בלאט 1 פון 1

"היימישע" פאסט אפיס צוריק געעפענט

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 11:14 am
דורך outspoken
אידן אין וויליאמסבורג נעמען אויף די פרייליכע בשורה אז "היימישע" פאסט אפיס THE BETTER LETTER ווערט צוריק געעפענט אויף 520PARK AVE.

די סטאר פלעגט זיין אויף העווימייער סטריט, וואו זיי פלעגן סערווירען דעם היימישן עולם מיט אלע פאסט געברויכן (א חוץ פאספארט'ס) פונקט ווי די געהעריגע פאסט אפיס אן די לאנגע ליינס און די אויסגעלאסענקייט.

לעצטע יאר האט די יוניאן געפאדערט פון די פאסט אפיס אז מ'זאל פארמאכן א חלק פון די "פריוואטע" פאסט אפיס'ס, וואס כאטשיק זיי ברענגען אריין געלט פאר די פאסט אפיס ווייל זיי ארבעטען אויף פראצענט, און די פאבליק פאסט אפיס'ס דערלייגן געלט יעדעס יאר, זענען די יוניאן שטארק און מ'האט זיי ליידער פארמאכט.

עסקנים האבן זיך אריינגעלייגט אין דעם ענין, מ'האט אונטערגעשריבן 'פעטישאן'ס' און אנדערע השתדלות, ביז ס'געלונגען נאך אמאל צו עפענען די סטאר און וויליאמסבורג אין אן אנדערע ZIP CODE.

איצט בלייבט צו ווינטשן דעם בעה''ב הצלחה רבה.