לעצטענ'ס איז דא א שטארקע אויפוואכונג ביי אונזער ציבור פון ספיריטשעליטי, און דייקא פון דעי חלק המון עם וואס איז גענויגט צו ראצינעליזים, די מער אזוי גערופענע "אויפגעקלערטע"
פון Meditation, Breathwork, Psychedelics, Healing, Connection, Retreats וכו'
און נאכדעם איז דא וואס נעמען עס אהן אז דאס איז די עכטע "אמת" פון די וועלט און עס ווערט זייער רעליגיע (מ'איז ווייטער א יוד אבער א הייסע Guru חסיד)
און דערנאך איז דא די וואס מאכן א פול סורקעל און זאגן אז "דאס" איז די אמת'ער ארגינעלע יודישקייט און מ'איז משלב Eastern, western culture מיט טראדישען און שוין
בין איך נייגעריג צן הערן פון די חברי הקהילה זייער טעיק אן איט
ע"ע
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:11 pm
דורך סקעפטיקער
איך בין פון די פראקטישע סארט, פארשטייט זיך נאר וואס/אויב/פארוועם עס איז פראקטיש
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:16 pm
דורך שפילער
וואס מיינט ספיריטשול אויב איינער קען מיר מסביר זיין ?
האט עס מיט א גאט? וואס איך מיין צו פרעגן פאר א אטיאסט רעדט אפילו דעי אלע ספיריטשול זאכן?
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 12:25 pm
דורך סקעפטיקער
דער רעליגיעזער וועט אפטייטשן אז דאס האט מיט גאט, און דער אטעיסט וועט זאגן אז דאס איז סך הכל יומען סייקאלאדזשי און קעמיקעלס אין די מוח (@ברוך שפינוזה איך האף איך טריגער דיך נישט)
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: פרייטאג יאנואר 05, 2024 1:18 pm
דורך שמן למאור
פאר סאם ריזען רעדן נישט די אלע זאכן צו מיר. ס'מיר גוט אזוי.
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑
דער רעליגיעזער וועט אפטייטשן אז דאס האט מיט גאט, און דער אטעיסט וועט זאגן אז דאס איז סך הכל יומען סייקאלאדזשי און קעמיקעלס אין די מוח (@ברוך שפינוזה איך האף איך טריגער דיך נישט)
ספיריטואל מיינט סך הכל immaterial, דהיינו, נישט גופניות'דיג. געפילן איז ספיריטואל. יעצט דער גאט זוכער האט נאר איין פלאץ צו פלאצירן גאט, וועט ער דאס פלאצירן אין ספיריטואל. דער עטיאיסט איז אויך מודה צום הישג פון ספיריטואל, נאר דאס איז גאטלאז.
the nonphysical part of a person which is the seat of emotions and character; the soul
--------
Spiritual
relating to or affecting the human spirit or soul as opposed to material or physical things.
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 6:48 pm
דורך אלפא
איך זע טאקע אז דאס איז די אפציעלע דעפינאציע.
למעשה פילט זיך עס עפעס מער, אז עמאשאנס זענען מער די רעפלעקטיוו פון די געפילן/זיך, משא"כ ספירוטואליטי קומט שוין מער נאך די הנחה אז עפעס 'העכער/סופערנאטוראל' ליגט טאקע דארט.
מאטעריאליסטן לייקענען נישט קיין עמאשאנס אבער זענען יא סקעפטיש איבער ספיריטואליטעט...
עוואוידענס מיינט מ'נוצט ספירוטאל כדי נישט צו דארפן טוהן פראקטיש. ווען א דערפרעסטער מענטש ל"ע דארף א סייקאלדזשיסט און מ'גייט נישט ווייל ס'איז א חסרון אין בטחון וכדומה, דאס הייסט ספירוטאל אוואוידענס, ווייל ער ניצט א נושא וואס שטייט און די ביכער/ספרים/פאדקעסטס באופן כללי, אן דארפן זיך פעיסן מיט אן אינדיווידואלע אחריות, אנשטאט זיך אויף הייבן גיין פאר הילף, און עס אנהאלטן נאך אויך, דהיינו פראקטישערהייט.
אבער דארט ווי די פראקטישע שריט איז נעמען סייקאדעליקס כדי צו ברענגען ספיריטואלע אווערנעס, וואס ברענגט צו מער פראקטישע שריט כדי בעסער צו ווערען, הייסט דאס טוהן פראקטיש אין פנים אריין, און ס'איז ארבעט בפועל.
ביסט גערעכט אז ס'דא וואס וועלען דאס אביוזן פונקט ווי מ'אביוזד סיי וואס, און וועלען האלטן אין איין נעמען סייקאדעליקס אן בכלל אינטערגרעיטן די אווערנעס אין טאג טעגליכן לעבן. אבער דאס איז א מיעוטא שבמיעוטא. על פי' רוב וועקט מען זיך פיין אויף פון דעם, און מ'וואלט זיך געפרייעט פוילערהייט אויב ס'וואלט געווען אן אוואוידענס...
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: מוצ"ש יאנואר 06, 2024 7:14 pm
דורך וואלווי
אלפא האט געשריבן: ↑מוצ"ש יאנואר 06, 2024 6:48 pm
למעשה פילט זיך עס עפעס מער, אז עמאשאנס זענען מער די רעפלעקטיוו פון די געפילן/זיך, משא"כ ספירוטואליטי קומט שוין מער נאך די הנחה אז עפעס 'העכער/סופערנאטוראל' ליגט טאקע דארט.
מאטיריאליסטן לייקענען נישט קיין עמאשאנס אבער זענען יא סקעפטיש איבער ספיריטואליטעט...
יאפ, ס'איז אונזער שפראך געוואוינהייט, אבער ס'איז נאר אווערלעפינג. למשל, מאטיריאליסטן קענען זיין סקעפטיש וועגען ספיריטואליטי אבער אטעאיסטן קענען מודה זיין אין ספיריטואליטי אבער לייקענען אינגאנצן אין גאט.
אוודאי האט עס א מקום, ער מוז אבער מסכים זיין זיך צו אונטערגעבן צו א פלאץ וואס איז העכער פון שכל. די איידענטעטי פון וואס דו רעדסט מוז ער אוועקקוקן, און אפשר אוועק ווארפן.
דערהויבענע איד האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 4:21 pm
כדי צו אנטייל נעמען אין די אלע איבערלעבענישן, דארף מען אוועקווארפן די איגאוי, לאגיק, און ראצינאלעטעט.
לאו דוקא. ס׳קענעס גאר ענהענסן...
לפי ידעתי קען עס נאר שטערן אויב דער וואס מאכט א גאנצן טאג סענס פון זאכן צו זיין פארנומען דעמאלט'ס מיט לאגיק. אבער דו האסט שוין מן הסתם מער געטו דערין, איז רעד איך נישט אריין.
נשלח: זונטאג יאנואר 07, 2024 8:58 pm
דורך בְּתוֹךְ עַמִּי
בעצם האלט איך פונקט ווי דיר. כ'אב עס נאר געשריבן כדי צו בארואיגן די לאגישע אז זיי וועלן אויך קענען מאכן 'סענס' פון יענעם דיימענשאן. ויש אמת גם בזה לכאורה ולפענ"ד, ווייל אפילו אין דעם דיימענשאן איז אויך אייביג דא ווען מ'ריטשט א פוינט וואס אין ידו מגעת שם...
Re:
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 1:31 am
דורך דערהויבענע איד
בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן: ↑זונטאג יאנואר 07, 2024 8:58 pm
בעצם האלט איך פונקט ווי דיר. כ'אב עס נאר געשריבן כדי צו בארואיגן די לאגישע אז זיי וועלן אויך קענען מאכן 'סענס' פון יענעם דיימענשאן. ויש אמת גם בזה לכאורה ולפענ"ד, ווייל אפילו אין דעם דיימענשאן איז אויך אייביג דא ווען מ'ריטשט א פוינט וואס אין ידו מגעת שם...
אויף די צווייטע פאוינט ביסטו גערעכט, אבער די ערשטע ביסטו א סתם א מישענערי
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: מאנטאג יאנואר 08, 2024 2:02 am
דורך cictim
הנה ימים באים נאם ה' והשלחתי רעב בארץ לא רעב ללחם ולא צמא למים כי אם לשמע את דברי ה'
Re: ספיריטשעליטי אויפוואכונג ביי אונז
נשלח: דינסטאג יאנואר 09, 2024 6:35 am
דורך רעוואלוציע
איך בין א נייער דא.. איך שפרונג נאך ארום צווישן אשכולות טרייענדיג צו ליינען און אויספיגערן ווי עס איז מיר אינטערסאנט....
די קעפל פון די אשכול האט מיר זייער געכאפט, ווייל איך פיל אז עס פעלט אסאך קלארקייט אין דעם ענין...
אבער למעשה פיל איך ווי מ'איז זייער שנעל אַוועקגעפאָרן פונעם נקודה אויף וואס די עפענער האט דאס געפענט...
צו זיין אמת'דיג, איך האב נישט פארשטאנען אלעס וואס איז געשריבן געווארן דא אינעם אשכול,
און איך גלייב אז עס דא נאך ווי מיר, וואס טוען נישט שטארק אין psychology און האבן נישט פארשטאנען אלס וואס איז געשריבן געווארן דא...
אויב איך מעג, וועל איך פרובירן צוריקצודרייען די אשכול צום ארגינעלן נושא, און אויב איינער וועט קענען זאל ער ביטע אריינקומען, און מסביר פאר די יודן וואס פארשטייען נישט, און ליגן נישט אין די נושאים...
איך האב געטרייט צי מאכן מיין ריסוירטש אין breathwork, psychedelics, hiawaska, meditation, healing
און נישט געקענט באמת ארויסהאבן קלאר, צי פאר א נארמאלע מענטש אן קיין עכטע מענטעל פראבלעמען,
זשאסט וויל פילן עפעס מער..
קאנעקטען מיט עפעס טיפער..
טרעפן א מינינג אין פשוטע זאכן..
צי די זאכן מאכן ערגער?? בעסער?? טוט גארנישט??
צי עס איז בכלל אויסגעהאלטן?? ס'איז א ריסק אויף מיין בעליפס??