אטד און פריקות עול
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 27, 2023 11:58 pm
נאך אן אשכול איבער אטדס? יא! זיץ שטיל און הער אויס וואס דער רבי האט צו זאגן, ווער ס'דארף גיין אין טוילעט זאל אויפהייבן די האנד.
אין די חסידישע גאס איז דער עולם שטארק ביי די מיינונג אז די סיבה פארוואס מענטשן פארן אפ פונעם חסידישן וועג קומט עס דערפון וואס זיי זוכן זיך די גרינגע וועג ארויס, זיי ווילן זיך נישט פארפליכטן צום אמת, סתם הפקר יונגען, און דאס וואס זיי זאגן אז זיי גלייבן נישט אינעם רבי'ן שליט"א (כמובן שמורא רבך כמורא שמים, ווי אויך פארשטייט זיך אז מחמת אימת הצנזור נוץ איך אייוועלט ביישפילן אבער יעדער פאר זיך זאל עס פארטייטשן אויף זיין אמונה לעוועל...) איז סתם א תירוץ וואס זיי נוצן פאר פריקות עול.
איז אזוי, הגם מיר קאוועשטיבל אידן ווייסן דאך אז ס'נישט אינגאנצן גענוי אזוי, ס'דא עכטע סיבות פארוואס מענטשן זאלן נישט גלייבן אינעם רבי'ן, און הגם רוב חברים דא גלייבן למעשה יא אינעם רבי'ן פארשטייען זיי אבער אז ס'דא בילבולים אינעם "ריכטיגן אמונה", און ווען די אטדס זאלן ווען טועם זיין (וואס זיי פאנטאזירן איז) די עכטע אידישקייט וואלטן זיי אלע געלאפן צום רבי'ס טיש זיך קוויטלען אויף אלע פיר. די מענער וואלטן אוועקגעווארפן די סמארטפאונס, די פרויען די דרייווער'ס לייסענס, זיי וואלטן געלאפן קיין G&G זיך אנפעלצן מיט די שמונה בגדים און געלאפן אין שוהל אריין זיך שאקלען איבער'ן גמרא/תהילים עד עלות השחר. און באמת ווייסן מיר דאך אז לויט די "אמת'ע" אידישקייט מעג מען "עכט" יא באזיצן א סמארטפאון, און איינמאל מ'מעג שוין איז דאך שוין נישט דא קיין שום סיבה יא צו האבן. בקיצור, אונזער אמונה איז געקאווערט פון אלע זייטן סייוויסיי, ווי יענער האט געזאגט פאר זיין חבר וואס האט איהם געמאנט דעם גראזשניידער וואס ער האט איהם פארבארגט: ערשטנס כ'האב עס דיר שוין צוריקגעגעבן, צווייטנס ס'האט זיך צובראכן, און דריטנס כ'האב עס קיינמאל נישט געבארגט. מיט דעם אלע טיעף אינעווייניג האלטן מיר אויך אז ווען דער אטד זוכט ווען באמת דעם אמת וואלט ער עס געטראפן אין (אונזער ווערסיע פון) אידישקייט, נאר וויבאלד דעם אטד'ס דראנג פאר פריקות עול איז שטערקער ווי זיין בקשת האמת גיבט ער אויף זוכן דעם אמת און ער גייט צו פריקות עול. און דאס איז די חילוק צווישן מיר הייליגע קאוועשטיבל אידן און די אטדס, ביי זיי איז די דראנג פון פריקות עול שטערקער (אדער די זעלבע) ווי די דראנג פאר'ן אמת, ווידער ביי אונז איז די דראנג פאר'ן אמת שטערקער ווי דעם דראנג פאר פריקות עול און נאכ'ן זוכן אזויפיל לאנגע יארן האבן מיר עס געטראפן אין אונזער פערסאנעל רילעישנשיפ מיט גאט, ליעבע פאר טראדישן, אדער ענליכע סעלף וועלידעיטינג חרטא.
למעשה שטעלט זיך ארויס פארקערט, נישט אז די דראנג פאר פריקות עול איז גורם אז מ'זאל באשליסן אז די תורה איז בעלאוני, פארקערט, דאס באשליסן אז די תורה איז בעלאוני איז גורם אז מ'זאל זיך מער נישט אינטערעסירן אין גארנישט און לויפן צו פריקות עול. און איך וועל געבן א ביישפיל פון מיין פערזענליכע לעבן.
איך געדענק ווען איך בין נאך געוועהן א מאמין נישט מער געדאכט האב איך געהאט א געפערליכע סעלף קאנפידענס, איך האב געקענט אריינפארן מענטשן ווען ס'האט אויסגעפעלט, איך האב געקענט געבן עמאושינעל סופפארט פאר א חבר ווען ער האט גענויטיגט דערין. איך האב פשוט געוואוסט וואס איז ריכטיג, מה חובתי בעולמי, פון וואו איך קום, צו וואו איך גיי, אין וועלכע ספר איך דארף זוכן צו לעהזן מיינע ספיקות, א.א.וו. הגם די גאולפאוסטס האבן זיך געהאלטן אין איין רוקן, אלץ קינד איז מיין מורה דרך געוועהן די מעלות און הכתב והמכתב, שפעטער ווען איך האב איינגעזעהן אז זייער וועלטסאויסקוק איז נישט מוכרח און איך קען מיך נישט פארלאזן אויף זייער'ס א סברא זיך צו פארזיכערן א טיקעט אין גן עדן בין איך געפאלן צום שולחן ערוך, ווען יענעם באבל האט אויך געבאסט האט זיך עס גערוקט צום תלמוד בבלי, ווען דאס האט געקראכט האט זיך עס גערוקט צו די 13 עיקרים, און אזוי ווייטער און ווייטער, ווי אויך האב איך געהאט תקופות אינדערצווישן פון קאצק, קוק, אריז"ל, און נאך. בכל אופן, ביי וועלכע שלב איך האב געהאלטן בין איך געוועהן 100% איבערצייגט דערין און דאס האט מיר געגעבן די קאנפידענס, און טאקע די מינוט וואס די גאנצע קארטן הויז האט געקראכט האט מיין גאנצע קאנפידענס געקראכט מיט דעם אינאיינעם…
וואס נאך איז געשעהן אין יענע תקופה? איך בין געווארן א פורק עול… כלומר, וויבאלד איך ווייס דאך שוין נישט וואס צו טוהן צוצוקומען צו מיין תכלית אין לעבן איז פארוואס זאל איך מיך אנשטרענגען אומזינסט ווען איך קען פונקט אזוי זוכן דעם גרינגען וועג ארויס? ד.ה. אזוי, נישט ווייל איך האב געזוכט פריקות עול האב איך מיך איינגערעדט אז איך גלייב נישט אינעם רבי'ן, פארקערט, ווייל איך האב מער נישט געגלייבט אינעם רבי'ן און איך האב נישט קיין דירעקציע אין לעבן עניוועיס הייב איך אן זוכן דעם גרינגסטן וועג ארויס. פארוואס זאל איך מקבל זיין any עול ווען איך האב נישט קיין שום סיבה צו גלייבן אז ס'גייט מיר מיט עפעס העלפן? ווי זאגט נאר יענער, איך בין בכלל נישט זיכער אז איך עקזיסטיר איז ווי קען איך זיכער זיין אז…? און וואס טוט מען ווען מ'איז נישט זיכער? מ'זיצט מיט פארלייגטע הענט ביז מ'גייט טרעפן א סיבה עס צו רוקן…
וויאזוי האב איך דאס געכאפט? לעצטנס האב איך געליינט א בוך פון דר. מיכאל ניוטאן איבער די עולם הנשמות (איך האלט שוין אינמיטן די צווייטע און איך באלעק מיך די פינגער) און מיטאמאל האט אלעס אנגעפאנגען מאכן סענס. ס'נישט אז ער גיבט קלארע אנווייזונגען וואס מ'האט צוטוהן, קנאק דריי מאל מיט'ן לינקען פינגער און שריי קדוש קדוש קדוש נ נח נחמן מאומן, נאר אז מ'איז א מבין דבר מתוך דבר און מ'קען ליינען צווישן די שורות קען מען פארשטיין פון די אינפארמאציע וואס ער גיבט בערך אויף וועלכע דירעקציע מ'זאל גיין. הגם איך האלט נאך אינמיטן פארדייען די אינפארמאציע וואס ער גיבט, אבער ווי מער איך טראכט עס איבער, איך שטעל עס צו צו אינפארמאציע וואס איך ווייס שוין פון פריער און אייגענע עקספיריענסעס, ווי מער איך שטעל צאם די פאזל אלץ מער קומט צוריק די אלטע סעלף קאנפידענס פון מיינע חרדישע יארן. און נאך עפעס, איך זוך מער נישט קיין פריקות עול און סתם צייט פארברענגערייען, יעצט אז איך האב שוין יא אביסל א דירעקציע גיי איך אהין מיט'ן פולן אימפעט, פארוואס סתם צייט פארשווענדן?
צום שלוס, פריקות עול איז נישט די גורם פאר אפיקורסת, פארקערט, אפיקורסת איז גורם פריקות עול. לכו בידע הזה והושיעו את עצמכם.