בלאט 1 פון 2

בלומבערג: מידיע וויל נישט חסידים זאלן לערנען ענגליש

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:41 pm
דורך Starbucks
ביי א פרעסע קאנפערענץ האט מען געפרעגט מעיאר בלומבערג איבער די סעריע ארטיקלען בנוגע די פעלער פון חסידישע מוסדות צו לערנען ענגליש מיט די קינדער. און צו די שטאט גייט זיך אריינמישן און זעהן אז דאס געזעץ זאל ווערן אויסגעפאלגט (און מ'הייבט אהן געהעריג לערנען לימודי חול).

ערשט האט די מעיאר געזאגט אז ער ווייסט נישט פונקליך ווער, צו די סטעיט אדער די סיטי דארף פארסירן די געזעץ. דערנאך האט דער מעיאר געזאגט אז "אודאי שטערט עס מיר. וויאזוי גייען זיי פארדינען א פרנסה, יו נאו?"

דערנאך ווייזענדיג אויף א ריפארטער האט דער מעיאר געלאזט פאלען עפעס מאדנע, "זיי וועלן קיינמאל נישט באקומען דיין דשאב. דו ביזט דער וואס וויל נישט זיי זאלן לערנען ווייל" זיי וועלן קאמפיטן מיט דיין דשאב.

איך וועל אייך לאזן שפעקולירן וואס דער פלוטאקראטישער מיעאר ירום הודו האט געמיינט.

בילד

פון דא

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 5:48 pm
דורך מורינו הרב
ער מיינט צו זאגן אין אנדערע ווערטער:

"לאז זיי אין די ווינדלען. דו ווילסט נישט אז זיי זאלן ווערן אויפגעקלערט, און פראבירן צו בעאיינפלוסן די גוי'אישע גאס מיט זייערע אנשואונגען."

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:11 pm
דורך געפילטע פיש
מיר איז גראדע געפאלן וואס בארא פרעזידענט מארטי מארקעוויטש האט געזאגט,
"ס'נישט פאר מיר זיך אריינצומישן אין די פרייאריטעטן אין חינוך פון רעליגעזע אנשטאלטן, צו קאטוילישע, פראטעסטאנטן, אידן, אדער מוסעלמענער"

חברה, די תיקון גייט נישט קומען פון אינדרויסן, נישט פון די פאליטישענס, נישט פון די קאורטס, די תיקון מוז קומען פון דא אין קאווע שטיבל, ווי נארמאלע מענטשען וואס ווילן זייער קינדער זאלן קענען לפחות א בעיסיק ענגליש זאלן זיכער מאכן אז די הנהלת המוסדות ווייסט אז דאס ווילן זיי. אז דער עולם וועט ווייטער שווייגן וועלן זיי מיינען, מיט רעכט, אז ס'גייט קיינעם נישט אן.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:29 pm
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:חברה, די תיקון גייט נישט קומען פון אינדרויסן, נישט פון די פאליטישענס, נישט פון די קאורטס, די תיקון מוז קומען פון דא אין קאווע שטיבל, ווי נארמאלע מענטשען וואס ווילן זייער קינדער זאלן קענען לפחות א בעיסיק ענגליש זאלן זיכער מאכן אז די הנהלת המוסדות ווייסט אז דאס ווילן זיי. אז דער עולם וועט ווייטער שווייגן וועלן זיי מיינען, מיט רעכט, אז ס'גייט קיינעם נישט אן.


WOW, איי עים סופרייזט אז עס איז דא איינער וואס האלט, אז מיט זיין דערביטערעט אנגגעסן אויף אלעם אנטי אדורוך און אדורוך, קען מען האבן א וויזע פאר די צוקינפט,

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 6:31 pm
דורך [NAMELESS]
בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:חברה, די תיקון גייט נישט קומען פון אינדרויסן, נישט פון די פאליטישענס, נישט פון די קאורטס, די תיקון מוז קומען פון דא אין קאווע שטיבל, ווי נארמאלע מענטשען וואס ווילן זייער קינדער זאלן קענען לפחות א בעיסיק ענגליש זאלן זיכער מאכן אז די הנהלת המוסדות ווייסט אז דאס ווילן זיי. אז דער עולם וועט ווייטער שווייגן וועלן זיי מיינען, מיט רעכט, אז ס'גייט קיינעם נישט אן.


WOW, איי עים סופרייזט אז עס איז דא איינער וואס האלט, אז מיט זיין דערביטערעט אנגגעסן אויף אלעם אנטי אדורוך און אדורוך, קען מען האבן א וויזע פאר די צוקינפט,

בדחן, טרונק א קאווע, בארוהיגט אייך. :?

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 7:04 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'קומט א גוטע עתיד.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 7:37 pm
דורך שמעקעדיג
איך הער דאס שוין יארן לאנג.
ווען בערך הייבט זיך אן דער עתיד???

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:13 pm
דורך געפילטע פיש
בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:חברה, די תיקון גייט נישט קומען פון אינדרויסן, נישט פון די פאליטישענס, נישט פון די קאורטס, די תיקון מוז קומען פון דא אין קאווע שטיבל, ווי נארמאלע מענטשען וואס ווילן זייער קינדער זאלן קענען לפחות א בעיסיק ענגליש זאלן זיכער מאכן אז די הנהלת המוסדות ווייסט אז דאס ווילן זיי. אז דער עולם וועט ווייטער שווייגן וועלן זיי מיינען, מיט רעכט, אז ס'גייט קיינעם נישט אן.


WOW, איי עים סופרייזט אז עס איז דא איינער וואס האלט, אז מיט זיין דערביטערעט אנגגעסן אויף אלעם אנטי אדורוך און אדורוך, קען מען האבן א וויזע פאר די צוקינפט,

בדחן טייערע, איך פארשטיי נישט פונקליך וואס דו מיינסט, ווער דארף א וויזע? מיינסט אפשר א סטודענט וויזע? איך פארשטיי נישט פונקטליך, אבער איין זאך פארשטיי איך יא, ס'זעט אויס דו האסט ארויסגענומען פון מיינע ווערטער אז איך בין דערביטערט, וועל איך דיר מגלה סוד זיין אז לא מיניה ולא מקצתיה, איינער וואס וויל בעסער מאכן א זאך איז אנגגעסן? (גראדע יעצט האלט איך פונקט נאך סאפער, סא יעצט בין איך יא אביסל אנגעגעסן, אבער פריער ווען כ'האב געשריבן די ערשטע תגובה האב איך נאך געהאלטן פארן עסן).
דו ווילסט דען נישט קיין תיקון אין דעם געביט? דו וואלסט נישט געוואלט אז די שעה-שעה אהאלב וואס מ'פארשוועמט סייווי מיטן ענגליש טיטשער זאל מען ענדערש זיך אויסלערנען עפעס ווי סתם מבטל תורה זיין פאר גארנישט? דו ווילסט נישט אז דיין זון זאל האבן א בעיסיק ענגליש עדיוקעישען אז אויב חס וחלילה ער וועט אמאל טראכטן פון ארויסגיין פון כולל זאל ער כאטש קענען זאגן פארן ספאנישע גוי, "טאני, ברינג באקסעס העיר!" אן זיך צו צוברעכן די ציין?
אבער צו זאגן פארן מנהל אז דו וואלסט געקענט באשטיין אז מ'זאל נעמען די ענגליש לפחות האלב אזוי ערענסט ווי אידיש, און מ'זאל באשטראפן א מחוצף צום טיטשער פונקט ווי א מחוצף צום רבי'ן, דאס וואלסטו זיך קיינמאל נישט געוואגט, ווייל ער וועט דיר אנקוקן ווי אן אויפגעקלערטער (עפ"ל), ממילא בלייבסטו שטיל, און דו האפסט אז א צווייטע טאטע וועט טוהן די דירטי דזשאב, זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, אם אין אני לי מי לי, אז מ'וועט נישט פארשטיין געבן פאר די הנהלה אז דו קעירסט בכלל אביסל וועלן זיי מיינען אז דו קעירסט טאקע נישט, און אלעס וועט בלייבן, כדאתמול.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 9:24 pm
דורך יאיר
געפילטע, איך קען די זאכן, דו רעדסט פונקט ווי די אלע מחבלי כרמים און משכילים וכל כת דיליה בכל הדורות. אונז ווייסמער פונקטליך וואס דו מיינסט דא מיט דיין באהאלטענע גיפט וואס ליגט אונטער יעדעס שורה דיינע. יעדן דור זענען געווען אויפגעקלערטע און אויבער חכמים וואס האבן גע'טענה'ט פונקט ווי דיר, און וואס איז געבליבן פון זיי? גארנישט. נאר אונזער הייפעלע אידן שומרי גחלת הישן הולכים בעקבי הצאן האבן זיך געהאלטן טריי צו די ריינע אויסגעטראטענע אויסגעפלאסטערטע אויסגעבראטענע וועג, אונז זעמער געבליבן פעלזן פעסט. אונץ האמער שוין גרעסערע חכמים ווי דיר איבערגעלעבט. השמר והזהר!

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:08 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:געפילטע, איך קען די זאכן, דו רעדסט פונקט ווי די אלע מחבלי כרמים און משכילים וכל כת דיליה בכל הדורות. אונז ווייסמער פונקטליך וואס דו מיינסט דא מיט דיין באהאלטענע גיפט וואס ליגט אונטער יעדעס שורה דיינע. יעדן דור זענען געווען אויפגעקלערטע און אויבער חכמים וואס האבן גע'טענה'ט פונקט ווי דיר, און וואס איז געבליבן פון זיי? גארנישט. נאר אונזער הייפעלע אידן שומרי גחלת הישן הולכים בעקבי הצאן האבן זיך געהאלטן טריי צו די ריינע אויסגעטראטענע אויסגעפלאסטערטע אויסגעבראטענע וועג, אונז זעמער געבליבן פעלזן פעסט. אונץ האמער שוין גרעסערע חכמים ווי דיר איבערגעלעבט. השמר והזהר!

יאיר. דו ביסט א געפערליכער לץ. דו שטייגסט איבער אפילו דעם גרויסן מומחה געפילטע.

נשלח: דאנערשטאג יאנואר 24, 2013 11:37 pm
דורך איחוד פעלד
Starbucks האט געשריבן:ביי א פרעסע קאנפערענץ האט מען געפרעגט מעיאר בלומבערג איבער די סעריע ארטיקלען בנוגע די פעלער פון חסידישע מוסדות צו לערנען ענגליש מיט די קינדער. און צו די שטאט גייט זיך אריינמישן און זעהן אז דאס געזעץ זאל ווערן אויסגעפאלגט (און מ'הייבט אהן געהעריג לערנען לימודי חול).


דערנאך ווייזענדיג אויף א ריפארטער האט דער מעיאר געלאזט פאלען עפעס מאדנע, "זיי וועלן קיינמאל נישט באקומען דיין דשאב. דו ביזט דער וואס וויל נישט זיי זאלן לערנען ווייל" זיי וועלן קאמפיטן מיט דיין דשאב.

איך וועל אייך לאזן שפעקולירן וואס דער פלוטאקראטישער מיעאר ירום הודו האט געמיינט.
[/url]


האט ער עס אפשר געזאגט בדרך בדיחה?

עס מאכט נישט קיין סענס אז ער זאל אזוי האבען געזאגט אויף אן אמת.

עס דערמאנט מיר א ווערטעל וואס מען זאגט אויף יששכר זבולין, שמח זבולין בצאתך ויששכר באהליך, אז מען זאגט אהן דער זבולין זעה צו געבען געלט פאר יששכר ער זאל בלייבען זיצען אין לערנען, ווייל אויב וועסטו אים נישט געבען קיין געלט, און ער וועט גיין ארבעטען, וועט ער דיך זיין א קאנקורענט, און ער וועט דיך פשוט ארויסלייגען פין ביזנעס...

אלזא האט דער מעיאר ירום הודו מכוון געוועהן צו אן אלטער דבר תורה. זעהט אויס עפעס איד איז ער נאך.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:14 am
דורך בדחן
געפילטע פיש האט געשריבן:
בדחן האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:חברה, די תיקון גייט נישט קומען פון אינדרויסן, נישט פון די פאליטישענס, נישט פון די קאורטס, די תיקון מוז קומען פון דא אין קאווע שטיבל, ווי נארמאלע מענטשען וואס ווילן זייער קינדער זאלן קענען לפחות א בעיסיק ענגליש זאלן זיכער מאכן אז די הנהלת המוסדות ווייסט אז דאס ווילן זיי. אז דער עולם וועט ווייטער שווייגן וועלן זיי מיינען, מיט רעכט, אז ס'גייט קיינעם נישט אן.

WOW, איי עים סופרייזט אז עס איז דא איינער וואס האלט, אז מיט זיין דערביטערעט אנגגעסן אויף אלעם אנטי אדורוך און אדורוך, קען מען האבן א וויזע פאר די צוקינפט,

בדחן טייערע, איך פארשטיי נישט פונקליך וואס דו מיינסט, ווער דארף א וויזע? מיינסט אפשר א סטודענט וויזע? איך פארשטיי נישט פונקטליך, אבער איין זאך פארשטיי איך יא, ס'זעט אויס דו האסט ארויסגענומען פון מיינע ווערטער אז איך בין דערביטערט, וועל איך דיר מגלה סוד זיין אז לא מיניה ולא מקצתיה, איינער וואס וויל בעסער מאכן א זאך איז אנגגעסן? (גראדע יעצט האלט איך פונקט נאך סאפער, סא יעצט בין איך יא אביסל אנגעגעסן, אבער פריער ווען כ'האב געשריבן די ערשטע תגובה האב איך נאך געהאלטן פארן עסן).
דו ווילסט דען נישט קיין תיקון אין דעם געביט? דו וואלסט נישט געוואלט אז די שעה-שעה אהאלב וואס מ'פארשוועמט סייווי מיטן ענגליש טיטשער זאל מען ענדערש זיך אויסלערנען עפעס ווי סתם מבטל תורה זיין פאר גארנישט? דו ווילסט נישט אז דיין זון זאל האבן א בעיסיק ענגליש עדיוקעישען אז אויב חס וחלילה ער וועט אמאל טראכטן פון ארויסגיין פון כולל זאל ער כאטש קענען זאגן פארן ספאנישע גוי, "טאני, ברינג באקסעס העיר!" אן זיך צו צוברעכן די ציין?
אבער צו זאגן פארן מנהל אז דו וואלסט געקענט באשטיין אז מ'זאל נעמען די ענגליש לפחות האלב אזוי ערענסט ווי אידיש, און מ'זאל באשטראפן א מחוצף צום טיטשער פונקט ווי א מחוצף צום רבי'ן, דאס וואלסטו זיך קיינמאל נישט געוואגט, ווייל ער וועט דיר אנקוקן ווי אן אויפגעקלערטער (עפ"ל), ממילא בלייבסטו שטיל, און דו האפסט אז א צווייטע טאטע וועט טוהן די דירטי דזשאב, זאג איך דיר ניין, בעוד כברת ארץ, אם אין אני לי מי לי, אז מ'וועט נישט פארשטיין געבן פאר די הנהלה אז דו קעירסט בכלל אביסל וועלן זיי מיינען אז דו קעירסט טאקע נישט, און אלעס וועט בלייבן, כדאתמול.


איך האב הנאה אז דו האסט פארשטאנען מיין תגובה.

צום ענין, איך זע אז דו ווילסט עס פארקיווערען איבער ווער עס איז שולדיג אז אינגעלייט קענענן נישט קיין גיטען ענגליש.
איך דיסאגרי מיט דיר, איך האלט אז די עלטערן זענענן שולדיג, ווייל עלטערן וואס זעען אז א וויכטיגע זאך ווערט איגנארירט אינעם בית חינוך ווי זיי שיקען זייערע קינדער, האבן צוויי ברירות צו טיען, 1) טוישען בית חינוך 2 ) צולערנען מיטען קינד די זאך וואס בית חינוך איגנארירט אדער פארנאכטלעסיג, עלטערן קענען נישט די תירוץ ״די תלמוד תורה איז שולדיג״ ווייל די פליכט פון חינוך ליגט אויף די עלטערן נישט אויף די תלמוד תורה,

דא ביי אונזער פאל לגבי ענגליש, מיט צולערנען צוויי דריי שעה א וואך מיט א קינד פריוואט ענגליש קען ער פארפילען דאס וואס די בית חינוך - לדעתך, איי דיסאגרי - פארפעלט, אויב זעען די עלטערן געווען פויל צו פארפילען זייער פילכט, זאלן די קינדער האבן טענות צו די עלטערן פארוואס זיי האבן איינגעדרימלט בשעת זיי האבן געדארפט זיין וואך צום פראבלעם, און עלטערן האבן נישט געקענט טרעפן קיין בעסערע חינוך און וומסב״ג פאר׳ן קינד האבן זיי געזאלט מופן, אידשקייט באשטייט נישט נאר פון 11211 זופ קאוד.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:16 am
דורך יאיר
און ווער האט געזאלט לערנען ענגליש מיט די עלטערן? ערבך ערבא צריך!

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 12:34 am
דורך בדחן
די מאמעס קענען אויך נישט קיין ענגליש..?? וווער האט איר אויסגעפילט די פוד סטעמפס פאפירען די אלע יארן..??

מען האט געקענט דינגען פינף טאטעס אינאיינעם א פריוואט טיטשער צו קימען לערנען צויי דריי מאל א וואך.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:47 am
דורך מוח שליט
בדחן האט געשריבן:די מאמעס קענען אויך נישט קיין ענגליש..?? וווער האט איר אויסגעפילט די פוד סטעמפס פאפירען די אלע יארן..??

מען האט געקענט דינגען פינף טאטעס אינאיינעם א פריוואט טיטשער צו קימען לערנען צויי דריי מאל א וואך.

נו אוודאי, די מאמע מיט 9 קינדער אונטער די עידזש פין בר מצוה דארף זיך אראפזעצען לערנען מיט יעדען קינד 3 שעה א וואך.
אין דאס געלט פאר אלע קינדערס טוטערס וועט מען אויספילען אין וועלכע אפיס נאר?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 2:20 am
דורך געפילטע פיש
בדחן האט געשריבן:איך האב הנאה אז דו האסט פארשטאנען מיין תגובה.

איך אויך.
בדחן האט געשריבן:צום ענין, איך זע אז דו ווילסט עס פארקיווערען איבער ווער עס איז שולדיג אז אינגעלייט קענענן נישט קיין גיטען ענגליש.
איך דיסאגרי מיט דיר, איך האלט אז די עלטערן זענענן שולדיג, ווייל עלטערן וואס זעען אז א וויכטיגע זאך ווערט איגנארירט אינעם בית חינוך ווי זיי שיקען זייערע קינדער, האבן צוויי ברירות צו טיען, 1) טוישען בית חינוך 2 ) צולערנען מיטען קינד די זאך וואס בית חינוך איגנארירט אדער פארנאכטלעסיג, עלטערן קענען נישט די תירוץ ״די תלמוד תורה איז שולדיג״ ווייל די פליכט פון חינוך ליגט אויף די עלטערן נישט אויף די תלמוד תורה,

דא ביי אונזער פאל לגבי ענגליש, מיט צולערנען צוויי דריי שעה א וואך מיט א קינד פריוואט ענגליש קען ער פארפילען דאס וואס די בית חינוך - לדעתך, איי דיסאגרי - פארפעלט, אויב זעען די עלטערן געווען פויל צו פארפילען זייער פילכט, זאלן די קינדער האבן טענות צו די עלטערן פארוואס זיי האבן איינגעדרימלט בשעת זיי האבן געדארפט זיין וואך צום פראבלעם, און עלטערן האבן נישט געקענט טרעפן קיין בעסערע חינוך און וומסב״ג פאר׳ן קינד האבן זיי געזאלט מופן, אידשקייט באשטייט נישט נאר פון 11211 זופ קאוד.

אוי בדחן בדחן, הער שוין אויף מיט די בדחנות, כי בדחן טובא וועט מען באלד דארפן צוברעכן א כוס פון זוגיתא חיורתא און זונגען ווי לן דמיתנן ווי לן דמיתנן, ליצנות האט אויך א שיעור.
דו האסט מיר געזען באשולדיגן איינעם? אויב עפעס האב איך באשולדיגט די עלטערן אין נישט מודיע זיין פאר די מנהלי המוסדות אז דאס איז א זאך וואס זיי ווילן, פון ווי דארף א מנהל וויסן אז דער עולם וויל די קינדער זאלן קענען ענגליש אויב קיינער זאגט נישט גארנישט? און ס'נאך דא הייליגע עלטערן וואס נעמען ארויס די קינדער פון ענגליש מ'זאל זיי חלילה נישט מטמא זיין דאס קעפל מיט טענדזשערין שאלאכץ. עכ"פ טראכטן די מנהלים אז די עולם לאזט די קינדער בלייבן דארט בדיעבד אז די מאמע זאל האבן נאך צוויי שעה אנצוגרייטן נאכטמאל, אזא מין בעיבי סיטינג סערוויס פון 4 ביז 6 אזייגער, און אויך פון זייער גוט הארציגקייט פאר די מוסדות אז זיי זאלן קענען באקומען נארהאפטיגע פאטעטע קנישעס פאר די קינדער אין די לאנטש פראגראמס.
און ממילא ליגט א פליכט אויף די עלטערן מודיע צו זיין זייער באגער צום מוסד און עס נישט האלטן אין בויך אויס מורא און בושה.
זאגסט אז די עלטערן האבן צוויי ברירות, איך מיין אז ס'אויך דא א דריטע ברירה, והוא, אז זיי זאלן בעטן די מנהלים צו מאכן א תיקון אינעם ענגליש.
און דיין צווייטע אפציע פון צולערנען מיטן קינד, אוודאי איז דאס א גוטע עצה פאר איינער וואס קען דאס אויספירן, אבער למען השם, פארוואס ברויך מען צוקומען צו דעם ווען די קינדער זיצן ליידיג צוויי שעה אין חדר יעדן טאג הערן מעשות פון ר' ישעיה'לה קערעסטירער פון די ענגליש טיטשער? חוץ מזה, איב איינער האט צייט אדער געלט צוצוגעבן פאר זיין קינד אפאר שעה א וואך לימודים וועט עס געווענליך גייט פאר לימודי קודש.

דו טענה'סט אז די ענגליש איז יא כתיקונו אין אונזערע חדרים, קען זיין ביסט גערעכט אין דיין חדר, איך ווייס נישט ווי דו האסט געלערענט, אבער אין מיין חדר איז ענגליש געווען א ברכה לבטלה, און לויט ווי איך הער פון חברים זענען רוב חסידישע מוסדות אזוי, הלוואי דו ביסט גערעכט, אבער ליידער אין רוב פעלער ביסטו נישט.

אקיצור, איך זע אז מיר ביידע האלטן די זעלביגע זאך, אז די עיקר פליכט פון חינוך ליגט אויף די עלטערן, און זיי דארפן זיכער מאכן אז די קינדער באקומען א גוטע חינוך, סא וואס טענה'ט מען זיך דא?

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 8:07 am
דורך אברעמעל
בדחן נישט אמת, אויב ספענד ער סייווי דעם שעה א א טאג פאר ענגליש, פארוואס זאל עס גיין לטמיון?
מ'רעדט נישט פון איינפירן א נייע תקנה צו לערנען ענגליש, מ'רעדט פון אויסניצן דעם לימודי חול שעה ווי ס'דארף צו זיין.

(אגב דא זענען טאקע דא אנגעגעסענע, כ'וואלט אבער נישט אריינגעלייגט געפילטע אין די קאטאגאריע..)

+++
געפילטע האקט, מסתם זאגט ער די זעלבע.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 1:46 pm
דורך יאיר
געפילטע פיש איז נישט אן אנגעגעסענער, ער איז דאס געגעסאכץ אליין.

נשלח: פרייטאג יאנואר 25, 2013 4:10 pm
דורך געפילטע פיש
פארגעס נישט צוצובייסן אביסל חריין, אויב האסטו נישט ליב די געפילטע אליין. (ששש... זאג נישט אויס די סוד פארן ווייב, די געפילטע איז דעלישעס!)

נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 8:00 pm
דורך איחוד פעלד
ווי האט מען צייט ווען די קינדער קומען אהיים סוף טאג און גייען גאר פרי, מען זאל זיי אויסלערנען עפעס אליין.

די שולד ליגט מוט דער מנהיגי המוסדות, וואס פאר זייערע ארבעט פעלט נישט אויס קיין ענגליש, ממילא שפירען זיי אז עס איז נישט וויכטיג, און קענען ביישטיין עס זאל ארויסקומען אפאר באקסעס שלעפערס, אדער גנבים.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 26, 2013 8:46 pm
דורך berlbalaguleh
יאיר האט געשריבן:און ווער האט געזאלט לערנען ענגליש מיט די עלטערן? ערבך ערבא צריך!

די עלטערן (צום ווייניגסטנס די פון זיפ קאוד )11211דארפן נישט קענען ענגליש. זיי האבן דעם איד.."

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 8:56 am
דורך איינער
געפילטע פיש האט געשריבן:מיר איז גראדע געפאלן וואס בארא פרעזידענט מארטי מארקעוויטש האט געזאגט,
"ס'נישט פאר מיר זיך אריינצומישן אין די פרייאריטעטן אין חינוך פון רעליגעזע אנשטאלטן, צו קאטוילישע, פראטעסטאנטן, אידן, אדער מוסעלמענער"

חברה, די תיקון גייט נישט קומען פון אינדרויסן, נישט פון די פאליטישענס, נישט פון די קאורטס, די תיקון מוז קומען פון דא אין קאווע שטיבל, ווי נארמאלע מענטשען וואס ווילן זייער קינדער זאלן קענען לפחות א בעיסיק ענגליש זאלן זיכער מאכן אז די הנהלת המוסדות ווייסט אז דאס ווילן זיי. אז דער עולם וועט ווייטער שווייגן וועלן זיי מיינען, מיט רעכט, אז ס'גייט קיינעם נישט אן.


דער תיקון וועט נישט קומען פון אינסייד, קיינער וועט זיך נישט וואגן ארויסצוקומען אין די עפנטליכקייט אנקעגען זיין רבי אדער מוסד, אויב וועט זיך מאכן א בראווער מאן, וועט ער באשריגן ווערן אלעס מחוצף, משכיל און זיינע קינדער וועלן פליען. ליידער, איז דער איינציגער פלאץ ווי דער תיקון קען קומען, איז דער מלכות הרשעה (קרעדיט בן תמליון). בלומבערג און מארקאוויטש זענען א דיסגרעיס, די רעכטן פון טויזנטער קינדער צו האבן א בעיסק ענגליש עדיוקעשאן ווערט פארלעצט און מיט דעם זייער צוקונפט צו מאכן א געהעריגער מענטשליכער פרנסה. א רעכט וואס יעדער ציווילער לאנד האט. און דאס איז גאר א וויץ! ווען די קינדער וועלן נישט קענען מאכן פרנסה אויף א לעגאלער וועג, צוליב זייער אומוויסנשאפט, דאן וועט מען שיקן א מעסזעש צו די קאמיוניטי מיט לאנגע טורמע טערמינען. און דאס איז אלס פאר די פאר וואוטס. אויב די מידיע וועט נישט נאכלאזען, וועלן די פאליטישענס נישט האבן קיין ברירה און נעמען שריט.

נשלח: זונטאג יאנואר 27, 2013 12:01 pm
דורך געפילטע פיש
קען זיין ביסט גערעכט ביי די גאר עקסטרעמע, אבער איך רעד בכלל נישט "ארויסקומען" קעגן די מוסדות, איך רעד סך הכל פון זאגן שיינערהייט אז מ'איז נישט צופרידן פונעם ענגליש און אז ס'קען נוצן א תיקון. אויב זיי וועלן עס הערן פון איינעם וועט עס נישט אויפטוהן, אבער אז די הנהלה גשמי און רוחני וועט עס הערן פון גענוג עלטערן וועט עס זיכער מאכן א רושם.