליזירט די אמעריקאנער פרעזידענטן וואס האבן געקעמפט פאר פרייהייט וועלכעס איז צוגענומען געווארן פון די אינדיאנע שבטים וואס האבן דאן באזיצט אמעריקאנער באדן. און ווייל הרוצה לשקר ירחיק עדותו. טיפיקעל לינקע דעמאגאגיע.

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 12:44 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
הדא הוא דכתיב קארמא איז א ביטש!!

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 1:00 pm
דורך שלמה משנתו
אלע לינקע קאמפעניס שניידן נישט גוט אפ לעצטנס...

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 1:16 pm
דורך מר. קלונימוס
לעצטענס האבן זיי אויפגעהערט פארקויפן זייערע פראדוקטן אין די אקופירטע שטחים אין אר''י

Re: בען ענד דזשערי'ס פלאפּ

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 2:25 pm
דורך איך הער..
די עצם איידיע אז קאמפעניס מיינען אז זיי דארפן האבן א אגענדע אדער שטיצן א געוויסע אידעלאגיע איז אזא פארקרימטע מהלך, אין קעפיטעליזם די איינציגסטע ציל דארף זיין צי סערווירען די קאסטאמערס די בעסטע וואס שייך, אין מעקסעמייזען פראפיט פאר די שעירהאלדערס, אלעס א חוץ דעם איז נארישקייטען.

די זעלבע איז מיט די אלע פאנד מענעדשערס וואס זענען פארנימען מיט די "ESG" אינוועסטמענט מהלך, (ESG איז פשט אז קאמפעניס אדער אינוועסטערס וואס קימען נאך געוויסע סטענדערטס פון ענוויירמענט און סאשעל פריינטליך) די מהלך איז פשוט שטותים, און געוויסע האבען אפילו אנגעוויזען אז קאמפעניס מיט הויכע ESG סקארס האבען געהאט שוואכערע פראפיטס ווי ענליכע קאמפעניס מיט נידעריגע סקארס.

נשלח: דינסטאג יולי 11, 2023 4:32 pm
דורך shadchan
מר. קלונימוס האט געשריבן:לעצטענס האבן זיי אויפגעהערט פארקויפן זייערע פראדוקטן אין די אקופירטע שטחים אין אר''י
its not latly, but anyway i think it was for the same reason as they are saying now, they wanted israel should give somethink back for the arabs etc