בלאט 1 פון 2
פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm
דורך אלפא
וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב (אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:03 pm
דורך אלפא
ווען איך רעד צומאל צו מער א תמימות'דיגע/פרומער מענטש, און ס'קומט ארויף א נושא ווא איך קען אריינווארפן א נקודה'לע וואס וועט אים עפענען א טראפקעלע (לדוגמא: ווען מיין ברודער זאגט מיר אז זיין ווייב טוט X אינדערהיים לשם אטראקציע, קען איך צולייגן א גרעסערע אויפרייס וואס מ'פירט זיך ביי מיר. אדער ווען איינער זאגט מיר א קשיא אין אמונה וואס ער האט אנדעקט קען איך עס פארברייטערן אביסל מיט מראה מקומות וכדו'.), זאל איך עס טון? אדער זאל איך מורא האבן אז עס קען בעקפייערן (סיי אין סיין בליק און סיי אויב ער קען עס אויספראקן ווייטער...)?
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:06 pm
דורך אלפא
פארבארגט איר אייערע טעלעפאן פאר אנדערע - ובפרט בחורים (ווען ס'איז בכדי שיעשו..), אדער האט איר מורא ער וועט נישטערן צווישן די מעסעדזשעס/בילדער וואס איר ווילט האלטן פריוואט? (- משום מעשיות שהיה...)
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 4:29 pm
דורך תשפג
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm
וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב
(אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
אן איטערסאנטע טאפיק פאר א אשכול, שכוח פארן עפענען.
צום ענין, כ׳פארשטיי אז די מעלות פון א שותף איז מיטן האבן א פארקערטע נאטור, אזוי קען מען אויפטוען אסאך מער, אין איינער קען motivation די אנדערע, דאס איז אויך די געדאנק פון עזר ״כנגדו״
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 5:31 pm
דורך אלפא
בעסער אראפשרייבן די מחשבות אלס שאלה'לעך (#פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך), אדער ווארטן ביז זיי סארטירן זיך אויס, לאזן זיך וואקסן דעם בארד, און לייגן זיך א לענגס און א ברייטס - אלס אנאליז?
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 7:00 pm
דורך אלפא
כל הקהל מזומן לבא!
די אשכול איז נישט אויסשליסליך פאר מיינע נודזשערייען. ווער עס האט טשיקאווע אדער נוצבארע ספיקא'לעך צו מיטטיילן מיטן עולם איז הערצליך מכובד!
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:18 pm
דורך מתתיהו
אקעי.
זאל איך שרייבן דא אויפן פארום וועגן מיין פערזענליכע לעבן, אדער זאל איך מיך צוריקהאלטן אלס חשש אז מענטשן וועלן אויסגעפינען מיין אידענטיטעיט אין די פיוטשער, אדער אז דאס שרייבן אליין קען אפשר אויפדעקן מיין אידענטיטעיט?
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:47 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
מתתיהו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:18 pm
אקעי.
זאל איך שרייבן דא אויפן פארום וועגן מיין פערזענליכע לעבן, אדער זאל איך מיך צוריקהאלטן אלס חשש זיין אז מענטשן וועלן אויסגעפינען מיין אידענטיטעיט אין די פיוטשער, אדער אז דאס שרייבן אליין קען אפשר אויפדעקן מיין אידענטיטעיט?
ס׳זיכער דא א טשענס וואס מ׳קעניש פאראויס זעין אז ס׳וועט סאם האוי נתגלה ווערן. צו דו דארפסט זיך וועגן דעם צוריקהאלטן? דאס ווענטסעך שוין וואס דו באהאלסט - און ווי לאנג דו זאגסט נישט פון ווי זאליך וויסן?
עהה... נאר א ווערטל. און איך מיין נישט דיר - איך רעד בכלליות, ווייל כ׳וואלט זייער געקענט באשטיין צו לעבן אין מער א אפענע וועלט (/שטיבל) ווי מענטשן שעמען זיך נישט אזוי שטארק און ציטערן נישט אזוי פון זייער מהות/היסטערי.
אפענקייט ברענגט אחדות, קאנעקשאן וכו׳
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:52 pm
דורך קליינע צדיק
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:03 pm
ווען איך רעד צומאל צו מער א תמימות'דיגע/פרומער מענטש, און ס'קומט ארויף א נושא ווא איך קען אריינווארפן א נקודה'לע וואס וועט אים עפענען א טראפקעלע
(לדוגמא: ווען מיין ברודער זאגט מיר אז זיין ווייב טוט X אינדערהיים לשם אטראקציע, קען איך צולייגן א גרעסערע אויפרייס וואס מ'פירט זיך ביי מיר. אדער ווען איינער זאגט מיר א קשיא אין אמונה וואס ער האט אנדעקט קען איך עס פארברייטערן אביסל מיט מראה מקומות וכדו'.), זאל איך עס טון? אדער זאל איך מורא האבן אז עס קען בעקפייערן
(סיי אין סיין בליק און סיי אויב ער קען עס אויספראקן ווייטער...)?
עס קען זיין א גרויסע זכות יא צו זאגן און אפשר דערביי עפענען זיין מח א טראפ צו וועלן זיכן מער
און אויב זיכט ער נאר ווייסט נישט אז עס איז דא א וועלט איז עס זיכער א גוטע זאך
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:17 pm
דורך עמרם
די אשכול איז נאר צו פרעגן ?
אדער אויך צי ענטפערן
(נישט אז איך האב עפעס צו ענטפערן)
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:12 pm
דורך אלע צוזאמען
מתתיהו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:18 pm
אקעי.
זאל איך שרייבן דא אויפן פארום וועגן מיין פערזענליכע לעבן, אדער זאל איך מיך צוריקהאלטן אלס חשש אז מענטשן וועלן אויסגעפינען מיין אידענטיטעיט אין די פיוטשער, אדער אז דאס שרייבן אליין קען אפשר אויפדעקן מיין אידענטיטעיט?
זיכער זאלסטו שרייבן מיין יענטע חלק דארף אויך עפעס.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:13 pm
דורך אלע צוזאמען
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm
וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב
(אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
פאר א חברותא צו לערנען איז זיכער כדי צו נעמען א פארקערטן.
מיט א ווייב, עס’טו סייווי נישט אנקומען צו ווייט.
אין ביזנעס, נעם נישט קיין שותף.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:42 pm
דורך ים של שלום
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm
וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב
(אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
עס ווענד זיך צו די ווייב האט שאיפות אין לעבען אדער נישט. אויב האט זי זיי וועלעכע שאיפות דאן איז בעסער א פארקערטע נאטור ווייל מען לערענט זיך איינער פון צווייטען. אבער אויב האט מען נישט שאיפות און מען וויל נאר Just let me live דעמאלטס איז בעסער אויב מען האט די זעלבע נאטור.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:44 pm
דורך ים של שלום
מתתיהו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:18 pm
אקעי.
זאל איך שרייבן דא אויפן פארום וועגן מיין פערזענליכע לעבן, אדער זאל איך מיך צוריקהאלטן אלס חשש אז מענטשן וועלן אויסגעפינען מיין אידענטיטעיט אין די פיוטשער, אדער אז דאס שרייבן אליין קען אפשר אויפדעקן מיין אידענטיטעיט?
זיכער שרייב. נאר טויש אפאר דיטעילס וואס איז נישט נוגע למעשה אבער מאכט שווערער דיך צו איידענטעפעצירן
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:47 pm
דורך ים של שלום
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:03 pm
ווען איך רעד צומאל צו מער א תמימות'דיגע/פרומער מענטש, און ס'קומט ארויף א נושא ווא איך קען אריינווארפן א נקודה'לע וואס וועט אים עפענען א טראפקעלע
(לדוגמא: ווען מיין ברודער זאגט מיר אז זיין ווייב טוט X אינדערהיים לשם אטראקציע, קען איך צולייגן א גרעסערע אויפרייס וואס מ'פירט זיך ביי מיר. אדער ווען איינער זאגט מיר א קשיא אין אמונה וואס ער האט אנדעקט קען איך עס פארברייטערן אביסל מיט מראה מקומות וכדו'.), זאל איך עס טון? אדער זאל איך מורא האבן אז עס קען בעקפייערן
(סיי אין סיין בליק און סיי אויב ער קען עס אויספראקן ווייטער...)?
שווער צו זאגן א כלל אין דעם. עס ווענד זיך אין די מענטש און אין די נושא.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: מיטוואך יאנואר 03, 2024 11:49 pm
דורך ים של שלום
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:06 pm
פארבארגט איר אייערע טעלעפאן פאר אנדערע - ובפרט בחורים (ווען ס'איז בכדי שיעשו..), אדער האט איר מורא ער וועט נישטערן צווישן די מעסעדזשעס/בילדער וואס איר ווילט האלטן פריוואט?
(- משום מעשיות שהיה...)
איך פארבארג אבער איך נעם זיך אויס פארדעם אז זיי דארפן בלייבן שטיין נעבען מיר
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 10:03 am
דורך מתתיהו
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 3:06 pm
פארבארגט איר אייערע טעלעפאן פאר אנדערע - ובפרט בחורים (ווען ס'איז בכדי שיעשו..), אדער האט איר מורא ער וועט נישטערן צווישן די מעסעדזשעס/בילדער וואס איר ווילט האלטן פריוואט?
(- משום מעשיות שהיה...)
איך האב טאקע לעצטענס געהאט אזא מעשה מיט א בחור וואס האט געבארגט מיין אומגעפילטערטע פליפ פאון, און פרעג בעסער נישט וואס איך האב געזעהן נאכדעם אין די סירטש היסטארי..
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:19 pm
דורך קליינע צדיק
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm
וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב
(אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
די שאלה איז בעיקר נוגע ביי א חברותא אדער א שותף
ווייל ביי א ווייב, איז נישט עכט אזוי שייך צו וויסן פארדעם, אין אונזער וועג פון שידוכים
(און אסאך ביי דער יארגאנג ווייסן נאך אליינס נישט וואס זיי זענען)
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 12:41 pm
דורך ברוך שפינוזה
מתתיהו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:18 pm
אקעי.
זאל איך שרייבן דא אויפן פארום וועגן מיין פערזענליכע לעבן, אדער זאל איך מיך צוריקהאלטן אלס חשש אז מענטשן וועלן אויסגעפינען מיין אידענטיטעיט אין די פיוטשער, אדער אז דאס שרייבן אליין קען אפשר אויפדעקן מיין אידענטיטעיט?
איך האב שוין אסאך געשריבן איבער מיין פערזענליכן לעבן און איך קיינמאל נישט צוריקגעהערט אז איינער זאל האבן אנטדעקט מיין אידענטיטעט.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 1:55 pm
דורך פונדאַמענטאַל
אלפא האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 2:55 pm
וואס איז בעסער אלס שותף, איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען/נסיונות ווי מיר (צ.ב. ביידע זענען פארשלעפטע), אדער איינער וואס איז אן אנדערע נאטור און פארשטייט צומאל נישט מיינע חסרונות?
די ערשטע האט א מעלה אז מ'קען צוזאמען ארבייטן אויף דעם פראבלעם, אבער אויך צוזאמען זינקען דערין.
די צווייטע האט די מעלה אז איינער מערקט אויף און האלט פאר דעם צווייטן, אבער די חסרון אז מ'פארשטייט זיך נישט אזוי גוט...
די זעלבע איז שייך לגבי א ווייב
(אויף וויפיל מ'קלויבט זיך..), און לגבי א חברותא אין לערנען.
איינער וואס מוטשעט זיך מיט די זעלבע פראבלעמען וועט לאו דווקא דיר פארשטיין... און איך גלייב אז מען זינקט שנעלער צוזאמען ווי איידער ארבייטען צוזאמען. און צומאל וועט איינער וואס איז אן אנדערע נאטור יא האבן די ריכטיגע כלים דיר צו פארשטיין... און וויבאלט ער איז נישט דיין נאטור האט ער די מעגליכקייט צו זעהן אביעקטיוו און ארויסהעלפן.
די בעסטע איז צו טרעפן איינער וואס איז אן אנדערע נאטור אבער איז איינער וואס וועט דיר פארשטיין, נאר איך ווייס נישט וויפיל אזעלכע מענטשן עס זענען דא...
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 5:23 pm
דורך שעפטאל
מתתיהו האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 9:18 pm
אקעי.
זאל איך שרייבן דא אויפן פארום וועגן מיין פערזענליכע לעבן, אדער זאל איך מיך צוריקהאלטן אלס חשש אז מענטשן וועלן אויסגעפינען מיין אידענטיטעיט אין די פיוטשער, אדער אז דאס שרייבן אליין קען אפשר אויפדעקן מיין אידענטיטעיט?
געפיהלן קען מען גיין עד הסוף, ווייל ווי אזוי וועט מען וויסן וואס דו פיהלסט?
אבער די דעטאלן איז כדי צו טוישן.
לדוגמא: לעצטע וואך (-מיט א צוויי יאהר צוריק) האבעך געטראפן אן אלטע חבר (-מיין ברידער), וכו'.
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 04, 2024 9:54 pm
דורך berlbalaguleh
עמרם האט געשריבן: ↑מיטוואך יאנואר 03, 2024 10:17 pm
די אשכול איז נאר צו פרעגן ?
אדער אויך צי ענטפערן
(נישט אז איך האב עפעס צו ענטפערן)
עמרם: א "חקירה" ביי דעפינישן איז אז א מענטש האט, אדער האט געהאט א ספק איבער עפעס אן עניין. אפילו ער האט שוין דעם ענפער. אבער די ספיקות און חקירות קענען אמאל זיין אינטרעסאנט פאר די וועלט צו וויסן...!
למשל. איך האב א חקירה אויב די לעפל אדער די צוקער מאכט זיס די טיי אדער קאווע.
את"ל (אם תימצי לומר. פאר אזעלכע מענטשן גאונים ווי דער אסטראלאג, שליט"א) אז די צוקער. דו האסט שוין פרובירט אמאל אריינצולייגן צוקער אין די טיי אדער קאווע אן אויסמישן. ס'בלייבט ביטער. ביז דו נעמסט א לעפל און דו מישט אויס. קומט דאך אויס אז די לעפל איז דער וואס מאכט זיס די משקה.
ואת"ל אז די לעפל מאכט זיס. דאן פרוביר נעמען א לעפל און מישן. דו קענסט מישן א גאנצן טאג און ס'וועט נישט זיס ווערן.
ס'דא נאך אינטרעסאנטע חקירות. ספעציעל ביי די ליטווישע אידן. מ'זאגט נאך פון ר' שמעון שקאפ (א באוואוסטער ליטווישער ראש ישיבה). ער האט געהאט א חקירה...אויב א סוס איז א סוס מכח עצמו אדער מכח אביו..!
דאס האט פראקטישע ניצן אויך. וויל מ'באגעגנט א סאך מאל א מענטש און מ'ווינדערט זיך אויב זיין נאטור איז מכח עצמו אדער מכח אביו
Re: פראגעס, דילעמעס, און חקירה'לעך.
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:27 am
דורך אלפא
זאל איך פרעגן, צו דער עולם ליינט אשכולות לויטן אייקאן אין די אקטיווע אשכולות און לויט ווי ציענד די קעפל איז, אדער ענדערש על סדר האשכולות לפי די נושאים?! אדער איז עס ממילא אן אירעלעוואנטע פראגע - ווייל ווער נאר ס'גייט עס ליינען איז ממילא אנגעקומען אהער דורכ'ן 'אקטיווע אשכולות'?