בלאט 1 פון 1

הרשנ"נ בידרמן זי"ע (ר' שמעו'לע) לעלובער רבי ב"ב תשמ"ז-תש"ע

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 7:34 am
דורך לייביששרייבער
רבי שמעון נתן נטע בידרמן (ר' שמעון'לע ווי מען האט איהם גערופן בלשון חיבה) זי"ע איז געבוירן געווארן אין יאר תרצ"א ז' טבת. אין בני ברק צו זיין הייליגער פאטער רבי משה מרדכי זי"ע דער קארלין לעלובער רבי.

ער האט געלערנט אין זיינע בחורישע יארן אין די ישיבת תומכי תמימים און חידושי הרי"ם אין ת"א.

ער האט חתונה געהאט מיט זיין רביצן מרת לאה איטא א טאכטער פון הרב ר' שלמה פריינד ז"ל אן אייניקעל פון הרב סנדר פריינד דער רב פון באכטא.

איינע פון זיינע גלותער ווי ער האט געוואוינט נאך זיין חתונה איז געווען אין קראון הייטס ווען א גרויס חלק פון דער אידישער חסידישער עולם האט געוואוינט דארט. און דאן ווען קראון הייטס האט זיך אנגעהויבן אויסליידיגען פון די חסידישע איינוואוינער האט זיך דער לעלובער רבי אריבער געצויגען קיין בארא-פארק.

ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן אין יאר תשמ"ז זייענדיג א מ"מ פון זיין רבי, רבי אברהם אלימלך ז"ל פון קארלין איז רבי שמעון געווארן זיין מ"מ און איבער גענומען די רבי'תטעווע פון די קארלין לעלובער חסידות.

בערך אין יאר תש"ן האט רבי ר' שמעון איבער געלאזט די קארלין'ער חסידים וועגן א מחלוקה וואס האט דארט אויסגעבראכן צווישען די הנהלה און די חסידים, ער האט אפגעשטעלט די מחלוקה פון זיך צו-פלאקערן און דאן איבער געגעבן דאס הנהגה צו זיין שוועסטער-קינד און ער האט ממשיך געווען נוהג זיין די לעלובער חסידים.

עס איז וואויל באקאנט אז ער איז געווען דער ערשטער וואס האט געטוהן, און אויף געטוהן אין די איסור פון רעדן בשעתן דאווענען. די "אסור לדבר בשעת התפילה" סיינס די גרויסע שווארצע אותיות וואס איז געהאנגען אין יעדעס ביהמ"ד אין ב"פ האט ער אליינס באצהלט, און ארום געגאנגען אויף הענגען.

די אפיציעלער לעלובער ביהמ"ד איז אין א באשיידענער ווינקעל אין בני ברק אין די שיכון ה' געגענט ווייט אוועק פון די גרויסע געפילדער פון די סחידישע וואוין ארט פון בני ברק. שיכון ה' איז מערסטנס באוואוינט מיט א גרויסער ספרדישע געמיינדע (בימים ההם) די ערשטע חסידים וואס האבן זיך אריין געצויגען זענען געווען די לעלובער חסידים וואס האבן זיך אהין געצויגען מיט זייער רבין רמ"מ זי"ע ווען ער האט געוואלט מנוחה פון די רוישיגע שטאט ווי עס האט זיך שפעטער געווידמעט א געגענט אין שיכון ה' וואס האט זיך גערופן רמת לעלוב.

אין זיינע עלטערע יארן, האט ער אסאך פארברענגט אין עיה"ק צפת. מאנכע זאגען אז ער האט זיך אפציעל אריבער געצויגען קיין צפת און נאר שיינע טעג און ימם טובים איז דער רבי צוריק געקומען פראווען מיט זיינע חסידים אין שיכון ה' בני ברק.

דער באקאנטער שריפטשטעלער הרב יאיר וויינשטאק גראדע אויך א לעלובער אייניקעל און א שטארקע חסיד פון הרשנ"נ זי"ע האט ארויס געגעבן א בוך וואס הייסט "הרבי הקדוש מלעלוב" שרייבט אין זיין בוך אז אויב מען האט אריין געקוקט אין די רבי'ס נסיעות קיין און פון צפת וועט מען זעהן אז ער האט געהאט אן ענין נישט צו זיין מער ווי שלושים יום אין איין דירה.

אין א יעדע 29 טעג איז ער ערגעץ אנדערש ווי געפארן כדי נישט צו זיין מער ווי דרייסיג טעג אין די זעלבע וואוינ-ארט.

ער איז געפלויגען קיין פוילן ז' שבט ווי ער פלעגט פראווען די יארצייט פון די מיסד פון די לעלובער חסידות רבי ר' דוד'ל לעלובער.

פון דארט קיין אמעריקא צו זיין איבעריגער חלק פון זיין גרויסע פארצווייגטע משפחה דארט, און ווי אויך א שיין הייפעלע חסידים וואס האבן זיך מסתופף געווען בצילו ובהדרכתו נאך פון ווען ער האט געוואוינט דארט.

ער איז געווארן באקאנט אין די שפעטערע יארן פאר א למדן מפלג נאך וואס דער ספר וואס ער האט געשריבען אין די ל' יארן אויפ'ן רמב"ם הל' תרומות ומעשרות "הר בשן" איז באקאנט געווארן.

יום כיפור ביינאכט תש"ע נאך מעריב פאר די שיר הייחד איז ער ארויף אין זיין פרט'ישע צימער אין באגלייטונג פון זיין גבאי נאמען ר' שלמה זאלמינאוויץ הי"ו (עס איז געווען זייער א מאדנע התנהגות אז דער רבי זאל איבער לאזן דעם ביהמ"ד פאר שיר הייחד) ער איז אליינס אריין אין זיין צימער פארמאכט די טיר אונטער זיך.

ווייניגער ווי צוויי דריי מינוט דעראויף האט דער גבאי ר' שלמה זיך געדאכט אז ער האט געהערט א קליינער קנאק עס האט זיך עים געדאכט אז דער רבי האט זיך אפשר אויסגעגליטשט אדער צו קלאפט.

ער האט שטייטערהייט געעפענט דעם טיר, אינעם שפאלט האט ער געזעהן א מאדנע בילד דער רבי ליגט פרקדן אין זיין קיטעל (וואס איז גענוצט געווארן פאר זיינע תכריכים) צוגעגרייט כאילו אז אזוי האט ער זיך געגרייט צו גיין צום עולם העליון אן קיין אינטערווענצען פון מענטשען (אסאך אינטערסאנטע עפיזאדן איז דא פון די פטירה אין די פריער דערמאנטע ביכעל הרבי הקדוש מלעלוב א"א לפרטם כי רבים הם)

איין זייער אינטערסאנטער עפיזאד איז כדי צו ציטירן אז דער דיגיטאלער לוח וואס דער רבי האט מנדב געווען אין די אוהל הרשב"י הא זיך אפגעשטעלט און אויפגעהערט צו ארבעטן יום כיפור ביינאכט פונקט ביי די ווערטער "אסור לדבר בשעת התפילה וקריאת התורה"

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 10:52 am
דורך yesiknow
ישר כח פאר די הערליכע ארטיקעל , די יום כיפור פטירה ווערט פארציילט אביסעל מיט אנדערע נוסח אין די לינק וואס די פארצייכענסט , ווי לעכטיג אין הייליג איז די רבי געוועהן זי"ע

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 11:30 am
דורך לייביששרייבער
yesiknow האט געשריבן:ישר כח פאר די הערליכע ארטיקעל , די יום כיפור פטירה ווערט פארציילט אביסעל מיט אנדערע נוסח אין די לינק וואס די פארצייכענסט , ווי לעכטיג אין הייליג איז די רבי געוועהן זי"ע
נא אדרבה הנני מוכן ומזומן לשמוע

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 11:44 am
דורך [NAMELESS]
ווער איז זיין שוועסטער קינד וואס האט איבערגענומען די קארלינער חסידות?

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 12:18 pm
דורך לייביששרייבער
עמעזאן האט געשריבן:ווער איז זיין שוועסטער קינד וואס האט איבערגענומען די קארלינער חסידות?
אפשר גאר א נעפיו זיינער, זיין אינגסטע שוואגער וואס איז געוועזען אן איידעם ביי זיין פאטער (ראזענפעלד) אן אייניקעל פון רבי משה מרדכי ז"ל, אזוי דאכט זיך.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 1:23 pm
דורך [NAMELESS]
לייביששרייבער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:ווער איז זיין שוועסטער קינד וואס האט איבערגענומען די קארלינער חסידות?
אפשר גאר א נעפיו זיינער, זיין אינגסטע שוואגער וואס איז געוועזען אן איידעם ביי זיין פאטער (ראזענפעלד) אן אייניקעל פון רבי משה מרדכי ז"ל, אזוי דאכט זיך.
דו רעדסט פון קארלין/סטאלין אדער פינקס קארלין? אדער גאר א דריטע חסידות?

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 1:29 pm
דורך לייביששרייבער
עמעזאן האט געשריבן:
לייביששרייבער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:ווער איז זיין שוועסטער קינד וואס האט איבערגענומען די קארלינער חסידות?
אפשר גאר א נעפיו זיינער, זיין אינגסטע שוואגער וואס איז געוועזען אן איידעם ביי זיין פאטער (ראזענפעלד) אן אייניקעל פון רבי משה מרדכי ז"ל, אזוי דאכט זיך.
דו רעדסט פון קארלין/סטאלין אדער פינקס קארלין? אדער גאר א דריטע חסידות?
פינסק קארלין

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 2:44 pm
דורך yesiknow
לייביששרייבער האט געשריבן:
yesiknow האט געשריבן:ישר כח פאר די הערליכע ארטיקעל , די יום כיפור פטירה ווערט פארציילט אביסעל מיט אנדערע נוסח אין די לינק וואס די פארצייכענסט , ווי לעכטיג אין הייליג איז די רבי געוועהן זי"ע
נא אדרבה הנני מוכן ומזומן לשמוע
הרבי על ערש יצועו, כשלראשונה בתולדותיו לא הכין לעצמו "נעגיל וואסער" מים לנטילת ידיים של שחרית, וגם לא ביקש שיכינו עבורו. כאשר שאלוהו האם להכין מים, סימן בתנועת יד: "אין צורך".

הרבי החל לקרוא קריאת שמע שעל המיטה, כשסיים ביקש שיסדרו לו את הכיפה ובאופן חריג מגדר הרגיל ביקש מהגבאי ליישר את רגליו על המיטה, דבר שמעולם לא ביקש, וכידוע ליודעי ח"ן יש ענין מיוחד לסדר את כל הגוף שיהיה ישר לקראת יציאת הנשמה. אבל אף אחד לא הבין את הרמזים הנסתרים.

הגבאים אמנם הרגישו שדבר מה אינו כשורה ורצו להישאר עוד מעט בחדר, כדי לראות שאכן הכל בסדר, אך הרבי סימן להם בתנועת יד נחרצת שייצאו. וכולם יצאו מהחדר...

"שלא יהיה שם אדם - - -"

שבע דקות חלפו. שבע דקות בלבד.
המשמש הרב שמחה קרקובסקי - "לא ימיש מתוך האוהל" - מחליט להיכנס שוב לחדר, והנה רואה את הרבי שוכב במיטתו ורק שינוי קל ניכר בפניו. מיד ניגש לבדוק מקרוב, ומה מאד נחרד לראות כי בהאי קטירא אתקטר, והרבי כבר איננו - - -

שרייב נאך ברידער עז איז הערליך

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 4:17 pm
דורך לייביששרייבער
yesiknow האט געשריבן:

איז דאס ציטירט פון ערגעץ ווי? עס דאכט זיך מיר אז דאס איז די לשון פון ר' יאיר וינשטוק הי"ו אין זיין ביכעל הרבי הקדוש מלעלוב.
מיר האבן אדורך געליינט דעם ביכעל נישט איין מאל נישט צוויי מאל.
מיר האבן איהם נישט פערזענליך געקענט אבער ליינענדיג דעם ביכעל האב איך געזוכט נאך און נאך וועגן דעם איד, און גערעדט מיט מענטשען וואס האבן זיך געדרייט מיט איהם ארום איהם און איך בין געווארן א חסיד זיינע נאך זיין פטירה, און אזוי האב איך זיך אין די לעצטע פאר יאר צו געשארט צו זיין זוהן דער לעלובער רבי פון בית שמש ר' אהרון. און מען זעהט שטריכען אינעם ביכעל אין דעם לעבעדיגען רבין אויכעט. איך וואלט ווען הנאה געהאט צו טרעפן נאך אינדיווידואלן וואס האבן איהם געקענט פון די נאנט.

נשלח: דינסטאג יולי 25, 2023 4:43 pm
דורך שעפטאל
אז מ'רעדט שוין פון אהים..
מיין חבר האט אריין צו עם מיט א קוויטל, ער האט עם דערציילט וועגן א צרה וואס ער גייט אריבער ל"ע
ער האט געקענט זעהן ווי די רבי'ס הארץ גייט איין פון צער פאר עם
די רבי האט עם שטארק געווינטשען מיט א שמייכל.

ווען ער שטייט שוין אינדערויסן פונעם צימער, הערט ער ווי איינער קלאפט מיט די פוס אויף די ערד מיט אלע כוחות!

שלא בפניו האט די רבי זיך אויס געגעבען די צער!
---

אונזערע אמת'ע רבי'ס ווייסן אז מ'קען נישט פויעלן קיין ישועות, זיי פראבירן אונז כאטש צו מחזק זיין.

ר' ישראל אברהם מסקולען האט אמאל געפרעגט פון די גבאי (נאכדעם וואס איינער האט זיך געקוויטלט און ארויס). :כ'האב עם נישט גענוג געווינטשען? אדער נישט גענוג שטארק?
זאגט עם די גבאי: נאַ, די רבי האט שיין געווינטשען!
זאגט די רבי: אבער ער האט נישט געשמייכלט נאך די ברכה. כ'מיין כ'וואלט געדארפט שטערקער וואונטשען!!

נשלח: זונטאג יולי 30, 2023 11:31 am
דורך cictim
לייביששרייבער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:
לייביששרייבער האט געשריבן:
עמעזאן האט געשריבן:ווער איז זיין שוועסטער קינד וואס האט איבערגענומען די קארלינער חסידות?
אפשר גאר א נעפיו זיינער, זיין אינגסטע שוואגער וואס איז געוועזען אן איידעם ביי זיין פאטער (ראזענפעלד) אן אייניקעל פון רבי משה מרדכי ז"ל, אזוי דאכט זיך.
דו רעדסט פון קארלין/סטאלין אדער פינקס קארלין? אדער גאר א דריטע חסידות?
פינסק קארלין
אין עברית רופט זיך דאס ״משכתב היסטוריה״, איך האב אביסל געשריבן דא http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 02#p456802

דער וואס רופט זיך קארלין לעלוב איז א ראזנפעלד נעפיו פון פינסק, זיין טאטע איז געווען א איידעם ביי רמ״מ, האט ער געמאכט א שול מיט ביידע נעמען אבער ער האט נישט קיין חסידים.