בלאט 1 פון 2

מיין אייגענע סומאטאכע און די לעקציע דערפון

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 9:15 am
דורך משה געציל
ב״ה מיט פרייד וויל איך מודיע זיין אז איך וועל אי״ה דא זיין צוריק, נאכדעם ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער גילוי איז נישט געגאנגען אזוי ווייט ווי איך האב מורא געהאט.
פון מיין גאנצע סומאטאכע און פאניק וויל איך ארויסברענגען אפאר זאכן וואס איך האב מיך געלערענט:

1) אננאים באדייט גענצליך אננאים, אפילו פאר א בעסטע פריינד. איינמאל איינער ווייסט שוין דערפון, איז עס שוין נישט אין דיין רשות.

2) ווען א חבר האט נישט קיין חשק מגלה צו זיין זיין אינדענטעטעד, מוטשע נישט. עס איז נישט קיין יושר צו דערקוטשענען ווי לאנג יענער ברעכט זיך אונטער די שווערע לחץ אן קיין איבריגע חשק צו מגלה זיין.

3) איך וויל נישט אריין גיין צופיל אין די מעשה וואס האט דא פאסירט, נאר אזויפיל קען איך זאגן;
בוי נישט, און טראכט נישט, וויין נישט, און לאך נישט, באזירט אויף שפעקעלאציעס.

4) ועל כולם האב איך לערנען באקומען, וויפיל געטרייע חברים איך האב דא וואס האבן פראבירט צו בייהילפיג זיין און מחזק זיין, עצות, הצעות, און אמתדי׳ג מיט געשפירט מיין ווייטאג! עס האט זיך געלוינט די גאנצע זאך נאר צו געוואויר ווערן אייער מידות און געטריישאפט!

אזוי אויך דארף איבערגעגעבן ווערן א באזונדערע דאנק פאר די הנהלה וואס זענען מיט זייער אויסערגעווענדליכע איבערגעגעבענקייט געווען גרייט צו העלפן מיט סיי וואס עס פעלט זיך אויס.

ועל כולם דארף איך דא באדאנקען אחד מידידי היקרים, וואס צוליב די סענסעטיווקייט וועל איך נישט דערמאנען זיין נאמען, וואס צייכנט זיך אויס מיט זיין חכמה און שכל הישר, וואס איז געווען דער וואס האט פאקטיש אויסגעקלארט די זאך אז מיינע שפעקעלאציעס זענען לופטיג, און אז איך בין נישט פאבליק.

איך וויל נאר צוענדיגן מעין הפתיחה, אז איר ווילט בלייבן אננאים זאגט נישט פאר קיינעם קיינעם! ווי טאמבאל סאס האט זיך אמאל אויסגעדרוקט ״אפילו נישט פאר קיין פאטריקאנער גוי אין אידיש״!

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:35 am
דורך פשוט-קאמפליצירט
יאנקל האט געשריבן:א שטיין אראפ פון הארץ... עס איז געוואלדיג דיך צו זען צוריק.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:06 am
דורך געפילטע פיש
עס איז מער ווי סתם בלייבן אנאנים, איך מיין, עז פאר עז איך געדענק יעצט, אז איך האב נאכנישט געשריבן דא עפעס וואס איך וואלט נישט געזאגט אין קאווע שטיבל אין מיין בעסמעדרעש, נאר די מעלה פון זיין אנאנים איז אז מ'דארף נישט טראכטן פאר יעדע תגובה, וואס וועט דער און יענער טראכטן אויף מיר אויב איך שרייב דאס און דאס.
ממילא ווען איינער פרעגט מיך אויב איך שרייב אויף קאווע שטיבל זאג איז אז איך לייען עס, אבער קיין שרייבער בין איך נישט, קוים וואס איך קען טייפן אידיש, די חורבן הייבט זיך אן ווען מ'זאגט איינעם אז מ'שרייבט, אבער מ'זאגט נישט די ניק, וועט יענער דערגיין די יארן ביז ער געפינט אויס דיין אידענטעט.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:13 am
דורך randy_couture
געפילטע פיש האט געשריבן:עס איז מער ווי סתם בלייבן אנאנים, איך מיין, עז פאר עז איך געדענק יעצט, אז איך האב נאכנישט געשריבן דא עפעס וואס איך וואלט נישט געזאגט אין קאווע שטיבל אין מיין בעסמעדרעש, נאר די מעלה פון זיין אנאנים איז אז מ'דארף נישט טראכטן פאר יעדע תגובה, וואס וועט דער און יענער טראכטן אויף מיר אויב איך שרייב דאס און דאס.
ממילא ווען איינער פרעגט מיך אויב איך שרייב אויף קאווע שטיבל זאג איז אז איך לייען עס, אבער קיין שרייבער בין איך נישט, קוים וואס איך קען טייפן אידיש, די חורבן הייבט זיך אן ווען מ'זאגט איינעם אז מ'שרייבט, אבער מ'זאגט נישט די ניק, וועט יענער דערגיין די יארן ביז ער געפינט אויס דיין אידענטעט.

oh now now I understand why you say this every time I ask you

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:24 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:עס איז מער ווי סתם בלייבן אנאנים, איך מיין, עז פאר עז איך געדענק יעצט, אז איך האב נאכנישט געשריבן דא עפעס וואס איך וואלט נישט געזאגט אין קאווע שטיבל אין מיין בעסמעדרעש, נאר די מעלה פון זיין אנאנים איז אז מ'דארף נישט טראכטן פאר יעדע תגובה, וואס וועט דער און יענער טראכטן אויף מיר אויב איך שרייב דאס און דאס.
ממילא ווען איינער פרעגט מיך אויב איך שרייב אויף קאווע שטיבל זאג איז אז איך לייען עס, אבער קיין שרייבער בין איך נישט, קוים וואס איך קען טייפן אידיש, די חורבן הייבט זיך אן ווען מ'זאגט איינעם אז מ'שרייבט, אבער מ'זאגט נישט די ניק, וועט יענער דערגיין די יארן ביז ער געפינט אויס דיין אידענטעט.

ס'הייסט, ס'איז מעגליך אז דו זיצט נעבן מיר אין ביהמ"ד. איך הייב טאקע אן טראכטן. "ווער ווייסט אויב דער איד מיט די לאנגע ווייסע בארד וואס זיצט אויף מיין טיש איז נישט "געפילטע"? כ'האב דיר פארגאנגענע וואך שבת אינדערפריה געזאגט אז איך שרייב יא אויף קאווע שטיבל. און דו האסט מיך איבערגעפרעיגט אונטער וועלכן נאמען איך שרייב. האב איך געהאט דעם כח המעצר נישט אויסצוזאגן. לאמיר האפן אז דו (אנטשולדיגט, איהר. פאר אן עלטערן יוד זאגט מען נישט "דו") וועסט נישט כאפן אז איך בין עס.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:46 am
דורך ידען
יאנקל האט געשריבן:א שטיין אראפ פון הארץ... עס איז געוואלדיג דיך צו זען צוריק.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:52 am
דורך געפילטע פיש
berlbalaguleh האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:עס איז מער ווי סתם בלייבן אנאנים, איך מיין, עז פאר עז איך געדענק יעצט, אז איך האב נאכנישט געשריבן דא עפעס וואס איך וואלט נישט געזאגט אין קאווע שטיבל אין מיין בעסמעדרעש, נאר די מעלה פון זיין אנאנים איז אז מ'דארף נישט טראכטן פאר יעדע תגובה, וואס וועט דער און יענער טראכטן אויף מיר אויב איך שרייב דאס און דאס.
ממילא ווען איינער פרעגט מיך אויב איך שרייב אויף קאווע שטיבל זאג איז אז איך לייען עס, אבער קיין שרייבער בין איך נישט, קוים וואס איך קען טייפן אידיש, די חורבן הייבט זיך אן ווען מ'זאגט איינעם אז מ'שרייבט, אבער מ'זאגט נישט די ניק, וועט יענער דערגיין די יארן ביז ער געפינט אויס דיין אידענטעט.

ס'הייסט, ס'איז מעגליך אז דו זיצט נעבן מיר אין ביהמ"ד. איך הייב טאקע אן טראכטן. "ווער ווייסט אויב דער איד מיט די לאנגע ווייסע בארד וואס זיצט אויף מיין טיש איז נישט "געפילטע"? כ'האב דיר פארגאנגענע וואך שבת אינדערפריה געזאגט אז איך שרייב יא אויף קאווע שטיבל. און דו האסט מיך איבערגעפרעיגט אונטער וועלכן נאמען איך שרייב. האב איך געהאט דעם כח המעצר נישט אויסצוזאגן. לאמיר האפן אז דו (אנטשולדיגט, איהר. פאר אן עלטערן יוד זאגט מען נישט "דו") וועסט נישט כאפן אז איך בין עס.

דער אלטער איד זאגט אלעס וואס איך זאג דא אין ענקער קאווע שטיבל? איך וויל עם טרעפן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 11:59 am
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:

דאס איז געווען א פורימ'דיגער פראפייל. ונהפוך הוא. בדוו. דער אלטער יוד וואס איז געזיצן אויף מיין טיש אין ביהמ"ד איז שוין לאנג נפטר געווארן. סא. דו קענסט שלאפן (און שרייבן) רואיג.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:01 pm
דורך ידען
געפילטע פיש
:like

איך דערצייל נישט אז איך שרייב ווייל איך קען נישט אזוי גוט, אבער דו שרייבסט אזוי גוט און יעדער האט דיך ליעב דא און ווען מע וויל שרייבען א סעמפל שרייבער שרייבט מען אזוי ווי געפילטע פיש, וויזוי קענסט עס באהאלטען?

ווען כאב אנגעהויבען שרייבען האבעך נישט געטראכט אויב איך זאל זאגען פאר איינעם. אבער שפעטער האבעך שוין געשריבען אזוי פיל פרייוועט זאכן , סיי דא און נאך סאך מער ביי מאחורי הפרגוד אז איך וועל קיינמאל נישט קענען דערצציילען פאר קיינעם אפי' אויב מע זאל שטארק מיטשענען.
און סע סאך בעסער אזוי ווייל אזוי קענעך שרייבען אלעס וואס איך וויל.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:07 pm
דורך שמעקעדיג
דער אלטער איד וואוינט נישט אויף ארשיווע?

איך פיל מיך דא אויסגעשפילט, עטליכע פון מיינע חברים ווייסן שוין ווער איך בין

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:34 pm
דורך לעיקוואד
פארמעקט. יעצט ווערטס מיר אלע נייגעריק וואס האב איך דא געשריבען..

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 12:47 pm
דורך געפילטע פיש
פארדעם האב איך געשריבן אז בעצם וואלט איך נישט געהאט קיין פראבלעם, נאר איך האב ליב אז איך קען שרייבן אן טראכטן וואס דער און יענער וועט טראכטן.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:11 pm
דורך משה געציל
שמעקעדיג האט געשריבן:דער אלטער איד וואוינט נישט אויף ארשיווע?

איך פיל מיך דא אויסגעשפילט, עטליכע פון מיינע חברים ווייסן שוין ווער איך בין

שמעקעדיג, מיט אזעלכע שמעקעדיגע תגובות וואס דו שרייבסט איז אפילו דער פויבסט בארעכטיגט צו וויסן ווער דו ביסט... דאכט זיך אז איך האב נאכנישט געזען קיין איין קאנטערוועסיאלע תגובה פון דיר...

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 2:24 pm
דורך לעמיל
משה געציל!!!!!!!!! איך האב אזוי מורא געהאט!!!!!

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:17 pm
דורך [NAMELESS]
משה געצל, איך בין אנגעקומען נאכדעם וואס דו ביסט שוין אוועקגעגאנגען, אבער לויט די רעאקציע פונעם עולם זעה איך ווי שטארק זיי האבן זיך געבענקט נאך דיר. welcome back home. home sweet home

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 3:35 pm
דורך שמעקעדיג
משה געציל האט געשריבן:שמעקעדיג, מיט אזעלכע שמעקעדיגע תגובות וואס דו שרייבסט איז אפילו דער פויבסט בארעכטיגט צו וויסן ווער דו ביסט... דאכט זיך אז איך האב נאכנישט געזען קיין איין קאנטערוועסיאלע תגובה פון דיר...

דו הערסט אויף! מען זאגט נאר מקצת שבחו, און אודאי נישט כפל ד' וה'.
ווער רעדט נאך פון דעם אז איך קום נישט צו לקרסולי רגליך, וויאזוי זאגט קופערניקוס, עפר אני תחת רגליך הטהורים וכו',
ס'איז דא גענוג און נאך קאנטערוועסיאלע תגובות פון מיר, כ'האב מורא אז ס'איז עשה עצמו כאילו לא ידע...
באט שקויעך עניוועי.

נשלח: מיטוואך פעברואר 13, 2013 10:26 pm
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
משה געציל האט געשריבן:שמעקעדיג, מיט אזעלכע שמעקעדיגע תגובות וואס דו שרייבסט איז אפילו דער פויבסט בארעכטיגט צו וויסן ווער דו ביסט... דאכט זיך אז איך האב נאכנישט געזען קיין איין קאנטערוועסיאלע תגובה פון דיר...

דו הערסט אויף! מען זאגט נאר מקצת שבחו, און אודאי נישט כפל ד' וה'.
ווער רעדט נאך פון דעם אז איך קום נישט צו לקרסולי רגליך, וויאזוי זאגט קופערניקוס, עפר אני תחת רגליך הטהורים וכו',
ס'איז דא גענוג און נאך קאנטערוועסיאלע תגובות פון מיר, כ'האב מורא אז ס'איז עשה עצמו כאילו לא ידע...
באט שקויעך עניוועי.

אזא מערכה פון עניוות אהערצושטעלן. קאווע שטיבל איז בארימט פאר א סאך גוטע זאכן אבער די שרייבערס,ליינערס, קאווע טרינקערס און געסט זענען חוץ אלע אנדערע מעלות אויכעט גרויסע ענווים. (כ'וויל נישט זאגן מיט וואס דאס גראמט "רהיימס" בלע"ז). וויאזוי האט נאר ר' לייזער האלבערשטאם זכותו יגן עלינו געזאגט ויאכלו "גנבים" וישבעו.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 12:00 am
דורך אךשמח
משה געציל,

עס איז איינגענעם צו הערן אז דער בעל מחבר נטעי ההרים האט זיך געלאזט איינבעטן און וועט ווייטער משפיע זיין פון זיין רייכן פעדער להנאת כל תושבי ומוקירי השטיבל.

דא קען מען ליינען וואס איך האב געשריבן איבער די נושא פון אנהאלטן די אנאנימיטעט און עצות דערצו.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 2:45 am
דורך יאיר
רבותי, איך באהאלט נישט גארנישט. יאיר איז מיין אמת'ער נאמען. יא, דער יאיר וואס איר זעט אין גאס און איר באגריסט אים ווייל ס'איז א מצוה צו מחזק זיין אן עלנדער מענטש וועלכער קומט פון אזא נישט היימישער שטוב, זיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין מאמע א גיורת, זיין שוועסטער אן אפגעפארענע, און זיין ברודער א מזרחיסט, דאס בין איך.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:17 am
דורך טעפל
יאיר האט געשריבן:רבותי, איך באהאלט נישט גארנישט. יאיר איז מיין אמת'ער נאמען. יא, דער יאיר וואס איר זעט אין גאס און איר באגריסט אים ווייל ס'איז א מצוה צו מחזק זיין אן עלנדער מענטש וועלכער קומט פון אזא נישט היימישער שטוב, זיין טאטע איז א בעל תשובה, זיין מאמע א גיורת, זיין שוועסטער אן אפגעפארענע, און זיין ברודער א מזרחיסט, דאס בין איך.

לפיד?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 14, 2013 7:33 am
דורך ידען
אךשמח האט געשריבן:משה געציל,

עס איז איינגענעם צו הערן אז דער בעל מחבר נטעי ההרים האט זיך געלאזט איינבעטן און וועט ווייטער משפיע זיין פון זיין רייכן פעדער להנאת כל תושבי ומוקירי השטיבל.

דא קען מען ליינען וואס איך האב געשריבן איבער די נושא פון אנהאלטן די אנאנימיטעט און עצות דערצו.

Welcome back
אךשמח ביסט שוין לאנג נישט דא געווען.

מע דארף דיך אויך בעטן זאלסט בלייבען דא?

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 1:25 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:עס איז מער ווי סתם בלייבן אנאנים, איך מיין, עז פאר עז איך געדענק יעצט, אז איך האב נאכנישט געשריבן דא עפעס וואס איך וואלט נישט געזאגט אין קאווע שטיבל אין מיין בעסמעדרעש, נאר די מעלה פון זיין אנאנים איז אז מ'דארף נישט טראכטן פאר יעדע תגובה, וואס וועט דער און יענער טראכטן אויף מיר אויב איך שרייב דאס און דאס.
ממילא ווען איינער פרעגט מיך אויב איך שרייב אויף קאווע שטיבל זאג איז אז איך לייען עס, אבער קיין שרייבער בין איך נישט, קוים וואס איך קען טייפן אידיש, די חורבן הייבט זיך אן ווען מ'זאגט איינעם אז מ'שרייבט, אבער מ'זאגט נישט די ניק, וועט יענער דערגיין די יארן ביז ער געפינט אויס דיין אידענטעט.

איך וואלט געוואלט וויסען וועלכע שול די דאווענסט.
מיך וויל מען ארויסווארפן ווען איך זאג נאך געפילטע'ס רייד.

נשלח: פרייטאג פעברואר 15, 2013 2:14 am
דורך געפילטע פיש
אורשעווע (גוט געספעלט?)