בלאט 1 פון 1

זאל ראמני נאכאמאל ארויף ברענגן די "ליביע" פראגע?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 9:52 am
דורך לעב און לאך
דאס אמעריקאנער פאלק גרייט זיך היינט אויף די דריטע און לעצטע פרעזידענטליכע דעבאטע פון די יעצטיגע וואל סעזאן. דער דעמאקראטישער פרעזידענט, באראק אבאמא, און זיין קעגנער דער רעפובליקאנער קאנדידאט, מיט ראמני, וועלן זיך נאכאמאל טרעפן היינט נאכט צו דעבאטירן דעם פרעזידענט'ס פאליסי'ס און אויך ארויף ברענגן נייע געדאנקען וויאזוי ער, ראמני, וועט פארבעסרן אונזער מצב סיי אינדערהיים און אויך איבער די וועלט.

איך בין זיכער אז רוב חברים דא האבן מיטגעהאלטן די גרויסע געווינס פון מיט ראמני ביים ערשטן דעבאטע דריי וואכן צוריק. ער איז געקומען גוט צוגעגרייט, ער האט געצימבעלט דעם פרעזידענט אויף כמעט אלעס וואס ער האט געטון די לעצטע צוויי יאר, און דער פרעזידענט, מיד און אויסגעמוטשעט, האט אים אנגעקוקט ווי א האן אין בני אדם און נישט געוויסט וואס צו ענטפערן. ער האט געשטאמעלט עטליכע ווערטער דא און דארט - אבער גארנישט זאכליך.

ביים צווייטן דעבאטע, פארגאנגענעם וואך דינסטאג, איז עס שוין נישט געגאנעגן אזוי גוט פאר מיט ראמני. דער פרעזידענט האט זיך געלערנט פון זיינע טעותים ביים ערשטן דעבאטע און ער איז געקומען פול בעסער צוגעגרייט. קען זיין טאקע אז ער האט נישט געזאגט קיין סאליד פונקטן, אבער ער איז געווען אגרעסיוו און באוויזן אפצושלאגן די אטאקעס פון זיין רעפובליקאנער קעגנער. ווי זאגט מען: ווער עס שרייט העכער איז די געווינער, און מיט דעם האט באראק אבאמא גאר שטארק געווינען.

אבער מיט ראמני האט געהאט גאר אן אפעקטיווער וואפן ביים פאריגן דעבאטע: דאס איז די צעמישעניש און לעכעריגקייט מיט וואס די פרעזידענט און זיינע געהילפן האבן באהאנדעלט די אטאקע אין ליביע. ראמני האט טאקע אנגעהויבן ניצן די וואפן, ער האט אנגעהויבן רעדן וועגן ליביע, אבער ער האט גענומען די נישט ריכטיגע פונקט: אנשטאט שרייען אז דער פרעזידענט האט נישט אנגערופן די אטאקע "אן אקט פון טעראר" וואלט ער געדארפט בעסער אדורך לערנען די מאנוסקריפט פון די רעדע אינעם ראוז גארדען און זען אז דער פרעזידענט האט יא געזאגט אז "קיין שום אקט פון טעראר" וועט נישט שוואך מאכן די אמעריקאנער רעגירונג, און דערנאך קען ראמני שרייען אז דער פרעזידענט האט נישט געוואלט מודה זיין אז די אטאקעס זענען געטון געווארן דורך טעראריסטן, ער האט דאס ענדערש אנגעלייגט אויף די ראיאטן אין רעאקציע צו די פילם וועלכע מאכט לצנות פון זייער שמייליגן, און ראמני וואלט אפילו געקענט נאכברענגן אנדערע סטעיטמענטס וואס אבאמא האט געמאכט ביי יענע זעלבע שמועס וו.צ.ב. אז די אטאקע וועט נישט אפשוואכן די באציאונגען צווישן אמעריקע און ליביע און נאך פול.

עס האט גענומען גאנצע צוויי וואכן פאר די אמעריקאנער רעגירונג מודה צו זיין אז די אטאקע איז געווען א טעראר אטאקע צום יארטאג פון סעפטעמבער 11. דאס איז אן עולה שאין כמוהו, מען האט באהאלטן קריטישע פאקטן פון דאס אמעריקאנער פאלק, מען האט דאס באהאלטן פון די משפחות וועלכע האבן פארלוירן זייערע באליבטע. און אויב דער פרעזידענט וועט זאגן אז אויך ער האט נישט געוויסט ביז צוויי וואכן נאך די אטאקעס אז דאס איז געווען טעראר, קומט זיך אים צוויי מאל פעטש הלמאי די אמעריקאנער שפיאנאזש סיסטעם האט דאס נישט געקענט אויסגעפונען.

אבער אנשטאט מיט ראמני זאל קענען פרעגן די פראגע וואס אלע אמעריקאנער ווילן וויסן, האט דער ליבעראלע מאדערעטאר זיך אריין געמישט און געצימבעלט מיט ראמני אז אין פאקט האט דער פרעזידענט עס יא אנגערופן "אן אקט פון טעראר". דער פרעזידענט האט זיך גלייך ארויפגעכאפט דערויף און געזאגט "זאג עס איבער העכער, קענדי" - און קענדי, דער מאדערעטאר, האט געפאלגט ווי א קליין קינד און נאכאמאל געזאגט פאר מיט ראמני "אין פאקט האט דער פרעזידענט יא אנגערופן די ליביע אטאקעס אן אקט פון טעראר". מיט ראמני איז דעמאלטס געבליבן מיטן צינג אינדרויסן, אינגאנצן צומישט, ער האט זיך פרובירט צו אריענטירן, אבער ער איז שוין געבליבן א חוזק - נאכדערצו נאכדעם וואס אבאמא האט אים אזוי שטארק געענטפערט אז דאס צימבלען זיין אדמיניסטראציע אויף אזא טראגעדיע, און אפילו טראכטן אז דער פירער פונעם לאנד שפילט פאליטיק ביי אזא טראגעדיע, איז א פארשעמונג.

פרעזידענט באראק אבאמא האט טאקע אנגערופן די ליביע אטאקע "אן אקט פון טעראר", אבער בלויז אראפ צו מאלן אז דאס איז געווען א ווילדע רעאקציע צום אנטי-איסלאמישן פילם....

איז יעצט די פראגע: זאל מיט ראמני נאכאמאל פרובירן זיין גליק און צימבלען אבאמא אויף די ליביע אטאקעס ביים היינטיגן "אויסערן פאליטיק" דעבאטע, אדער דאס איז שוין א זויערע טעמע פאר ראמני, ער קען נאר פארלירן דערמיט און ער זאל עס פארקיקן?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:40 am
דורך געפילטע פיש
איך וואלט געזאגט אז איבערקייען די זעלבע טענה נאכאמאל גייט שוין ארויס פון די נאז, אבער אויב גייט אבאמא זאגן נאכאמאל "We got Bin Laden" צו ווייזען ווי גוט ער איז אין פארעין פאליסי, מעג ראמני אויך איבערזאגן ליביע. אבער ער מוז זיין זייער פארזיכטיג, ווייל איך בין זיכער אז אבאמאס עצה געבער רעכטן זיך אויף דעם אטאקע און ער איז גוט צוגעגרייט מיט תירוצים און קאנטער אטאקעס דערויף.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 10:41 am
דורך אבי גערעדט
צו ער זאל עס ארויפברענגען? אממ כ'ווייס נישט. אבער איך ווייס יא אז ער גייט עס ארויפברענגען אבער נישט סתם ארויפברענגען , נאר ער גייט דערלאנגען דעם אבאמא מנה אחת אפיים, אבער נישט אזוי ווייט וועגן די ליביע אישו זעלבסט, ווי אלס די תאוות הנקמה והנצחון וואס ברענט אין אים אין לאזט אים נישט קיין מנוחה.

ער האט נאר איין פראבלעם: אז אבאמא ווייסט פון דעם אין ער גרייט זיך אויך מיט ציין אין נעגל, סאו אז ביים פאריגען דיבעיט איז שיעור געגאנגען פיזישע קלעפ וועל מיר אפשר היינט טאקע זוכה זיין צו זעהן דאס.

ונזכה ונראה ונחיה

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:45 am
דורך זר זהב
אבאמא מעג זיך גרייטן ביז איבערמארגן. דער פאקט איז אז דער קאנסולאט האט געבעטן מער סעקיוריטי און זיי האבן עס נישט באקומען. ס'נישטא א וועג ארויס פאר אבאמא דערפון, אחוץ פארשטייט זיך אויב ראמני איז נישט קאהירענט אין די אטאקע פראזע.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 11:57 am
דורך לאדיך אפ
ראמני'ס מיסטעיק קען אים נאך קאסטן די עלעקשאנס.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:00 pm
דורך לעמיל
ווי איז די דיבעיט היינט?

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:05 pm
דורך געפילטע פיש
לעמיל האט געשריבן:ווי איז די דיבעיט היינט?

[left]Topic: Foreign policy
Air Time: 9:00-10:30 p.m. Eastern Time
Location: Lynn University in Boca Raton, Florida
Sponsor: Commission on Presidential Debates
Participants: President Barack Obama and Governor Mitt Romney
(Moderator: Bob Schieffer (Host of Face the Nation on CBS
The format for the debate will be identical to the first presidential debate and will focus on foreign policy[/left]

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:26 pm
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:
לעמיל האט געשריבן:ווי איז די דיבעיט היינט?

[left]Topic: Foreign policy
Air Time: 9:00-10:30 p.m. Eastern Time
Location: Lynn University in Boca Raton, Florida
Sponsor: Commission on Presidential Debates
Participants: President Barack Obama and Governor Mitt Romney
(Moderator: Bob Schieffer (Host of Face the Nation on CBS
The format for the debate will be identical to the first presidential debate and will focus on foreign policy[/left]

המממ שקויעך פאר די סקופ...!!

נשלח: מאנטאג אקטאבער 22, 2012 12:41 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:Participants: President Barack Obama and Governor Mitt Romney

המממ שקויעך פאר די סקופ...!!

...It means to say that unlike the first debate, Obama will be there