פאעזיע פארמעסט אדר-תשע״ג עפילאג!!!
נשלח: מיטוואך פעברואר 20, 2013 2:35 pm
יידעלעך, ברודערלעך, חברי הפארום און געסט;
מיר האבן נארוואס געענדיגט דעם ערשטן פאעזיע פארמעסט, און אין איין ווארט וויל איך סך הכל'ן "סוקסעס!!!" אויב סוקסעס דארף א משל איז עס אונזער פארמעסט, אויב "סוקסעס" דארף א נמשל איז עס ווידער אונזער פאעזיע פארמעסט, אנגעהויבן האט זיך די גאנצע שפין צו וועבן ווען קופערניקוס האט אנגעהויבן זינגען אז שטיבל ברענגט ארויס די הערליכע אינערליכע כוחות פון חברי הפארום, באלד דערנאך בין איך אויף אים ארויפגעשפרינגען מיט א קעפל פארמעסט כעוורע האבן אנגעהויבן רעדן און טראכטן דערפון הויך, טייל האבן אפילו פארגעשלאגן אז די געווינער זאל פארדינען א סקאלערשיפ גאר בקיצור די זאך האט אנגעהויבן צו פארן, אבער א דרייווער האבן מיר נישט געהאט! עד, ביז דעם אנדערן אינדערפרי האט זיך ידידינו היקר ר' משה געציל הי"ו זיך געגעבן א זעץ צו צום דרייווער זיץ און אפן דערקלערט פאעזיע פארמעסט. און ער האט נישט פארגעסן צוצולייגן דעם ! אזוי אז דער עולם זאל נישט חלומ'ן אז עס איז א וויץ לכבוד חדש אדר....
פון דא און ווייטער האט זיך די זאך אנגעהויבן צו קוילערן און פליען אויף א שטיקל טענה'ריי!! וויזוי גייט מען אויסשטעלן דעם פארמעסט, וויזוי גייט מען שטימען, ווער גייט שטימען, וויפיל צייט, וויפיל שטיקלעך און אזוי ווייטער. בין איך אריינגעקומען און ארויסגעגעבן סודות פון אייוועלט ווי ידידי הרב געלעגער האט הערליך און טאלאנטפול אנגעפירט מיט א ענליכע פארמעסט דארט אין וועלט
וואס גייט מען שרייבן? אהבה. יראה, מאחורי, אידן אין תפיסות, וואסארא סטייל? עס זענען דא צענדליגע וועגן וויזוי צו שרייבן און אזוי ווייטער און ווייטער. בקיצור די זאך האט אנגעהויבן צו ווערן ערענסטער פון מינוט צו מינוט, אינמיטן די העפטיגע טענה'ריי שרייבט מיר משה געציל אין קורצע ווערטער "לעמאן, דו גייסט פירן דעם פארמעסט" קודם פארשטייט זיך האב איך זיך געאייסערט, הכלל? איך קען נישט פירן, איך בין דא א האלבע גאסט, ווער וועט זיך מיט מיר קימערן, איך קען רעדן אין בויבעריק, וואס פארשטיי איך צו רעדן מיט מענטשן און אזוי ווייטער, אבער, האבנדיג דעם רייץ אז עס זאל צושטאנד קומען, און נאך געציל'ס הבטחה אז ער גייט מיר שטיין צו הילף דורכאויס די גאנצע פארמעסט, האב איך מסכים געוועהן...
שוין, איך נעם מיך פויקן, און האקן, איך שריי א געפילדער, איך דערשרעק, איך דערפריי, איך פרוביר מיט אלע כוחות אנצודרייען עפעס א מצב מיט מיין שטילע שטימע און דערוילעם ווייכט און צעגערט, טייל לאכן, טייל קייכן גאר פאר געלעכטער!! עפעס א מין איינגערעדטער דער, פאעזיע שמעזיע וואס וויל ער דא האבן, לאמיר גיין צום סאמאטוכע און צו מאחורי און לאזט אונז רוען....עד שבא ידידינו הרב בענדזשאמין פרענקלין און דוכטזיך צום ערשטן מאל ארויסגענומען זיין אידישן פעדער פון בוזעם קעשענע און פארשריבן א לאנגס און ארויסגעשטעלט אין א שטילן מוצש"ק.....פון דארט און ווייטער איז היסטארי, אלעס האט אנגעהויבן ערענסט צו באטראכטן די לאגע. סטיישטט? ס'דא א פארמעסט אין שטיבל, און עס איז גאר העפטיג דערצו, און איך העל שטיין אינדרויסן ווי א גולם און נישט אנטייל נעמען??!! ניין!
כעוורע האבן אנגעהויבן ארויפשארצן די ארבל, און ארויסציען די הרגישים פון הארץ און ארויפגעלייגט אויפ'ן שרייב טישל...........................עס האבן אנגעהויבן אריינצופליסן הערליכע שטיקער כעוורע האבן נישט געגלויבט אבער די פאקט איז געוועהן מיט מיר, מיר האבן דאן אנגעהויבן מיט די אפדעיטס כעוורע האבן געליארעמט און געשטורעמט חתך את צואת השור און אנדערע האבן עס אפילו בלינד איבערגענוצט...אנדערע האבן גאר ארויסגערופן א וויי געשריי אין נוסח פון א שיר און איך שטיי דא אינדערמיט און כאפ שפיזיגע פיילן פון די עליטע גאר. פון איין זייט שטייט ר' יאנקל און שטופט דעם וואגן פאראויס, פון די אנדערע זייט שרייען לעיקוואד מיט קאמפיוטער ענגליש פליז און יידל שטייט מיט און פארשטייט גארנישט אנדערש!!!
רבונו של עולם, אין וואס האב איך מיר דא אריינגעלייגט? אבער משה געציל בארואיגט און זאגט; ס'איז גארנישט העסט זעהן עס גייען זיין גרויסע זאכן, זיינע זאך קעננער גיבן אים איבער אז עס גייט מינומים זיין 11 שטיק, איך לאך!! ביזט אינגאנצן פארריקט, אפשר אז דו און איך העלן שרייבן פיר איטליכער העט זיין 10 מיט בן תמליון און יאנקל....רבותי! משה געציל איז געוועהן גערעכט איך האב אונטערגעשאצט די מצב!! (בענזשאמין, איך בעט דיר נעם מיר איבער, איך בין נישט אזוי גוט אין דעם, דו מאכסט א סופער דזשאב, ביטע)
איך וויל נאר א ווארט ארויסברענגן איך קען אייך נישט גענוג זאגן און דערציילן איבער די פארגאנגענע צוויי וואכן, מיין אישי קעסטל און מיין אימעיל אינבאקס זענען לעבעדיגע עדות דערויף, איך זאג אייך נישט קיינע גוזמאות איך רעד זייער ערענסט....יידן פון אלע שיכטן פון פאלק שרייבער און נישט, פאעטיקער און רוצה להיות'לעך האבן געשיקט געליינט געארבעט, איך קען נישט בשום אופן גיין ווייטער אן באדאנקן אין נאמען פון אייך אלע פאר ידידינו החשוב והיקר באריסטא וואס איז צוגעשטאנען צו מיר פון די ערשטע רגע, איך האב נאר איין אישי אים געשיקט און פופצן מינוט דערנאך האב איך געקראגן פון אים א צוזאג בזה"ל מיר וועלן צושטיין צו אייך, צו אלע אייערע געברויכן במשך'ן פארמעסט און כך הוה, ער האט תיכף געעפענט א באזונדערע פארום דעת הקהל און דארט האבן מיר דיסקוסירט איבער די גענויע דעטאלן פונעם פארמעסט, און ער מיט זיין שטאב האבן טאקע גאר גאר מייסטערהאפטיג צוגעשטעלט די פארמעסט און בפרט די שטים בודקעס וואס איז געפירט געווארן אין גרויס געהיים און מיט שטארק תבונה ודעת!! אין נאמען פון אלע באטייליגטע אין די פארמעסט, און חברי הפארום בכלל; א גרויסע דאנק אייך הנהלת קאווע שטיבל פארן זיין די אכסניא של ה'פארמעסט!
איצט, וויל איך מסיים זיין, איך האב שוין אסאך אסאך געשריבן אין די פארמעסט אשכולות און אין די קאמענטארן אשכול איבער מיין פערזענליכע איבערראשונג!! איך האב אפילו פארשריבן איין נאכט מיין איבערגענומענקייט פון די תהלוכה, און נאכדעם באשלאסן אז עס קען גענוצט ווערן אלס א שטיקל אינעם פארמעסט גופא!! ליינט עס איבער, איך שרייב דארט וועגן דעם יונגערמאן (אונז אלע) וואס וויל וויל וויל רעדן א שפראך פון הארץ ער וויל לעבן א גייסטיגע לעבן און עס קענען ארויסברענגען און ארויסגשרייבן!!! און ער דערגרייכט דאס זייניגע מיט זיין שטארקע רצון און זיין נפש ווערט דערפון ערפולט....
פאר הונדערטער יארן צוריק להבדיל אלף הבדלות האט זיך דער גרויסער אבן עזרא געטראפן מיט ר' יהודה הלוי דער גרויסער פייטן-בעל הכוזרי, האבן זיי געמאכט צווישן זיך א תחרות פיוט פשוט ארויסצוברענגן דעם שענסטן שיר בבחינת קנאת סופרים תרבה!
די פארמעסט האט ארויסגעברענגט טיפע סטרונעס וואס יעדעס הארץ פידל טראגט, מיר האבן זיך געפונען אינדרויסן אינעם פראסטיגן ווינטער נאכט זעהנדיג דעם קעצל'ס פרייד, מיר האבן זיך געפונען ווישן א קליין קינד'ס טרערן מיר קענען די קינדער פון טאג טעגליכן לעבן און מיר האבן זיך באקענט מיט זייער ליידן!!! מיר זענען דערנאך צוריק געווארפן געווארן אין ווארעמען שויס פון מאמע'ן און געוואיר געווארן אז מיר אלע זענען כגמול עלי אמו!!! מיר נאגן אונזער מאמע בשעת'ן שלאגן איר ברוסטקאסטן!!! דערנאך האבן מיר זיך דערזעהן אלס צובראכענע יונגערמאן וואס זיין פאסטקעסטל איז זיין איינציגע טרייסט מיר קענען אזוינע יונגעלייט, וואס ווארטן אויף א גוט ווארט, א שמייכל, פארוואס זאל זייער פאסטקעסטל דארפן זיין זייער לעבנסדערהאלטער??! מיר זענען געגאנגן דערנאך אין גאס צוזאמען מיט בנימין ער האט געטראפן א איי און אונז באוויזן איר וויכטיגקייט איר רייכע באנוץ איר שיינקייט און נוצבארקייט!! א אוצר..דערנאך ווייטער שפאצירנדיג אויף די בערג און טאלן פון הרגישים האבן מיר באגעגנט דאס בלעטל צוטראטן על אם הדרך מיר האבן אפגעליינט די טרויעריגע מציבה און דערציטערט געווארן,.....זענען מיר ווי דאס בלעטל? ווער האט אונז פארווארפן, פארוואס האבן מיר זיך געלאזט?! לאמיר פרובירן צו זעהן אלע בלעטער זאלן זיך פעסט האלטן צו זייער שטאם....מיר שפאנען אריין אין נענטסטן שול פאר א מנחה'לע נאר צו באגענען דעם פאסקונדיאק וואס ווילסטו פון אונז האבן, ווילסט דינען ג-ט לויט דיין השגה, געזונטערהייט אבער לאז אונז פשוט'ע יודן זיך אויסגיסן דאס הארץ פאר אונזער טאטען אין הימל לויט אונזער מצב, מיינסט טאקע אז אין הימל קוקט מען אויף דיר מער וועגן דיין ברייטען הוט?! ארויסגייענדיג פון שול האט אונז די וועלט אנגעהויבן צו באווייזן פארקערטע בילדער אלעס איז פשוט און קאמליצירט, עס ווענד זיך אין דעם קוקער קוק גוט העסטו זעהן אונטער א געוויין באהאלט זיך א סארקאסטישן שמייכל, אונטער א פרייליכן אויפגעלייגטן לעלו קאר זיצט א נעבעך'ל וואס ווארט אויף אויפמערקזאמקייט-הער אויף קוקן אויף יעדע זאך ווי א שוטה און דום, קוק טיפער צו כאפן וואס טוט זיך!!! געוולדיג. מיר גייען פון דארט אהיים מיר טרעפן דאס ווייב פריש אויפגעבראכט פון די נעכטיגע שרייעריי און זי איז גערעגט און וויל נישט קוקן אויף אונז מיר פארשרייבן איר א שיין לידל אויף א פאסטקארט מיר גיבן איר איבער דעם קאנווערט....זי ליינט. זי ליינט. זי וויינט!!! און יא צוזאמען וועלן לאכן און וויינען און לאכן!! מיר הערן פלוצים א בהלה א כאפצעם אין שטאט וואסאיז? א ספאנישע גוי האט געמאכט א קאווע אין א אידישע געשעפט!! שומו שמים אלע קינדערלעך לעמפעלעך מען שרייט און פארפירט, דער נעבעכדיגע אימיגראנט וואס ווייסט נישט וויזוי א באגאבונט קוקט אויס נעמט זיך דאס לעבן...סארא חילול הקדש, חילול שמי בגוים!! מיר וועלן וויסן פון היינט וואס צו טון. מיר גייען און גייען מיר דעזעהן מיסטער קינות גירושין, מיר גיבן אים א שאקל צו "א גוטן" נא וויזוי גייט עס? אוקעי, ביי! פארגעס מיר נישט צו רופן צו דיין חתונה. {כאב נאך קיינמאל נישט געזעהן א סעקאנד מערידש} מיסטער קינות פארשטעקט די קאפ אין רעקל און פארגיסט א טייך טרערן געמישט מיט רויט בלוט עס פארמירט א געשריבן געזאנג מיט האלב שיר השירים וואס זינגט זיך ארויס פון טיפענישן פון עמקי תהום רבה!! ער זינגט דעם ניגון וואס די "גרושים" האבן נישט קיין צייט צו זינגען ווייל זיי זענען פארנומען מיט די עקס!! ער זינגט זיין געזאנג ווערט העכער און העכער און מישט זיך אויס מיט א ים של דמעות וואס מיר אלע לאזן ארויס!!! עס שטעכט עס ציפט אבער....?! דאס איז אבער זיכער ווי טאג, חברי הפארום האבן הארציגע הערצער, א הארץ וואס ווען עס שפירט ווייטאג-אפילו יענעמס-וויינט עס מיט! תיתי ליכי פון דארט פאלן מיר גראד אריין אין באן-מיר זעהן א מאן וואס קלאגט אויף זיין בענקשאפט ער בענקט צו א זאך וואס ער וועט נישט האבן, און האט רחמנות אויף זיין אמאליגע ליבע!! וועלן מיר פון היינט קוקן אויף ליבע ווי א זאך וואס מען קען פארלירן און קיינמאל מער נישט טרעפן?! וועט דאס אונז עפעס לערנען. יא די אויסגאנג פון די וואלן זאגן דאס...מיר גייען אין נענטסטן געשעפט דערכאפן דאס הארץ און מיר טרעפן הרב יגיע כפיך כי תאכל-מאכט זיך א קאווע ווי נאריש און זינלאז ביזטו גנב'עסט פון די רעגירונג געלט אנצופילן דיין פוסטקייט, ביזטאך ליידיג און ווייניגער ווי א סאניטאציע ארבייטער-יענער האט א שטיקל דיגרי און מאכט זיין געלט כשר!! דו פרעסט דאנאטס פון אנדערע'םס ארבייט, שעם דיך!!! עס איז צפעדיג. דארט טרעפן מיר דעם יונגערמאן וואס וויל זיינע כוחות פארשטיקן און שרייט ואיני יכול לנגוע בך און לויפט און לויפט אין שול....טאקע הערליך. און אט דערזעהן מיר אונזערע חברי ה'פארמעסט וואס האבן יא אויפגעוועקט זייער זעהל און ער וויל נאר שרייבן און דערזעהן ווי די נאטור רעדט צו אים און רופט אים...ער וויל זעהן העכערס און טיפערס, און שרייבן און שרייבן!
אלזא, טייערע ברודער די פארמעסט איז אייער הצלחה, אייער געווינס, אייער מתנה פאר אונז אלע.....איר האט באוויזן גרויסקייט, שטארקייט, און שעפערישקייט...עלה והצלח. כאפטס אייך ארויף אויף די פליגל פון שיר און פליהט דערמיט אין ד' כנפות הארץ, באזוכט די שמי שמים און די תהום מתחת, רייסט אויף די פיר ווענט וואס נעמען ארום אייער טאלאנט און צוגיסט שירים פון אייער זעהל, און ווערט אויף אייביג נייע מענטשן!