בלאט 1 פון 2

מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 4:57 pm
דורך berlbalaguleh
רבותיי דערשרעקטס ענק נישט. איך מיין נישט די שטאט סיגוט אינדערהיים אין די מארמאראש. איך ווייס נישט וואו דאס איז. איך קען עס אפילו נישט אויפזוכן אויף א מאפע.

איך רעד פון סיגעט'ער בית המדרש אויף היוז סטריעט אין וויליאמסבורג.

ווען איך בין געווען א יונגער בחור גלייך נאך מיין בר מצוה האב איך געלערנט אין קאשוי. די ישיבה איז געווען (בימים ההם) אויף ראסס סטריעט. די דארמיטארי איז געווען אויף הופער סטריעט. שבתים בין איך איינגעשטאנען ביי מיין פעטער. ער האט געדאוונט אין סיגעטער ביהמ"ד.

שחרית לשבת האט מען געדאוונט אום 9:30 אזייגער.דער (דאמאלס) סיגעטער רב האט נישט דארט געדאוונט די מערסטע שבתים וואס איך געדענק. ער איז מסתמא געווען אויף די מקומות הקדושים אין די שטאט מיאמי, פלארידע.

ארום 3:30 אזייגער שבת נאכמיטאג איז (שוין) געווען א געפאקט ביהמ"ד. אידן זענען געזיצן און געלערנט תורה. איינער האט געלערנט גמרא מיט א חברותא. א צווייטער איד האט געלערנט מיט א חבר חומש רש"י מיט מפרשים.אן אנדערער איד האט געזאגט תהילים.

אין חדר שני (ס'איז געווען מער ווי א פאליש) האט א איד א גרויסער תלמיד חכם ר' דויד לעבאוויטש ע"ה פארגעלערנט א שיעור גמרא-תוס'. מ'איז נישט געווען ביזי מיט די אלע שטותים פון יא דף היומי אדער נישט דף היומי. אידן האבן געלערנט תורה. ס'איז געווען א געשמאק.

אום 6 אזייגער האט זיך געשטעלט א מנין צו דאווענען מנחה. א טייל אידן (די מער אשכנז'ישע) זענען אהיים געגאנגען צו שלוש סעודות.

ס'זענען געווען די מערסטע חסיד'ישע אידן מיט שטריימל און בעקישע. נאר אויך אן עולם פון אשכנז'ישע אידן. די מערסטע אן א בארד. א טייל מיט א קליין, געשטיצט בערדל.

בערך א שעה פאר'ן זמן מוצש"ק האט מען געדאוונט מנחה און זיך געוואשן צו שלוש סעודות. מ'האט געבענטשט ביים זמן פון ר"ת. ס'זענען געווען מערערע מניינים. מענטשן וואס האבן געהאט יארצייט אין די קומענדיגע וואך האבן געדאוונט פאר'ן עמוד. ספעציעל צווישן פסח און שבועות. ווען די נאציס ימ"ש האבן אוועקגעפיהרט די אונגארישע אידן קיין אוישוויץ.

דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.

ווער ס'האט נאך זיכרונות פון יענע יארן (די תש"כ יארן) ווערט געבעטן ארויפצולייגן.

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:03 pm
דורך אשרי העם
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 4:57 pm

אין חדר שני (ס'איז געווען מער ווי א פאליש) האט א איד א גרויסער תלמיד חכם ר' דויד לעבאוויטש ע"ה פארגעלערנט א שיעור גמרא-תוס'. מ'איז נישט געווען ביזי מיט די אלע שטותים פון יא דף היומי אדער נישט דף היומי. אידן האבן געלערנט תורה. ס'איז געווען א געשמאק.
קרוב מיט וואודריזשע רב שליט״א?

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:12 pm
דורך סוף טוב הכל טוב
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 4:57 pm דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.
גרעסער פון קלז"ב? פון וויען (בימים ההם)? פון וויזניץ?

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:13 pm
דורך berlbalaguleh
אשרי העם: יא. א פעטער.

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:16 pm
דורך לאכעדיג
די ביהמ"ד אויף הויז סטריט האט מען גערופן סיגעט מיט ע' ?

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:19 pm
דורך לאכעדיג
אגב ווען סאטמאר רב איז געקומען קיין אמעריקע האט נאך סאטמאר נישט געהאט קיין אייגן ביהמ"ד אבער ווען די סיגוט רב (ברך משה) איז געקומען קיין אמעריקע האט שוין סיגוט יא געהאט א אייגענע ביהמ"ד, און טאקע די ביהמ"ד אויף היוז סטריט.

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:19 pm
דורך berlbalaguleh
סוף טוב הכל טוב האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:12 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 4:57 pm דאס סיגעטער ביהמ"ד איז געווען די צווייט גרעסטע בית המדרש. נאך סאטמאר. אפשר פאפא.
גרעסער פון קלז"ב? פון וויען (בימים ההם)? פון וויזניץ?
ס'איז א גוטע שאלה: נאר כ'מיין אז יא. ווייל ס'איז געווען זייער שטארק געפאקט "בליעה"ר. די אנדערע 2 בתי מדרשים (אויסער קלויזנבורג) זענען געוען אויף א סאך א גרעסערן שטח. קלויזבורג ביהמ"ד איז אויך געווען א ביסל ענג. סיגוט איז געווען א "מניינים פעקטארי" אפילו אינדערוואכן.

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:26 pm
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 5:16 pm די ביהמ"ד אויף הויז סטריט האט מען גערופן סיגעט מיט ע' ?
א טייל מענטשן אזוי און אנדערע אזוי. איך אליין שרייב עס אמאל מיט א ווא"ו אזוי ווי מ'האט עס געשריבן אינדערהעים. און אמאל מיט אן עיי"ן.

אינדערהעים אין די מארמאראש האט מען עס אויך גערופן "סיהאט" ווייל אויף די מארמארישע שפראך (א דיאלעקט פון רומעניש און טשעכיש) איז א גימ"ל מיט א ווא"ו זיך מתחלף.

איז דא א ווערטל. מ'זאגט עס נאך פון עצי חיים...ער האט אמאל געזאגט בזה הלשון...טייל מענטשן רופן די שטאט "סיגוט" און א טייל רופן עס "סיהאט". און איך זאג אז נישט ס'גיט (געבט) און נישט ס'האט...!

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 6:56 pm
דורך איך אויך
די ווערטל איז נאך פונים ייטב לב.

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:33 pm
דורך לאכעדיג
איך אויך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 6:56 pm די ווערטל איז נאך פונים ייטב לב.
אינטערעסאנט ווייל די ייטב לב איז דירעקט געווען א פאזיטיווער מענטשן פארקערט פון זיינע פארגייערס און נאכגייערס...

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:42 pm
דורך עמרם
די ברך משה האט נאך דעמאלטס געוואוינט אין ווסב''ג ?
(און מיאמי איז ער לכ' נאכנישט געווען)

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:51 pm
דורך berlbalaguleh
איך אויך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 6:56 pm די ווערטל איז נאך פונים ייטב לב.
איך האב עס געהערט פון מיין טאטע. ער האט עס נאכגעזאגט בשם דער ייט"ל'ס אייניקל. דער עצי חיים מ'סיגוט.

סיי וויאזוי. דאס וועט נאכנישט העלפן באצאלן דעם מארגידזש אדער די רענט אדער די פעימענטס אויפ'ן קאר.

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:53 pm
דורך berlbalaguleh
עמרם האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:42 pm די ברך משה האט נאך דעמאלטס געוואוינט אין ווסב''ג ?
(און מיאמי איז ער לכ' נאכנישט געווען)
עמרם: מעגלך ער האט שוין דאמאלס געוואוינט אין בארא פארק. און געהאט דארט זיין ביהמ"ד.

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:59 pm
דורך בן ישי
יישר כח ר' בערלניו פארן נעמען די צייט און שרייבן אלטע זכרונות!
שרייב נאך!

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:03 pm
דורך berlbalaguleh
לאכעדיג האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:33 pm
איך אויך האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 6:56 pm די ווערטל איז נאך פונים ייטב לב.
אינטערעסאנט ווייל די ייטב לב איז דירעקט געווען א פאזיטיווער מענטשן פארקערט פון זיינע פארגייערס און נאכגייערס...
לאכעדיג: דאס האט נישט צו טון אויב א מענטש איז פאזיטיוו אדער ער זעהט אלעס מיט שווארצע בריללן. דאס האט מער צו טון אויב ער האט א סענס אוו היומאר.

א ראיה צו דעים (ביידע) סיי זיין פאזיטיווקייט. און סיי זיין סענס אוו היומאר. איז די פאלגענדע מעשה'לע.

ער (דער ייט"ל) האט זיך אמאל צוקלאפט זיין פינגער. האט ער זיך אנגערופן..."אזוי שנעל". ווען דער עולם האט איהם געפרעגט פשט פון דעים. האט ער געזאגט... די גמ' זאגט דאך "אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אל אם כן מכריזין עליו מלמעלה". א מינוט צוריק האב איך געהערט דעם כרוז פון הימל. און איך האב מיך גלייך נאכדעים צוקלאפט...!

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:05 pm
דורך מילך טראק
קאשוי און סיגוט איז נישט געווען א סתירה?

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:06 pm
דורך berlbalaguleh
בן ישי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 7:59 pm יישר כח ר' בערלניו פארן נעמען די צייט און שרייבן אלטע זכרונות!
שרייב נאך!
בן ישי: ייש"כ פאר דיר און די אנדערע מגיבים. ווילאנג דער עולם הערט אויס און מ' איז אינטרעסירט. איך האב נישט ליעב צו רעדן צו די ווענט.

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:12 pm
דורך berlbalaguleh
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:05 pm קאשוי און סיגוט איז נישט געווען א סתירה?
מילך טראק: א ראיה אז נישט. וועגן 2 טעמים. איינס. ווייל דער מילך טראק פון גאלדען פלוי האט דעליווערט אויף ביידע פלעצער. מסתמא האסטו דאמאלס געדרייווט א גאלדען פלוי טראק. ווייל דזשעי & דזשעי האט נאך דאמאלס געהייסן "קהל".

ועוד: ר' זיינוויל גערטנער ע"ה, דער ערשטער בעל הבית פון גאלדען פלוי האט אויך געדאוונט אין סיגוט. איך געדענק ווען ער האט מיר געגעבן א סאך ציפעס אינמיטן דאווענען. ווען איך בין געזיצן נעבן איהם.

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:11 pm
דורך טינט פען
רבי בערל זייער אינטערסאנט

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:26 pm
דורך בן ישי
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:12 pm
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:05 pm קאשוי און סיגוט איז נישט געווען א סתירה?
מילך טראק: א ראיה אז נישט. וועגן 2 טעמים. איינס. ווייל דער מילך טראק פון גאלדען פלוי האט דעליווערט אויף ביידע פלעצער. מסתמא האסטו דאמאלס געדרייווט א גאלדען פלוי טראק. ווייל דזשעי & דזשעי האט נאך דאמאלס געהייסן "קהל".

ועוד: ר' זיינוויל גערטנער ע"ה, דער ערשטער בעל הבית פון גאלדען פלוי האט אויך געדאוונט אין סיגוט. איך געדענק ווען ער האט מיר געגעבן א סאך ציפעס אינמיטן דאווענען. ווען איך בין געזיצן נעבן איהם.
איז דאס דער גערטנער וואס האט געהאט יאסעלע שוכמאכער?

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 12:56 am
דורך [NAMELESS]
בן ישי האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 11:26 pm
berlbalaguleh האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:12 pm
מילך טראק האט געשריבן: דאנערשטאג מערץ 28, 2024 8:05 pm קאשוי און סיגוט איז נישט געווען א סתירה?
מילך טראק: א ראיה אז נישט. וועגן 2 טעמים. איינס. ווייל דער מילך טראק פון גאלדען פלוי האט דעליווערט אויף ביידע פלעצער. מסתמא האסטו דאמאלס געדרייווט א גאלדען פלוי טראק. ווייל דזשעי & דזשעי האט נאך דאמאלס געהייסן "קהל".

ועוד: ר' זיינוויל גערטנער ע"ה, דער ערשטער בעל הבית פון גאלדען פלוי האט אויך געדאוונט אין סיגוט. איך געדענק ווען ער האט מיר געגעבן א סאך ציפעס אינמיטן דאווענען. ווען איך בין געזיצן נעבן איהם.
איז דאס דער גערטנער וואס האט געהאט יאסעלע שוכמאכער?
יא אוודאי געווען פון די מלאכים

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:58 am
דורך berlbalaguleh
יא: זיכער. ער האט אויך אין יענע צייט געהאט א פארם אין אפסטעיט ניו יארק. דארט האט ער באהאלטן יאסעלע שוכמאכער. מ'פלעגט איהם ברענגען זומער צו די קאשוי'ער ישיבה קעמפ. (מיט א יאר פריער ווי איך בין דארט געווען. א יעדער אין קעמפ האט איהם געקענט אלס "יאנקל פרענקל".

Re: מיינע זיכרונות פון סיגעט!

נשלח: פרייטאג מערץ 29, 2024 11:11 am
דורך בן ישי
berlbalaguleh האט געשריבן: פרייטאג מערץ 29, 2024 2:58 am יא: זיכער. ער האט אויך אין יענע צייט געהאט א פארם אין אפסטעיט ניו יארק. דארט האט ער באהאלטן יאסעלע שוכמאכער. מ'פלעגט איהם ברענגען זומער צו די קאשוי'ער ישיבה קעמפ. (מיט א יאר פריער ווי איך בין דארט געווען. א יעדער אין קעמפ האט איהם געקענט אלס "יאנקל פרענקל".
אפשר קענסטו עפענען א אשכול מיט פרעזענליכע היסטערי פון פרשת יאסעלע? איך האב שוין אסאך געליינט און געהערט דערוועגן אבער אינטערסאנט צו הערן פון די וויליאמסבורגע קיק ווינקל און מעגליך אינטערסאנטע קרישקעלעך.

אגב געדענק איך אז מ'האט עם געטראפן ביי הרב גערטנער אינדערהיים אין וויליאמסבורג נישט קיין פארם.