בלאט 1 פון 1
נישט עסן פליישיגס אום מיטוואך. מקור? פשט?
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 11:53 am
דורך ענדע צדיק
וואס איז די מקור פון נישט עסן פליישיגס מיטוואך?
ס'איז דא וואס זענען זייער מקפיד דערויף אז מיטוואך עסט מען נישט קיין פליישיגס, אנדערע זענען בכלל נישט מקפיד,
ביי מיינע עלטערן האב איך נישט געזען אז ס'זאל זיין א קפידה דערויף, 2 מאל א וואך איז געווען מילכיגס אויף נאכטמאל בדרך כלל, אבער נישט דוקא מיטוואך,
לעצטענס איז מיר אויסגעקומען צו פארבראכן אין ארץ ישראל מיט א חבר, און מיטוואך ביי נאכטמאל האט ער בשום אופן נישט געוואלט גיין אין א פליישיגע געשעפט, נאר בלויז מילכיג.
1. פון וואו קומט די קפידא?
2. איז עס א הארבע זאך? דבר טוב? א מנהג? א ענין? א עם הארצות?
3. איז עס דוקא מיטוואך? מיינט עס אין די ווינטער אור ליום רביעי?
נשלח: דינסטאג יאנואר 01, 2013 12:05 pm
דורך קאווע טרינקער
יא, שמעתי פעם אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן ביום רביעי בשבת
ע"כ יש נוהגים שלא לאכול בשר ביום זה.
מיין זיידע פירט זיך אזוי, בימי החורף עסט ער נישט בשר ביום ג' לסעודת הערב, ווייל ס'איז דאך שוין יום רביעי, און בימות הקיץ ביום ד' בסעודת ערב.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 4:01 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:יא, שמעתי פעם אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן ביום רביעי בשבת
ע"כ יש נוהגים שלא לאכול בשר ביום זה.
פונקט האט איינער מיך געוויזען יום טוב אז די של"ה שרייבט עס
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 7:16 pm
דורך מ גפני
לעמיל האט געשריבן:קאווע טרינקער האט געשריבן:יא, שמעתי פעם אז דער בית המקדש איז חרוב געווארן ביום רביעי בשבת
ע"כ יש נוהגים שלא לאכול בשר ביום זה.
פונקט האט איינער מיך געוויזען יום טוב אז די של"ה שרייבט עס
ס'ע ליגט מיר אין קאפ אז דאס איז אינעם זעלבען באקאנטן שטיקל של"ה ווי ער רעדט וועגן די גרויסקייט פון אויפזיין ביי תיקון ליל שבועות
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 7:42 pm
דורך יואליש
כ'האב אמאל געזעהן א מקור.
האט איימיצער אמאל געהערט פון א מנהג נישט צו עסן פרייטאג הארטע קעז? ביי אונז האט מען זיך אזוי געפירט און כ'ווינדער זיך אויב ס'האט שייכות מיט די קריסטליכע פריידעי פעסט.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 8:03 pm
דורך יואליש
זענען נאך דא משפחות וואס לייגן ארויס טעפ אויפן גאס צו כאפן "ספירה רעגן" פאר געזונטהייט?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 8:13 pm
דורך איחוד פעלד
יואליש האט געשריבן:כ'האב אמאל געזעהן א מקור.
האט איימיצער אמאל געהערט פון א מנהג נישט צו עסן פרייטאג הארטע קעז? ביי אונז האט מען זיך אזוי געפירט און כ'ווינדער זיך אויב ס'האט שייכות מיט די קריסטליכע פריידעי פעסט.
עס קומט פין צאנז.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:19 pm
דורך ברעט מענינג
איך האב אייביג געמיינט אז דאנערשטיג עסט מען נישט קיין פלייש!
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:54 am
דורך מזלטוב
נישט עסן מילכיגס פרייטאג איז א סגולה ניצל צו ווערן פון ציין ווייטאג (מקור:ראפשיץ, דברי חיים האט זיך אזוי געפירט)
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 2:01 am
דורך געפילטע פיש
וואס איז מיט אל תטוש? א מקור וויל ער...
נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 3:28 am
דורך על המחיה
בקונטרס שלושה שריגים (להרב מציעשנוב) ברענגט ער א'ן איטרעסאנטע עפיזאד
די מנהג פון צאנזער רב איז געווען נישט צי עסען קיין קעז פרייטיג, אבער די מנהג פון קאמינקא רב איז געווען דווקא יא צי עסען קעז אום ערב שבת
ביידע האבען געטענה'ט אז אזוי האבען זיי מקבל געווען פון זייער רבי די ראפשיצער רב
ביידע זענען געשטאנען צוזאמען ביים רבי'ן ווען ער האט גערעדט וועגען עסען קעז פרייטיג, איינער האט פארשטאנען מען טאר נישט און דער צווייטע האט פארשטאנען מען מיז
און ספר אוהב שלום (קאמינקא) ווערט געברענגט אז עסען קעז ליל שישי און ערב שבת איז א סגולה פטור צי ווערען פון ציין ווייטאג
און אין ספר דברות חיים (צאנז) ווערט געברענגט אז די צאנזער רב פלעגט זאגען פאר די וואס האבען זיך באקלאגט אז די ציין טוט וויי, זיי זאלען נישט עסען ערב שבת קיין קעז
מילא וויאזוי מען טיט יש להם על מי שיסמוכי, ויאכלו ענוים וישבעו
נשלח: מאנטאג יוני 24, 2013 9:56 pm
דורך יין שרף
יא גפני איז גערעכט, עס נעמט זיך פון די באקאנטע מעשה פונעם של"ה הק', ווען די בית יוסף מיט די חבריא האבן געלערנט צוזאמען שבועות ביינאכט, און די שכינה האט דעמאלטס גערעדט צו זיי. איינער פון די זאכן האט זיך די שכינה אפגערעדט אויפן צער הגלות, האט זיך די חבריא מקבל געווען אפאר זאכן מיט צו פילען מיטן צער השכינה, און איינע פון די זאכן איז צו מייחד זיין מיטוואך פאר אבילות און אז מ'זאל נישט עסן פלייש.