בלאט 1 פון 1
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 6:55 pm
דורך יאיר
איך פארשטיי נישט פארוואס די אדנים זאלן זיך באציען אויפ'ן חצר, אויב די עמודים הייסן א חלק פון די קלעים זענען דאך די אדנים אויך. אויב עפעס וואלט ואת אדניה געקענט ארויפגיין אויף די עמודים, ד. ה. די אדנים פון די עמודים. אבער די עמודים זענען אויך לשון זכר.
נשלח: זונטאג מערץ 10, 2013 11:17 pm
דורך [NAMELESS]
ווען די פסוק שרייבט א לשון נוכח ואויף איין זאך, ווי למשל דא חצר, יעדע זאך וואס איז בלשון נסתר (ווי אדניה עמדיו) גייט ארויף אויף דעם. חוץ אויב עס איז דא א פסיק צווישן די אדניה און עמדיו למשל.
קלעי איז נישט די לשון נוכח דא, ווייל די חצר האט א ה׳, במילא איז עס איז די אומהענגען ״פונעם חצר״, במילא ווען די תורה שרייבט אירע שוועלן מיט זיינע זוילן, דארף עס ארויפצוגיין אויפן חצר.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:16 am
דורך יאיר
ממי, שוין צייט צו עפענען אן אפיציעלע אשכול אויסצולערנען די כללי הדקדוק.
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 12:43 am
דורך [NAMELESS]
אפשר טאקע, עס באדערט מיר זייער אז מיין צדיק האט נישט קיין מושג וואס עס מיינט לשון נוכח ונסתר, שרייבן לשון עבר, הוה, עתיד. לשון זכר לשון נקבה.
שותף, משותף, ישתתף, השתתפה, השתתפתי, השתתפת, נשתתף, שותפות, שותפים, תשתתף, תשתתפו, תשתתפתי, משותפים, משתתפות, שותפה, משתף, שמשתף, השתתפו, שהשתתפו. און לכאורה איז דא נאך אפאר וואס ליגט מיר נישט אין קאפ.
פארוואס קען זיין אן אינגערמאן וואס קומט ארויס לאמיר זאגן- פון 4 יאר כולל. קומט אויס, ער האט געלערנט איבער 20 יאר תורה, פארוואס קענען זיי נישט די אלף בית פון די כללים?
נשלח: מאנטאג מערץ 11, 2013 1:30 am
דורך גנדי
מיר האבן מורא געהאט פון די משכילים און אידישיסטן.
היינט איז שוין העכסט צייט אויס צולערנען.
וואס קען איך ערווארטן פון מיין זוהן ווען זיין מנהל\מלמד שיקט כסדר אהיים צעטלעך פיל מיט גרייזן?
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:08 pm
דורך ישבב הסופר
ממי_שאמרו האט געשריבן:אפשר טאקע, עס באדערט מיר זייער אז מיין צדיק האט נישט קיין מושג וואס עס מיינט לשון נוכח ונסתר, שרייבן לשון עבר, הוה, עתיד. לשון זכר לשון נקבה.
שותף, משותף, ישתתף, השתתפה, השתתפתי, השתתפת, נשתתף, שותפות, שותפים, תשתתף, תשתתפו, תשתתפתי, משותפים, משתתפות, שותפה, משתף, שמשתף, השתתפו, שהשתתפו. און לכאורה איז דא נאך אפאר וואס ליגט מיר נישט אין קאפ.
פארוואס קען זיין אן אינגערמאן וואס קומט ארויס לאמיר זאגן- פון 4 יאר כולל. קומט אויס, ער האט געלערנט איבער 20 יאר תורה, פארוואס קענען זיי נישט די אלף בית פון די כללים?
צ"ל תשתתפי.
וגם שייר: תשתתפנה, שיתף, שתף, ועוד. כמו"כ הוסיף כמה בנינים שאינם אלא בנין אחד, ובאחד מהם ניתוסף אות משרת. [למשל משתף - שמשתף , השתתפו - שהשתתפו].
נשלח: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 9:16 pm
דורך [NAMELESS]
גערעכט, אבער דער עולם קען נישט די חילוק און ווען ניצט מען דאס אדער דאס. און איך האב געשריבן אז איך האב פארגעסן אפאר.