בלאט 1 פון 1

לעמאן דזשוס אונזער שפיגל!

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:19 pm
דורך משה געציל
אין א ווינטער נאכט,
דער עולם פארקראכט,
דער זארגלאזער אמאל טוט בענקן,
צוריק צו בעפאר די סומאטאכע קרענקן.

איינער מיט קולות טוט שרייען,
איך וויל מיין טאטן צוריק טוט ער וויינען,
איפכא מסתברא א צווייטער זאגט,
מחה תמחה! זיצן פאר אייביג פארפלאגט,

א צעריסענע בענקשאפט טוט נאגן,
צוזאמען, צוריק צום אלטן דאס הארץ טוט קלאגן,
דאס פאסט קעסטל מיין טרייסט געבליבן דו ביסט,
ווייל אין שטיבל אלעס ארום די סומאטאכע לעהר און פיסט,

ווי דאס הינער איי פרישע געבוירן טעגליך,
נייע ניקס און ניקס יעדע מינוט ווען נאר מעגליך,
יעדער דעם סומאטאכע דעבאטירן,
דעם צווייטן משכנע זיין פראבירן.

יאסעלע שרייט, איך בין שוין הייזעריג,
איחוד אויף אים זאגט, דו ביסט שמייליג,
ער ענטפערט צוריק, איך בין הייליג,
א קינות גירושין צום שטיבל ער שרייבט צייטווייליג,

ווי א בלעטעלע פון בוים אראפגעפליקט,
א פרישע ניק זיך אריינגעריקט,
אויסגעקוועטשע לעמאן ער טוט זיך אינדענטפעצירן,
אבער ס׳איז נאר די פאלטשע, נישט וועם מ׳האט געטוהן ארעסטירן,

מיט איינגעהאלטקיינט און געלאסנקייט זיינע ווערטער ערקלערן,
צוביסלעך מיר באמערקן, א בריליאנט זיך געטוהן אריינקערן,
א בריליאנט פונעם סומאטאכע אריינבאקומען,
וואס שיינט מיט איידלקייט אן קיינע געטומלען,

ואיני יכול לנגוע בך! נישט קיין געכאפטע הייסע קיגל,
לעמאן מיין בלעטעל, דו ביסט אונזער שפיגל,
שרייב און שרייב און לעהז שטיקלעך,
מיט דיין וואונדערבארע ווערק מאך אונז גליקלעך!

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 3:27 pm
דורך [NAMELESS]
משה געציל האט געשריבן:ווי א בלעטעלע פון בוים אראפגעפליקט,
א פרישע ניק זיך אריינגעריקט,
אויסגעקוועטשע לעמאן ער טוט זיך אינדענטפעצירן,
אבער ס׳איז נאר די פאלטשע, נישט וועם מ׳האט געטוהן ארעסטירן,

מיט איינגעהאלטקיינט און געלאסנקייט זיינע ווערטער ערקלערן,
צוביסלעך מיר באמערקן, א בריליאנט זיך געטוהן אריינקערן,
א בריליאנט פונעם סומאטאכע אריינבאקומען,
וואס שיינט מיט איידלקייט אן קיינע געטומלען,

ואיני יכול לנגוע בך! נישט קיין געכאפטע הייסע קיגל,
לעמאן מיין בלעטעל, דו ביסט אונזער שפיגל,
שרייב און שרייב און לעהז שטיקלעך,
מיט דיין וואונדערבארע ווערק מאך אונז גליקלעך!



הערליך, הערליך שיין :like :like :like :like :like :like :like :like :like


:mrgreen: און מים אחרונים פאר הערשל קלאר (קרעדיט: ידידנובענדזשאמין פרענקלין)

נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 9:14 pm
דורך לעמאן דזשוס
משה געציל, א הערליכע ווערטער שפיל, גענומען די פאעזיע נעמען וואס דרך אגב, דער עולם קען אויף אויסנווייניג, און געשפינט א הערליכן שטיקל שמך נאה לשמך ואתה נאה לשמך!!!

ביזט נישט קיין געהעריגע מענטש! דו ביזט הייליג, און יגיע כפיך כי תאכל, ואיני יכול לנגוע אינעם פארמעסט בלי בך, נאר ׳צוזאמען׳

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 21, 2013 3:03 am
דורך געפילטע פיש
ס'וויל זיך ענטפערן מיט א פאעם, צו אונזער סומאטאכע
אבער וואס זאל איך טוהן אז איך טויג נישט, כ'קעניש
איין זאך ווייס איך, אז דא קומט אן אתנחתא
כ'טויג אויף כפרות, כ'גיי מיר צוריק אין בעסמעדריש.

נשלח: מיטוואך אפריל 10, 2013 12:59 am
דורך זר זהב
פריער האביך געטרינקן טיי מיט לעמאן, ס'געווען אזוי גוט יאממממממממממממ.