בלאט 1 פון 2

א ישיבה/מסגרת פאר עלטערע בחורים (גבוה)‎

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:39 pm
דורך שעפטל
ליידער איז אנגענומען אין (כמעט) די גאנצע וועלט אז א עלטערע בחור פון בערך 20 און ארויף פארלירט זיין סטאטוס אלס תלמיד הישיבה און ס'ליגט אויף אים א יאך פון -חוץ וואס גענוג אז ער גייט אדורך שווערע צייטן פון שידוכים, זיינע עלטערן זענען דיפרעסט, זיינע חברים מאכן שוין אייגענע שמחות, ער דרייט זיך נאך ארום מיט א הוט ווען צוציקלעך וואס האבן אנגעהויבן לייגן תפילין ווען ער האט שוין געלערנט אין די מתיבתא דרייען זיך שוין ארום מיט שטריימלעך- דארף ער זיך נאך ספראווענען מיט די דאגה פון א ישיבה אויך.

לאמיר אביסעלע צולייגן אויף קליין געלט די צדדים:
איין זייט (וואס איך געב גערעכט) איז, ער האט זיך גע'עלטערט, לאזט ער נאך אביסעלע פון זיין לערנען, פירט ער זיך אביסעלע אנדערש ווי בעפאר, נו שוין, פארן נישט מקיים זיין דעם שמונה עשרה לחופה קומט אים נאכנישט קיין מיתה, מ'דארף אים נאכנישט ווייזן מיטן פינגער אויף לינקס.. און מ'דארף אים אויך אביסל פארשטיין. אדרבה שטעל אים צו אביסל מער אז ער זאל האבן מער חשק צו לערנען און דאווענען. ווילאנג ער איז נישט קיין מזיק.
קענסטו אים נישט הענדלן ווען ער איז נישט ס'בעסטע קענסטו קיין ראש ישיבה נישט זיין!

די אנדערע זייט פון די מטבע, א עלטערע בחור איז א פראבלעם. ער פירט זיך מער בהפקירות, און ער קען נאך אריינברענגן א קאלטקייט אין די יונגערע. נאכמער טענה'ן זיי, אז א גוטע בחור (וואס לאמיר זאגן האט זיך געעלטערט צוליב ער האט א ברודער העכער זיך, צו קומט פון א שווערערע שטוב) האט נישט קיין פראבלעם צו לערנען מיט גאר יונגערס ווי אים, נו, פאר אים איז די ישיבה ווייטער אפן, אויב וויל ער זיך נישט הונדערט און איין פראצענט זיך צושטעלן איז זיין פלאץ נישט דא!
(איי וואס איז יעצט די תירוץ פון די ישיבות וואס מיטשענען זיך ארום און דעס איז שוין אן די עלטערע? אה נאך אלץ די עלסטע כיתה... בקיצור לויט זיי וועט נאך איין טאג זיין א ישיבה פאר נאר איין עידזש...)

די גאס אין פאקט איז שטארק צומישט. א משפחה וואס דער פון אויבן האט זיי געהאלפן אז זיי טוהן שידוכים מיט די קינדער פרי, נישט קיין חילוק אין די קוואליטעיט, פארשטייט פשוט נישט פארוואס ס'דארף זיין א מסגרת פאר עלטערע בחורים. "זאלן זיי גיין ארבייטן" שרייען געוויסע "די ישיבה איז נישט קיין בעביסיטינג פלאץ". איינמאל די משפחה כאפט א פליק און איין קינד איז עפעס משום סיבות שונות אנגעקומען צו די צוואנציג טוישן זיי זיך ע"פ רוב די מיינונג.

ווידער אין די הנהלת הישיבות, על פי רוב זיצן דארט מענטשן מיט אפאר טאלער, וואס העלפט זיי אביסעלע ביי שידוכים ווען זיי זאגן צו גרויס נדן, דעריבער פארשטייען זיי אויך נישט אזוי שטארק די נחיצות הענין.

א אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט ביי די אכצן און א האלב זעהט שוין ווייטער נישט אזוי ווייט די וויכטיגקייט דערפון, נאכדערצו אין פאקט א בחור וואס לערנט אין ישיבה זעהט אסאך מער די פעילערס פון א צווייטע בחור, און ס'דרייווט אים נאך אסאך מאל צו טראכטן אז ווען יענער טוהט ווען נישט דעס און דעס וואלט ער אפשר שוין נישט דארט געשימעלט (איי יענער האט עס נישט געטוהן אליינס, און די שותפים זענען יא פרי גליקלעך געווארן?)

אבער די וואס נעבעך עס אדורכגעגאנגן וועלן גיין אים פייער און זיך לאזן קאסטן אלעס אז אזא מסגרת זאל אנהאלטן, וואס דאס ווייסט אויך אביסל ס'וויכיטיגקייט דערפון

אדרבה, זאל דער עולם ארויסלייגן זייערע עקפיריענס פון זייערע ישיבות, און זייערע בחור'ישע יארן, און ווער ס'קען זאל בעסער ארויסברענגן געוויסע פאקטן אינערהאלב די צוויי זייטן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:55 pm
דורך פריינדליך
עס הייסט דאך אז סאטמער {מהר"א} האט דאך אזא ישיבה ספציעל פאר עלטערע בחורים, עס דארף צו הייסען אז די בחוריםם געפינענן זיך זייער גוט דאס פלאטץ דארט,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:04 pm
דורך שעפטל
זיי האבן טאקע, און דארט איז מיר א שטיקעלע פראוו אז די יוצאים וועלן גיין אין פייער פארדעם. די שאלה איז נאר פארוואס נישט יעדער האט דאס, אדער פארוואס האט מען גאר געדארפט עפענען א עקסטערע ישיבה פאר זיי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:07 pm
דורך פריינדליך
שעפטל האט געשריבן:די שאלה איז נאר פארוואס האט מען גאר געדארפט עפענען א עקסטערע ישיבה פאר זיי.


איך פארשטיי דיר נישט, האסט מסביר געווען און א ריזיגע לאנגע תגובה פארוואס זיי זענענן אנדערש פון א 17 18 יעריגען בחור, יעצטע פרעגסטע פארוואס מען דארף א עקסטערע ישיבה פאר זיי?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:14 pm
דורך שעפטל
יא איך האב מסביר געווען זייער זייט, פערצופאל דיסעגרי איך!
חוץ מזה, ווייסט נאך פון אזא ישיבה? צו די איבריגע ווארפן סתם?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:56 pm
דורך לעיקוואד
אויך בעלזא אין ירושלים האט אויך אן עקסטערע ישיבה פאר די עידזש, זעהט אויס אז ס'פעהלט אויס ס'זאל זיין אזוי.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:25 am
דורך אייגענארטיג
לפי ידיעתי גייט סאטמער ישיבה פאר די עלטערע בחורים זיין אפען אויף ראש השנה. די בחורים האבן עס געבעטען אין די הנהלה האט עס נאכגעגעבן.

איך מיין אז דאס איז א ראי' צו שעפטל אז די ישיבה איז קריטיש וויכטיג.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:39 am
דורך שעפטל
פערצופאל מיין איך אז די גאנצע בין הזמנים איז נאר פאר קליינע בחור'לעך... רוב בחורים העכער די זיבעצן האבן פיינט זיך צו דרייען אין שוהל א גאנצן טאג

צוריק צום ענין

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 7:31 pm
דורך town1
די מתיבתא גבוה און ק"י איז זייער א גוטע זאך און עס מעג אויך זיין ביי אנדערע ישיבות

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:52 pm
דורך געפילטע פיש
ס'דא אין ירושלים א קליינע ישיבה'לה, איך ווייס נישט אויב איר האט שוין געהערט דערפון, ס'רופט זיך ישיבת מיר, דארט טרעפט זיך יעדע עלטערע בחור דאס פלאץ.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:58 pm
דורך שמעקעדיג
זה הקטן גדול הוא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:05 pm
דורך נפתלי
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא אין ירושלים א קליינע ישיבה'לה, איך ווייס נישט אויב איר האט שוין געהערט דערפון, ס'רופט זיך ישיבת מיר, דארט טרעפט זיך יעדע עלטערע בחור דאס פלאץ.

אן קיין מסגרת שטייצעך....

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:05 pm
דורך געפילטע פיש
פאר א מסגרת האבן מיר שוין זר זהב, כדכתיב, ועשית לו מסגרת טפח סביב ועשית זר זהב למסגרתו.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:08 pm
דורך א גוט מארגן
נפתלי האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ס'דא אין ירושלים א קליינע ישיבה'לה, איך ווייס נישט אויב איר האט שוין געהערט דערפון, ס'רופט זיך ישיבת מיר, דארט טרעפט זיך יעדע עלטערע בחור דאס פלאץ.

אן קיין מסגרת שטייצעך....
שמעקעדיג האט געשריבן:זה הקטן גדול הוא

מיר איז שוין נישט די זעלבע זיי טוישן זייערע תקנות אויף חשון

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:59 pm
דורך town1
אין די מתיבתא גבוה אין ק"י שטעלט מען צו פאר די בחורים אז זאלן נישט טראכטן אז זייערע חברים האבן שוין חתונה געהאט און זיי נאכנישט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:59 pm
דורך א גוט מארגן
דעמאלס פארוואס נעמען זיי נישט אן קיין פרעמדע בחורים

נשלח: זונטאג מערץ 03, 2013 2:01 am
דורך יואב
איך ווייס אז גבוה אין קרית יואל נעמט מער נישט אן קיין פרעמדע בחורים. זיי מאכן דעם גיהנם אפילו פאר גוטע בחורים.עס איז אבער קלאר א סאלידער אינסטיטוציע פאר די יעניגע אשר ישנו פה, ישיבת מיר ווידעראום הייסט עס אז מען שרייבט זיך אונעם בן גריון לופטפעלד, מען קען דארטן שטייגן אסאך. יעדער פשוט אין דער פעלד וואס ער גלייכט, רוב עלטערע בחורים (ספעציעל די וואס די עלטערן זייערע ווילן נישט זיי זאלן לערנען אין ארץ ישראל) סיידן זיי זענען נישט קיין שגץ-שוואכע-מתמיד- אדער פון א גאר שווערן הינטערגרונט. זענען הפקר פאר די הונט (ארבעטען?????? חס מלהזכיר) אזוי דרייען זיי זיך ארום מיט שימעל וואקסענדיגע קעפ אין זענען אינטער כסדרדיגע לחץ זיך "צוצושטעלען" פאר שידוכים אדער פון די טאטע צו אנדערע מרעין בישין וועלעכע דעריאגן זיי דעם לעבן און דערשטיקען יעדעס ביסל זעלבסשטענדיגקייט אונטערן כמעט הלכה למשה מסיני'דיגן קאוד פון האבן "א גוטע נאמען"

נשלח: דינסטאג מערץ 05, 2013 6:38 pm
דורך town1
מתבתא גבוה אין קרית יואל איז א סאטמארער ישיבה אונטער די נשיאות פון כבוד קדושות מרן מסאטמאר שליט"א, און א יעדע בחור וואס האט געלערנט און די סאטמארע ישיבה גדולה אין קרית יואל נעמט מען זייער גערן אן דארט, יעצט צו דיין טענה אז מען נעמט דארט נישט אן קיין שום פרעמדע בחור, וועל איך דיך ענטפערן, פונקט ווי די פארשטייסט אז ווען א סאטמארע בחור וועט זיך גיין איינשרייבן אין די בעלזא ישיבה וועט מען אים נישט אננעמען די זעלבע זאך ווען בעלזא בחור וועט זיך גיין איינשרייבן אין די סאטמערע ישיבה וועט מען אים אויך נישט אננעמען, (גענוצט נאר פאר א משל ), הלוואי וואלט געווען אזא ישיבה אויך ביי אנדערע חסידות

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 10:54 pm
דורך א גוט מארגן
דאס איז ווען ער איז א אנדערע חסידות אבער אויב איז ער נאטראל פארוואס נעמט מען נישט אן?

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:00 pm
דורך [NAMELESS]
ווי האט ער געלערנט ביז איצט?
און א גוט מארגן, איך האב אייך נישט באמערקט ביז איצט. יהא בואך לברכה! זעהט אויס פון אייערע תגובות ביז איצט אז איר דעם שכל הישר, מיר באגריסן אייך דא. מאכט אייך באקוועם

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:10 pm
דורך א גוט מארגן
עליכם השלום
וואס א חילוק ווי ער האט געלערענט

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
ווייל די ישיבה ווי ער האט געלערנט האט די אחריות אויף אים נישט צו ווארפן אויפן גאס ביי די 20 אדער גאר ביי די 19 שוין

נשלח: דאנערשטאג מערץ 07, 2013 11:50 pm
דורך אייגענארטיג
יעדע ישיבה האט די אחריות צו האלטן זייערע בחורים ביז די חתונה אין ק"י דארף נישט אריינעמען קיייייינעם וואס האט נישט געלערענט דארט ביז אהין. זיי זענען נישט קיינעם'ס גארבידזש (להבדיל)