בלאט 1 פון 1

היימישע ארטיסטן און זייערע מעלערייען

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 4:04 pm
דורך פיקציע
אויב איז נאכנישט דא אזא אשכול, וויל איך דא אנהייבן צו ברענגן בילדער און קארטונען פון היימישע מעלער.
פארשטייט זיך אז היימיש מיינט נישט דווקא א הוט און רעקל אדער אז מ'רעדט אידיש.

פון מיינע פעיוועריטס זענען יוני גערשטיין, 68 פון בני ברק.
א בילד פון יוני געמאלן דורך יוני
א בילד פון יוני געמאלן דורך יוני
%D7%99%D7%95%D7%A0%D7%99.jpeg (135.27 KiB) געזען געווארן 1269 מאל

פון וויפיל איך האב געליינט אויף אים איז ער א בעל תשובה וועלכער איז געבוירן אין ירושלים און האט שטודירט מעלעריי אין פאריז.
נאכן חוזר זיין האט ר' יונתן אויף הרב שך'ס פארשלאג אנגהויבן מאלן פאר די יתד נאמן אין די מ' יארן, זייענדיג דאן דער איינציגסטער חרדי'שער קארטוניסט.

ער איז שטארק באוויסט מיט זיינע בילדער אויף משניות פני השבת אויף מסכת שבת, פני המשנה אויף ביצה און שביעית. אויך אויף גמרא נזיקין פני ישראל אויף פרק המפקד און הכונס, און אבידת ישראל אויף פרק אלו מציאות.

פון זיינע שטארקע טאלאנטען זענען קארטונען וועלכע זענען געווענליך גאר שארף און צי די זאך.

דאס איז זיין וועבזייטל: http://www.yony.co.il