בלאט 1 פון 1

די איג נאבעל פרייז

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:00 pm
דורך יידל
אין אן אנדערן אשכול האב איך געשריבן אביסל איבער די היסטאריע פון די נאבעל פרייזן. אין 1991 זענען אפאר ליצים אויפגעקומען מיט דעם געדאנק פון מאכן א פעראדיע פון די נאבעל פרייזעס און אנשטאט באערן די בעסטע אין די פעלד פון וויסנשאפט, וועט מען גאר באערן און געבן פרייזעס פאר די וואס האבן געמאכט די נארישסטע שטודיעס און מאדנע ערפינדונגען. זיי האבן א נאמען געגעבן פאר זייער פרייזעס "די איג נאבעל פרייזעס". די נאמען איג נאבעל נעמט זיך פונעם ווארט ignoble און איז א ווערטער שפיל אויפן "נאבעל פרייז". לויט וויאזוי זיי שרייבן, באערן זיי מענטשן וואס מיט זייער שטודיעס "מאכן זיי קודם מענטשן לאכן, דערנאך מאכן זיי מענטשן טראכטן". די איג נאבעל ווערט אויך צומאל גענוצט אפצו'חוזק'ן פון מענטשן וואס "שטודירן" נישט סייענטפישע נושאים, א שטייגער ווי האמאפאטיע און דאס גלייכן. די איג נאבעל פרייזן ווערן געגעבן פאר צען מענטשן אין פארשידענע פעלדער פון סייענס און עדיוקעשאן. עס ווערט פארטיילט אין סעפטעמבער, אין הארווארד אוניווערזיטעט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:10 pm
דורך ידען
וויפיל איז זייער פרייז?

וועלעכע נארמאלע מענטש וועט עקסעפטען אזא בליידיגונג? (אה סע טאקע פאר מאדנע מענטשען מיט אינטערעסאנטע שטודידיעס)

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:16 pm
דורך יידל
אט זענען די היי-יעריגע געווינער פון די איג נאבל פרייז. די געווינער זענען נעכטן נאכט סעפטעמבער 20 אנאנסירט געווארן אין הארווארד אוניווערזיטעט. די גאנציע צערעמאניע האט מען געקענט וואטשן לייוו, און די איג נאבעל פרייזן ווערן פארטיילט דורך עכטע נאבעל פרייז געוואונער כאטשיג במשך דעם גאנצן אווענט האט געהערשט א רוח פון ליצנות.

די פרייז פאר פסיכאלאגיע האבן געוואונען אניטע עירלאנד, ראלף זוואן און טוליא גאדאלאופ פאר זייער שטודיע "זיין א לינק גענויגטער מאכט דעם אייפל טורעם אויסזען קלענער". נאר גאדאלאופ האט זיך באטייליגט ביים צערעמאניע, ווייל זוואן און עירלאנג גייען חתונה האבן שבת אין די נעדערלענדס.

די פרייז פאר שלום איז געגאנגען פאר די SKN פירמע אין רוסלאנד וועלכע מאכן איבער אלטע רוסישע געווער צו דיימאנטען. איגאר פעטראוו האט פארטרעטן די קאמפעני ביים צערעמאניע.

די פרייז פאר אקוסטיקס האבן געוואונען קאזוטאקא קוריהארא און קואי צוקאדא פון יאפאן פאר זייער ערפינדונג פון "ספיטש-דזשעממער", א דעווייס וואס שטערט א מענטש פון רעדן דורכן אים מאכן הערן זיינע אייגענע ווערטער אפאר סעקונדעס נאכן גערעדט ווערן. ביידע ערפינדער האבן זיך באטייליגט ביים צערעמאניע.

די פרייז פאר נוראסייענס האבן באקומען פיר מוח וויסנשאפטלער פון די פאראייניגטע שטאטן, וועלכע האבן דעמאנסטרירט אז מוח שטודירער קענען זען אקטיוויטעטן אין א מוח פון א טוטע סעלמאן פיש דורכן נוצן קאמפלעצירטע אינסטורמענטן און פשוט'ע סטאטיסטיקס.

די פרייז פאר כעמיקס האט באקומען א שוועדישער פארשער וואס איז אויפגעקומען מיט א הסבר פארוואס די האר פון מענטשן אין אנדערסלאוו, שוועדן איז געווארן גרין.

די פרייז אין ליטעראטור האט באקומען די פאראייניגטע שטאטן General Accountability Office, פארן ארויסגעבן א ריפארט איבער ריפארטס איבער ריפארטס וואס רעקאמאנדירט צוגרייטן א ריפארט איבער ריפארטס איבער ריפארטס. קיינער איז נישט געקומען אפנעמען דעם פרייז.

די פרייז אין פיזיקס האט באקומען פיר פארשער וואס האבן אויסגערעכנט די באלאנץ פון כוחות וואס געבן די שעיפ פאר א מענטשליכע פאוניטעיל.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:51 pm
דורך ידען
די פרייז אין ליטעראטור האט באקומען די פאראייניגטע שטאטן General Accountability Office, פארן ארויסגעבן א ריפארט איבער ריפארטס איבער ריפארטס וואס רעקאמאנדירט צוגרייטן א ריפארט איבער ריפארטס איבער ריפארטס. קיינער איז נישט געקומען אפנעמען דעם פרייז.


דאס איז שוין זייער א ערענסטע זאך.

וואס איז טאקע די מעשה מיט די אלע ריפארטס?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:14 pm
דורך יידל
נאך דריי היי-יעריגע געוואונער וואס איך האב פריער אויסגעלאזט:

רוסלאן קרעטשעטניקאוו פון רוסלאנד (היינט אין אמעריקע) און האנס מעיער פון אמעריקע האבן באקומען א פרייז פאר זייער שטודיע צו פארשטיין וואס פאסירט ווען א מענטש גייט מיט א קאפ קאווע אין זיין הענט, און וויאזוי איז די בעסטע וועג צו גיין כדי אויסצומיידן די קאווע פון זיך גיסן. נאר דער רוס האט זיך באטייליגט ביים צערעמאניע.

די פרייז פאר אנאטאמיע איז געגאנגען פאר פראנס די וואל און דזשעניפער פאקארני פארן אנטדעקן אז שימפאנזיס קענען אינדענטיפיצירן אנדערע שימפאנזיס דורך זען בילדער פון זייער אונטערשטע עק (rear ends)...

די פרייז אין מעדעצין האבן באקומען צוויי פראנצוזישע דעקטוירים וועלכע האבן געשריבן א פאפיר מיט אנווייזונגען פאר דאקטוירים וואס פירן דורך קאלאנאסקאפיס וויאזוי צו מינימיזירן דעם שאנס אז דער פאציענט זאל עקספלאדירן...

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:16 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:
די פרייז אין ליטעראטור האט באקומען די פאראייניגטע שטאטן General Accountability Office, פארן ארויסגעבן א ריפארט איבער ריפארטס איבער ריפארטס וואס רעקאמאנדירט צוגרייטן א ריפארט איבער ריפארטס איבער ריפארטס. קיינער איז נישט געקומען אפנעמען דעם פרייז.


דאס איז שוין זייער א ערענסטע זאך.

וואס איז טאקע די מעשה מיט די אלע ריפארטס?

איך ווייס נישט. דא קענסטו ליינען די 32 בלעטער פונעם ריפארט איבער ריפארטס איבער ריפארטס.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:19 pm
דורך יידל
דא קען מען זען די גאנצע צוויי און א האלב שעה'דיגע צערעמאניע.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WnprpYZYiC8[/youtube]

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 4:37 pm
דורך יידל
עס הייבט זיך אן ביי 48:00

נשלח: מוצ"ש נאוועמבער 01, 2014 10:49 pm
דורך ונבנתה העיר
די וואכ'ס וועכנטליכע הומאר קאלום אין די המודיע מאגאזין, פון איינער פון מיינע פעיוואריט לצים, מרדכי שמוטער:

נשלח: פרייטאג נאוועמבער 28, 2014 2:25 pm
דורך קינד_אן_קייט
היינט ווערט בראדקעסטעד חלקים פון דאס יאר׳ס צערעמאניע.