בלאט 1 פון 1

דער דיין שרייט: שוין פארברענען דעם טמא'נעם ויואל משה!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 6:52 pm
דורך שמן למאור
א מתנחל פון קרית ארבע האט פארוויילט אין ניו יארק מחמת א משפחה שמחה. זייענדיג דא צום ערשטן מאל, איז ער אביסל ארומגעגאנגען קוקן די אידישע געגנטער צו כאפן א בליק וויאזוי די חוץ לארץ'דיגע אידן לעבן ליידער אינעם טמאת העמים, צווישן די גויים רח"ל.

איינע פון די פלעצער וואס ער האט געהאט אויף זיין ליסטע צו באזיכן איז געווען די שטאט וויליאמסבורג. די שטאט איז באקאנט אלס אן ארט פאר גאר פרומע ערליכע אידן, און אז מען קומט באזיכן די ארטאדאקסישע אידן פון אמעריקע איז וויליאמסבורג איינע פון די סטאנציעס.

ער שפאנט אזוי אויף די גאסן, ער זעט טאקע ווי די ערליכע אידן וואוינען נעבעך אינעם ערות הארץ, ממש 15 מינוט צו פארן פון טיימס סקווער אין מאנהעטן. מחנות פון אויסגעלאסענע גויים פארפלייצן די גאסן... "פארוואס הייבן זיי זיך נישט אויף אין קומען וואוינען אינעם הייליגן לאנד?" וואונדערט ער זיך... וואס האבן זיי דא פארלוירן דא אין אמעריקע? ווייסן זיי דען נישט אז אידן קענען היינט וואוינען אין א"י אומגעשטערט? עס געהערט דאך שוין צו אונז!

אזוי גייענדיג אויף ראדני סטריט, זעט ער א שיינע ביהמ"ד, קהל יטל לב ד'סאטמאר, נו, ער דארף ממילא כאפן א מנחה, איז לאמיר שוין איינוועגס אויסטשעקן א היימישע וויליאמסבורגע שול.

אומר ועושה, ער שפאנט אריין אין ראדני ס'מעדריש, און גלייך זעט ער טאקע אז אידן גרייטן זיך צו דאווענען מנחה. ער כאפט א סידור, און גרייט זיך צום דאווענען. ער קוקט אזוי ארום, די עולם גייט דא אביסל מאדנע אנגעטון, אלע גייען מיט שווארצע קאפלעך, נישטא די געהעריגע כיפה סרוגה פאר א מכה צו טערפן דא. אויך גייען זיי אלע מיט שווארצע פארמאכטע שוויציגע שיך... פארוואס שעמען זיי זיך פון זייער פינגערס פון די פיס?

שוין, מען שטעלט זיך שמו"ע, ער דאוונט ערליך, טרעט אויס, און ווארט פארן בעל תפילה. ער גייט צו צום ספרים שאפע און זיכט אזוי פאר עפעס אן אינטערסאנטע ספר צו קענען אריינבליקן ביז ווילאנג דער בעל תפילה הייבט אן חזרת הש"ץ.

אזוי קוקנדיג פאלן זיינע אויגן אויף א מאדנע ספר וואס ער האט נאך אין זיין לעבן נישט געהערט פון דעם, די ספר הייסט "ויואל משה". אינטערסאנט; איז דאס פון א ראשון אדער אחרון? ער געדענקט נישט אז מוסד הרב קוק זאל דאס ארויסגעבן...

ער נעמט ארויס דעם ספר פון שאפע, הייבט אן בלעטערן, און ער גלייבט נישט וואס זיינע אויגן זעען! ממש שטיקער כפירה גיסט זיך אויף יעדן בלאט אן קיין בושה! דער מחבר - עפעס איינער מיטן נאמען "ר' יואל טייטלבוים"- שרייבט ממש קעגן כל הקדוש לנו!

דער רעדט קעגן די הייליגע מצוה פון ישוב ארץ ישראל, ער רעדט קעגן די הייליגע מצוה פון רעדן לשון קודש, ער האט עפעס מאנדע הסברים אין די שלש שבועות, ממש שרעקליכע השכלה און כפירה אויף יעדן בלאט!

דער מתנחל איז געווען אן עכטע ערליכע איד, און די כבוד שמים האט אנגעפאנגען ברענען אין אים! ס'טייטש! אין א היימישע ביהמ"ד פון אזוי געריפענע ערליכע אידן, דרייעט זיך ארום אזא טמא'נע ספר?! דאס איז דאך ממש א חילול השם!

אויפן רגע האט ער אנגעקלינגען זיין דיין אין די מדינה, און לייגט אים פאר די מעשה! ער זאגט אים די נאמען פונעם ספר און הייבט אן צו ליינען שטיקער דערפון פארן דיין.

די מורה צדק ווערט נישט פארלוירן. "יא, כ'האב שוין געהערט פון דעם יואליש'ן, ער איז געווען א גרויסע תלמוד חכם, אבער איז ליידער פארקראכן מיט נישט ערליכע השקפות. ער איז געווען א דעת יחידאה און אלע ערליכע רבנים פון זיין צייט האבן געהאלטן אז ער איז זיך טועה, היינט האט ער געציילטע נאכפאלגערס אין חוץ לארץ וואס גייען נעבעך נאך זיינע וועגן, זיי זענען גרויסע בעלי מחלוקת און עקסטרעמע מענטשן, זיי זאגן אפילו תחנון אינעם הייליגן יו"ט ה' אייר. די ספר האט א דין פון ספרי מינות, און מען טאר חלילה נישט אריינקוקן דערין, פארמאך עס שוין די רגע!

פיין, אבער וואס זאל איך טון מיט די ספר? זאל איך עס דא לאזן?

ניין! איז געקומען א קלארע פסק פונעם דיין! מען טאר נישט לאזן קיין ספרי מינות וכפירה אין א שול, זאלסט עס ארויסדערווישן פון דארטן, און פארברענען!

"אבער"... זאגט די מתנחל, "איך זע דא אז די ספר איז פונעם ערשטן דריק און עס איז אריינגעשריבן מיטן האנטשריפט פון דער מחבר אליינס, איז מסתמה איז עס ווערט אסאך געלט! נו איז דאך עס א חשש גניבה פון אסאך געלט"?!

אדרבה! האט דער דיין געליאמערט! אז עס איז ווערט אסאך איז דאך עס א גרעסערע מצוה צו מבער זיין! ביסט מבער א טייערע אפיקורסישע ספר וואס איז אסור בהנאה!!!

עד כאן המעשה!

האלט איר אז דער דיין האט ריכטיג גע'פסק'נט?

איך וואלט געזאגט אז נישט! עס איז פארהאנען אלע סארטן שיכטן אין קרייזן ביי כלל ישראל, און אז דו קומסט מיר דא אריין אין מיין ביהמ"ד מיט אנדערע שיטות, דאן קענסטו אדער שלום מאכן מיטן מצב, אדער ארויסגיין!

ווער גיבט דיר רעכט צו גנב'נען ספרים? וואלסטו געוואלט אז מיר זאלן אריינקומען צו דיר אין קיבוץ און צורייסן ענקערע ספרים וואס מיר זענען דערקעגן?

דו האלסט אז ויואל משה איז כפירה? פיין! קויף עס נישט! לאז עס נישט אריין אין "דיין" ביהמ"ד. אבער וואס איז די חוצפה פון ארויסכאפן יענעמס א חפץ?

מילא עס גליטשט זיך בטעות אריין א ספר וואס איז כפירה לדברי הכל, איז איין זאך. אבער דו ווייסט דאך אז דא איז דאס נישט אנגענומען אלס א פראבלעם, טא ווער געבט דיר רעכט צו טון אזא זאך? זיי האבן רבנים וואס האלטן אנדערש, וואספארא חוצפה איז דאס אריינצוקומען ביי יענעם אין ביהמ"ד און זאגן אז "ענקערע" רבנים טויגן נישט?!

שוין, דער אמת איז אז די מעשה איז שוין פארגעקומען פאר בערך צוויי יאר צוריק, איז פארוואס האב איך מיר יעצט אויפגעוועקט? פשוט ווייל כ'האב בלויז יעצט געהערט פון די מעשה!

אט ליינט עס דא מיט אביסל אנדערע פרטים...

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?t=51885

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2023 7:59 pm
דורך דערהויבענע איד
לעניית דעתי קען מען נישט מדמה זיין ויאול משה צו ספרי רמ''ד, צוליב צוויי סיבות, קודם ווייל דארטן קריגט זיך קיינער נישט אויפן אינהאלט, נאר אז די מחבר איז נישט געווען אויסגעהאלטן, משא''כ די ויאול משה וואס רוב גדולי עולם האבן נישט געהאלטן ווי אים.

נאכדעם, ווען די סאטמורים האלטן וואס זיי האלטן ביי זיך אין שיסל, קען מען טענ'ען דו האלט וואס דו האלסט און איך וועל האלטן ווי איך, אבער היות זיי ווילן קענסלן די אנגענומענע שיטה הקדושה פון טויזענטער יארן ביי כלל ישראל, דארף מען זען זיי זאלן נישט פארשפרייטן זייער שיטות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 10:14 am
דורך מרדכי מרדכי
אין אזא פאל דארף מען מודיע זיין דעם גבאי'ן און ער זאל טוהן ווי ער פארשטייט.
ווען ביי מיין חבר אינדערהיים איז דא ספרי מינות דארף איך אויך אריינגיין אין עס פארברענען?

אלץ אינגל האב איך אמאל באקומען עפעס א ספר/תהילים פון א סאטמארע ארגאניזאציע און מיין חבר האט מיך געזאגט אז מען דארף עס פארברענען אלץ ספר תורה שכתבו מין.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 4:31 pm
דורך ביבער
דאס (הייסן) פארברענען ספרים ווייזט מער אויף די אייגענע אומזיכערקייט ווי סיי וועלכע אישו מיט די ספר. און פאר דער סיבה וואלט דער מתנחל קיינמאל געהייסן פארברענען.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 6:50 pm
דורך דערהויבענע איד
ביבער האט געשריבן:דאס (הייסן) פארברענען ספרים ווייזט מער אויף די אייגענע אומזיכערקייט ווי סיי וועלכע אישו מיט די ספר. און פאר דער סיבה וואלט דער מתנחל קיינמאל געהייסן פארברענען.
און פאר די סיבה האב איך טאקע געזען אז ס'איז דא דער ויואל משה מיט אנדערע אזויגערופענע קנאי'שע ספרים אין די ספריה פון ישיבת מרכז הרב, און בכלל זענען זיי זייער אפען צו דיסקאסירן די אזויגערופענע שיטת סאטמער, אן קיין ימח שמו'ז אדער אנדערע פארדרייטע היסטארישע פאקטן.

Re: דער דיין שרייט: שוין פארברענען דעם טמא'נעם ויואל משה!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2023 9:46 am
דורך פרנס החודש
דערהויבענע איד האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:דאס (הייסן) פארברענען ספרים ווייזט מער אויף די אייגענע אומזיכערקייט ווי סיי וועלכע אישו מיט די ספר. און פאר דער סיבה וואלט דער מתנחל קיינמאל געהייסן פארברענען.
און פאר די סיבה האב איך טאקע געזען אז ס'איז דא דער ויואל משה מיט אנדערע אזויגערופענע קנאי'שע ספרים אין די ספריה פון ישיבת מרכז הרב, און בכלל זענען זיי זייער אפען צו דיסקאסירן די אזויגערופענע שיטת סאטמער, אן קיין ימח שמו'ז אדער אנדערע פארדרייטע היסטארישע פאקטן.
ביי אונז אין ישיבת רבינו יצחק אלחנן האבן זיי גאר הרב שלמה העלבראנץ׳ס ספרים….

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 2:25 pm
דורך moody
דערהויבענע איד האט געשריבן:
ביבער האט געשריבן:דאס (הייסן) פארברענען ספרים ווייזט מער אויף די אייגענע אומזיכערקייט ווי סיי וועלכע אישו מיט די ספר. און פאר דער סיבה וואלט דער מתנחל קיינמאל געהייסן פארברענען.
און פאר די סיבה האב איך טאקע געזען אז ס'איז דא דער ויואל משה מיט אנדערע אזויגערופענע קנאי'שע ספרים אין די ספריה פון ישיבת מרכז הרב, און בכלל זענען זיי זייער אפען צו דיסקאסירן די אזויגערופענע שיטת סאטמער, אן קיין ימח שמו'ז אדער אנדערע פארדרייטע היסטארישע פאקטן.
ווען איך בין דארט געווען אפאר יאר צירוק איז עס נישט געווען אויף דיספלעי, אינעם קטלוג איז געשטאנען אז עס ליגט אין א מחסן וואס איז געווען פארשפארט.
ביידעווי, די משיח'יסטשע מתנחלים ווי ר' טאו אדער ר' אבינר רעדען נאך אזאנע נאן-סענס ווי דעם בעל וי"מ.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 03, 2023 3:18 pm
דורך יין שרף
אין ביהמ"ד חב"ד אין מאנסי איז דא צוויי סעטס ויואל משה