אייזן, אייזן, אייזן! ארויסגעברענגט מיט הומאר (מיט אפשר א משהו הגזמה) דאס לעבנסשטייגער, וועלט-אויסקוק, און געדאנקענגאנג פון רעכט היימישע חסידי׳שע אידן. לדוגמא, אפילו די הומאריסטישע
יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:"ר’ נפתּלי שרגא!” הייבט שמואל דוד די שטימע צום אויבנאָן — “כ’מיין חלילה נישט איבערצוהאַקן,” האַקט ער אים איבער פון א סוֹד־שׂיח מיט אהרן שלמה’ן
און
יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:”און איבריג צו באַטאָנען,” באַטאָנט שמואל דוד דאָס איבריגע
ברענגט ארויס די אפטמאל
סתירה’דיגן צוגאנג וואס אט זייער וועלט-אויסקוק האט. ווי ארויסגעברענגט א דוגמא אינעם ארטיקל, מיט׳ן ״שגץ״ הלל מאיר פרידמאַן האט ״דער אייבערשטער געהאלטן די רעכטע האנט״ אז מ׳זאל אים נישט חלילה נעמען פאר אַן איידעם, מחמת זיין גרויס ״אויפגעקלערטקייט״ פון קענען ״צי גוט״ לשה״ק און זיך טאקע דינגען שפעטער אויף אַן איראציאנאלער פרט בתוך אַן איראציאנאלע סיפור חסידי. איי, נאכדעם איז יענער אריינגעפאלן מיט אַן איידעם זילבערמאן וואס טויג אויך נישט? אַה, דארט פלוצלינג פארשטייט מען נישט דעם באשעפער׳ס חשבונות ביי שידוכים. וכהנה וכהנה.
און אינעם רוח פונעם ארטיקל, האב איך אויך אפאר קליינע ״הערות״:
יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:שמואל דוד איז פּונקט אַזוי באַהאַוונט אין די געטליכע פּאָטענצן און מעדיצינישע אייגנשאַפטן וועלכע ליגן פאַרקערפּערט אין אַלע אַנדערע מאכלי שבת; ער איז באַהאַוונט אין די חיובים וועלכע ליגן אויף יעדער אידישער נשמה צו שלינגען פון וועלכן מאכל ווען, וויפיל, און וויאַזוי. פיש איז דאָך אָפּגערעדט — דער פיש־דעפּאַרטמענט איז די סאַמע גרעסטע גאַסטראָנאָמישע אָפּטיילונג אינעם חסידישן פאָלקלאָר. דאָס נישט עסן קוגל אום שבת איז טאַקע יהרג ואל יעבוֹר, אָבער די פּראָמינענץ פון פיש פאַרמאָגט נישט קיין גלייכן. ס’שווימען אינערהאַלב די לעבעדיגע וואַסערן פון דער חסידישער ליטעראַטור לפּחוֹת פינף מאמרים מיט פלוספעדערן און שופּן קעגן יעדן איינעם קוגל־מאמר. קוגל איז טאַקע חשוב און טייער, אָבער פיש איז פאָרט גאַראַנטירט דעם טראָן — געוויס כּל־זמן צדיקים ווערן נישט מגלגול אין קוגל.
די ניצוצוֹת פון קאָצקער הערינג, אַפּטער יאַפּטשיק, און זידיטשובער יאַכנון איז שמואל דוד מעלה אויסשליסליך ביי סְעוּדָתָא דר’ חִידְקָא וואָס ער פּראַוועט בעפאָר דער בייטאָגיגער סעודה, נאָך מיטן טלית אויף די פּלייצעס. ער איז א איד א מחמיר, און סתם א ונפסקה הלכה כרבנן לאָזט ער פאַר בדיעבד־אידן. ר’ חידקא’ס עַל כֵּן בֵּרַךְ שווענקט ער געווענליך אַראָפּ מיט א שֶׁהַכֹּל.
אוודאי איז שמואל דוד מער מקפיד אויף פיש ווי אויף קוגל. ער איז דאך מחמיר אויף פיר סעודות בשבת כר׳ חידקא בשבת קיז:, און די גמרא זאגט דאך (סוכה ח.) כמה מרובע יותר על העיגול רביע. והיינו, דעם ״עיגול״, ״קוגל״, קומט נישט צו צו ״רביע״. משא״כ ביי דגים שטייט (איוב יב ח-ט) ויספרו לך ״דגי״ הים מי לא ידע בכל אלה כי ״יד״ ה׳ עשתה זאת. און אין תנחומא שטייט (תזריע אות ה) אז ״יד״ איז כנגד אות ד׳ ע״ש…
ובזה טאקע ווערט שווער:
יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:”סקינע סידעסע, דימהיימעניסע, שליימעסע כעדוועסע רבוֹתי־מאַכטס־פּלאַץ־פאַרן־קוגל־דאָרט־אויפן־טיש דעמאַלקע קאַדישע…"
"אַהוי, סִימָן טוֹב וּמַזָּל טוֹב, וּמַזָּל טוֹב וְסִימָן טוֹב, סִימָן טוֹב וּמַזָּל טוֹב — אַהההה, חמין במוֹצאי שבת!” וויקלט שמואל דוד אַרויס ס’בעקעלע קוגל פון דער מהודר’דיגער הטמנה; דריי האַנטוכער, ווי חז”ל דרינגען פון פּסוק’ס טריפּלטן לשוֹן: צָנוֹף יִצְנָפְךָ צְנֵפָה כַּדּוּר…
סעודת מלוה מלכה איז דאך לכל הדיעות כאטש דעם פערטן סעודה, טא וויאזוי זענען סיי דעם כדור און סיי איר וויקלען נאר ״דריי״?…
יוֹנָה מָצְאָה האט געשריבן:"און די מעשׂה, דאַכט זיך, גייט נאָך ווייטער: דער הייליגער זאַבאָרדאַנער האָט מוֹצאי שׂמחת־תּוֹרה ביים עפּל־טיש מגלה געווען ווער די פאַרשטעלטע הינט זענען אין אמת’ן געווען, יאָ ר’ נתן נטע?"
"אַקוראַט,” רייניגט זיך נתן נטע די ברילן־שייבלעך מיטן רעכטן כּנף פונעם גרויען טלית־קטן. “נישט ממש ביים עפּל־טיש, נאָר נאָכן עפּל־טיש, אָבער יאָ: דער שפּאָלער זיידע, ר’ משה לייב סאַסובער, און ר’ שלמה הלוי אלקבץ — א פּלא אַז נישט אליהו הנביא,” איז נתן נטע עטוואָס אַנטוישט אין דער אומקאָנווענציאָנעלער קאַנדידאַטור פונעם בעל לְכָה־דוֹדִי, “‘מפתח של גשמים מסר לאליהו,’ דער שליסל פון פּרנסה ליגט דאָך אַמאָל אין זיינע הענט. "
"טאַקע א פּלא … ” איז אויך יחזקאל זושא נייגעריג וויאַזוי א צפת’ער פּאָעט און מקובל פון זעכצנטן יאָרהונדערט ווערט איינגעשפּאַנט צו א חסידישער מיסיע געגאָסן פאַרן שפּאָלער און ר’ משה לייב’ן — “וואָס פאַרשטייען דען אונזערע קליינע קעטשאָפּ־מוֹחוֹת."
זייער פשוט. ווען אליהו איז בא לעיר זענען כלבים שוחקים אחוץ אויב ס׳איז דא א נקיבה ביניהם (ב״ק ס:). טא, וויאזוי קען ער אליינס ווערן א הונט? ער וועט דאך מוזן ווערן א כלב נקיבה… היל״ת.