בלאט 1 פון 1

דג במעיו של דג גדול, ראשו תחילה

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:41 pm
דורך boxcover
איך האב שוין געהערט עטליכע מאל נאכזאגען אז אין די גמרה שטייט אז ווען א גרויסע פיש שלינגט איין א קליינע פיש, כאטש וואס עס וואלט מסתביר געווען אז די קליינער ווערט איינגעשלינגען זנב תחילה ווייל ער פראבירט דאך צו אנטלויפען, איז אבער נישט אזוי, נאר די דג גדול שלינגט קודם איין די ראש של קטן, להודעינו אז ווען די בוכ"ע איז מכין מזון לכל בריאותיו, קומט עס אנטקעגן (עפעס אזוי).

האט איינער אמאל געזעהן די גמרה אינעווייניג?

איך האב איבערגעדרייט די גוגל און גענישטערט אין היבראו בוקס מיט קיין סוקסעס. אדרבה, אין יו טאב זעהט מען בפירוש אז זיי קומען נישט אזוי גערן.