בלאט 1 פון 3
סעוועדזש פיסקעוועט איבער מציצה בפה
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:15 am
דורך בן תמליון
מיכאל-מייקל וויינער-סעוועדזש וואס האט זיך איינגעשאפן הייסע חסידים ביים היימישן ציבור מיט זיין ווילדן קאנסערוואטיוון פיסק, ביי אונז דא אין שטיבל איז זר זהב באקאנט צו זיין פון זיינע פארברענטע אנהענגער, האט זיך נעכטן אויף זיין ראדיא פראגראם ארויסגעלאזט אין א צולאזטן טיראדא איבער דאס בארבאריזם איבער מציצה בפה. מאדערנע חברה רופן אריין און טשאלנזשן איהם איינער מער סוקסעספול ווי דעם אנדערן. מיט זיין גרויסן מוח ווייזט ער גאנץ אביסל איגנאראנץ איבער די יסודות פון הלכה אבער ער איז בריליאנט און אינטערהאלטנדיק ווי אייביק. איך האב ליב ווי ער שפילט תלמיד חכם מיט דעם קאלער פון עי די על, "ראביי סעוועדזש זאגט מיקראבן טוהען נישט דיסקרימינירן". ער פרעגט איינעם פון די קאלערס וואו אין די תורה ס'שטייט אז מ'דארף מאכן מציצה בפה, האט אים יענער צוריקגעפרעגט וויזוי ער טייטש אפ עין תחת עין, אזוי ווי די תורה אדער ווי דער תלמוד?
אגב דער באריכט אויף וואס ער באציט זיך זאגט אז צוויי קינדער האבן באקומען הערפיס איינער HIV וואס איז נישט אמת נישט קיין HIV.
ס'מורא'דיג, דער סעוועדזש וואס ווייסט גענוג און נאך איבער אלעס און אלעמען זיך איינצורעדן אז ער ווייסט באמת אלעס, פראוועט עם הארצות שאין כדוגמתו און ער רעדט שטותים כדרכו מיט זיין באמבאסטישן שטימע ואס דאס דארף אים כלומרשט געבן די אויבערהאנט.
דא האט איר דעם גאנצן קליפ אן די עדס.
http://www.youtube.com/watch?v=wr0MlnD4bcQ
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:27 am
דורך זר זהב
די אריינרופערס שטעלן אים אויפ'ן פלאץ. ער איז גוט פאריקט, רעדט אזעלכע נארישקייטן. ער זאגט למשל אז די בעיבי וואס גייט דורך מציצה בפה וועט זיין גאנץ לעבן האבן קאשמארן פון א אלטן איד וואס לייגט זיין מויל וכו'... איז ער משוגע צי וואס? א ריכטיגער רעד דייפער דאופער בעיבי.
דא איז די קליפ וואס בן תמליון האט ארויפגעלייגט.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=wr0MlnD4bcQ[/youtube]
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:40 am
דורך זר זהב
ביי 52 מינוט רופט אריין דער ADL עלטערע איד וואס רעפרעזענטירט ברית מילה כהלכה. און סעוועדזש ברענגט אים א ראי פון די "ארטאדאקסישע ליבהאבער" צייטונג די דזשואיש וויק.... וואס נאך קען מען אננעמען פון דעם 'אלץ-ווייסער'?
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:44 am
דורך געפילטע פיש
ער מישט צום HIV מיט HSV, זייער אינטעליגענט פון זיין זייט.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:54 am
דורך זר זהב
שפעטער קאלט איינער יחיאל אריין, יענער איז קעגן מציצה און סעוועדזש לאזט אים רעדן און רעדן (אן אריינהאקן כדרכו בקודש)
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:57 am
דורך shem-tov
איך מיין ער שפילט דא א פשוטער געים, ווער ס'הערט ראדיא און איז אביסל באקאנט אין די מארקעט, ווייסט אז זייער באדעם ליין איז רעיטינגס. רעיטינגס, און נאכאמאל רעיטינגס. און דאס איז די באדעם ליין ביי יעדע פון די טולק-שוי רעדער. ניו יארק סיטי איז די גרעסטע אין די מארקעט, ווער ס'מאכט עס דא, מאכט עס שוין נאכדעם לייכט איבעראל. אורטאדאקסישע אידן זענען פון די גרעסטע צוהערער אין ניו יארק, יעצט פארוואס זאל ער זיך וועלן מיט אונז אנהייבן. נאר וואס דען, סעוועטש איז א געלונגענער פארשוין, זיין ציל איז פשוט אונז אריינצושלעפן אינעם דיבעיט, ער פרעגט און מיר ענטפערן, ער גיט גענוג אכטונג אונז נישט אויפצורעגן. ער ווייסט אז נישט ער און נישט די סיטי גייט אונז קענען טוישן. ער איז פיין באקאנט מיט אונזער קאלטשער. איך ווייס פון אומקאנפירעמד סארסעס אז ער איז א באהאלטענער מאדערן ארטאדאקס, ער ווייסט אויך גאנץ פיין פונקטלעך אלעס איבער מציצה בפה. ער זאל פארקויפן פאר זיין באבען אז ער איז יעצט געוואר געווארן, איי פארוואס טוט ער דעם שפיל..... בעסערע רעיטינגס.... והא ראי', ווען האט ער דאס לעצטע מאל געלאזט איינעם קומען צום ווארט, און דא לאזט ער יענעם ענטפערן און פרעגט אים איבער. ער קען נאך צום סוף זאגן, אז מיר זענען גערעכט און די סיטי זאל אוועקשטיין פון אונז. איך קאן אים גיט
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:32 pm
דורך אויס מענטש
דער יחיאל איז שיטה מקובצת
קאנפירמד
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:41 pm
דורך [NAMELESS]
סעוועדזש האקט שטיקער, איינער וואס איז נישט קיין ארטאדאקסישער איד דארף ווערן איבערצייגט פון אים.
הערה צו שעמ טאוו
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 12:48 pm
דורך berlbalaguleh
דו זאגסט (אדער שרייבסט) בתוך הדברים, אויף מייקל סעוועדזש אז ר'איז א באהאלטענער מאדערן ארטאדאקס. און וואס איז מיט'ן פאקט אז ר'האט חתונה געהאט מיט א כשר'ע גויטע מיוחסת, פון די ז' עממים?!

נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:22 pm
דורך זר זהב
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:25 pm
דורך זר זהב
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:51 pm
דורך זר זהב
אפילו דער אחור פעילד מעסייע לייגט צונער סעוועדזש. סעוועדזש בעיסט זיין שוי אויף א אומקארעקטן פאקס העדליין.
http://failedmessiah.typepad.com/failed ... n-345.html
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:55 pm
דורך ממרום שלח אש
ער פלעגט זיין בעטעם'ט אבער ער וועפט אין גרויסן שוין א לאנגע צייט, וואס די שאו גייט דורך בערך אזוי,
"יו וואנט טא טאלק פאליטיקס? (דא נעמט ער זיך שרייען ווי א וויזל טיר ביי די שחיטה) איי סוועיר טו גאד איי קענט טעיק איט ענימאר! איי קענט טעיק איט נא מאור, סאו וואט דו יו וואנט טו טאלק נאו? הםםם, איי וויל ריד פראם אלד יארק טייםס, דו יו לייק מיי שטיק? נאבאדי אין רעדיא קען דא וואט איי דא, ער נעמט זיך מורמלען די קעפלעך, נאך א מינוט, דהעיר איז נא נויס, נאטינג, איי סוועיר טו גאד, לעט מי ריעד פראם מיי סייט, הםםםםםם , סאו וואט דו יו וואנט טו טאלק אבאוט? יו קען קאלל מי עבאוט עניטינג, נאבדי איז קאללינג? וועלל,פיפעל ווארק הראד, זיי דאנט ליסטן טא רעדיא ענימאר, וועל איי וויל טעיק ע ברעיק".
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:58 pm
דורך זר זהב
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:26 pm
דורך זר זהב
עטליכע קאמענטס אויף VIN
He's always been a bigot who twists the facts to meet his needs. I could never understand how anyone could listen to him. His claim alone that a infant has a memory of an old man with a beard cutting him is absurd since an 8 day old isn't capable of remembering anything and a mohel can be young and clean shaven.
-----
He would be far better of if he would shut off his Peh (mouth).
At least the UK has banned this big Peh from entering the country.
-----
Until he can understand the concept of messora - all those people calling up were wasting their time.
More so, if he really wanted answers he would have made time to look up the reports from the doctors who wrote that those few babies were ill for other reasons. (not tell the caller your making it up)
-----
Always thought (knew) this self hating jew is a real idiot.
I can't understand why people even argue with this lunatic.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:40 pm
דורך ממרום שלח אש
די סטעיטמענט "זשאנק פוד איז נישט יודישקייט" מיט וואס ער האט זיך נעכטן אזוי בארימט, איז אזוי לעכערליך אז עס קומט צו ברעכן.
איך האב עס שוין געהערט פון אים עטליכע מאל, יעדעס מאל זאגט ער עס איבער מיט אזא חביבות ווי גלייך ס'איז עפעס א וועלטס אויסטרעף.
אין א נוסן שאלעכץ, "אידן עסן זשאנק פוד, ווי למשל בארשט און פלאנקן (!) ווייל אזוי האט מען אלץ געגעסן אין מזרח אייראפע, איז הער דאקטער מגלה אין זיין ארטיקל, ניין! מאיז נישט מחויב צו עסן בארשט! מקען עסן אנדערע זאכן אויך אין בליבן א איד"
חילו לאוריתא!
נ.ב. סווערט געזוכט א נדבן וואס זאל ערקלערן פארן אלס ווייסער וואס בארשט מיינט.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 2:54 pm
דורך לעמיל
מצליח וועט שוין האבען וואס צו שרייבען די חודש
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:07 pm
דורך בן תמליון
דער איד איז צומאל צוקער זיס. איינמאל הער איך איהם פירן א לאנגן שמועס ער האט געוואלט פארשטיין פארוואס "אורבען קולטור" (דאס מיינט געווענליך שווארצע) גייען מיט גרויסע הויזן וואס פאלט אראפ פון די זייטן. בקיצור ער שפעקולירט אהער אהין אפשר ווייל זיי האבן נישט קיין געלד און ירש'נען פון די גרויסע ברודער, ער נעמט קאלערס און הערט אויס זייער מיינונג און שלעפט געמיטליך. ממש צום סוף פארן ברעיק ווען די מוזיק הייבט שוין אן צו טאנצן ווילד גיבט ער א געשריי: איר ווילט וויסן פארוואס זיי גייען די גרויסע הויזן? איך וועל אייך זאגן, און דא הייבט ער זיין קול ווי אן אריה דבי עלאי" זיי דארפן עס צו באהאלטן דראגס און גאנס פון די פאליס!
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:20 pm
דורך זר זהב
בן דא האסטע עפעס ענליך, דער שווארצער מעיאר פון פילאדעלפיע מוסר'ט זיינע שווארצע לאנדסמאן.. מורא'דיג!
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=C6haU83ni5Y[/youtube]
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 3:31 pm
דורך בן תמליון
איך קאטשע זיך פאר געלעכטער זר.
איינמאל הער איך איהם שרייען ער איז געווען אין א טיאטער זיצט דארט א שווארצע נקיבה גראב ווי א הויז און פרעסט קאוק מיט פאפקארן זי האט שוין דייעבעיטיס מיט 70 אנדערע דיזיזעס און איך, שרייט סעוועדש, דארף באצאלן די העלט קעיר פון די "חזיר". (אזוי זאגט ער עס ארויס ער קען גאנץ אסאך אידיש).
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 9:38 pm
דורך ממרום שלח אש
יוסי געשטעטנער איז יעצט געווען אויף די שאו, איבערגעקייט פון נעכטן.
ער האט בשו"א נישט געוואלט ענטפערן פארוואס מען דארף מצב"פ, ווייל ער איז נישט קיין ראביי (אדער ווייל ער האלט אויך נישט דערפון), נאר זיך געהאלטן צו דעם אז עס איז נישט קיין סכנה. ווייל 11 פון 32,000 האט נישט קיין ערך.
האט דאך מיודענו מייקל דוקא יא געוואלט רעדן דערפון, איז מען געגאנגן אין רינגן.
לסוף האט מייקל געזאגט אז עס לאזט איבער א פסיכאלאגישע אפעקט אויפן קינד, דא איז יוסי אויפגעשפרונגען, סקען נישט זיין, ווייל ער האט אויך געהאט מצב"פ און ער איז נישט משוגע, האט מייקל געפרעגט, מאן יאמר? אפשר יא? איז מען געבליבן ביי די קושיא, ולית נגר ובר נגר דפרקינה...
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:41 pm
דורך יואליש
בן תמליון האט געשריבן:דער איד איז צומאל צוקער זיס. איינמאל הער איך איהם פירן א לאנגן שמועס ער האט געוואלט פארשטיין פארוואס "אורבען קולטור" (דאס מיינט געווענליך שווארצע) גייען מיט גרויסע הויזן וואס פאלט אראפ פון די זייטן. בקיצור ער שפעקולירט אהער אהין אפשר ווייל זיי האבן נישט קיין געלד און ירש'נען פון די גרויסע ברודער, ער נעמט קאלערס און הערט אויס זייער מיינונג און שלעפט געמיטליך. ממש צום סוף פארן ברעיק ווען די מוזיק הייבט שוין אן צו טאנצן ווילד גיבט ער א געשריי: איר ווילט וויסן פארוואס זיי גייען די גרויסע הויזן? איך וועל אייך זאגן, און דא הייבט ער זיין קול ווי אן אריה דבי עלאי" זיי דארפן עס צו באהאלטן דראגס און גאנס פון די פאליס!
ערגעץ אויף א אורבן קאווע שטיבל זיצט איינער און שעלט איבער סעוויטש'ס בלינדע שנאה צו די שווארצע, און זאגט אז גראדע איז ער גאנץ גיט, ער האט אים אמאל געהערט צולייגן די ארטאדאקסישע חסידים מיט זייערע זייגעדיגע תאוות.
נשלח: דינסטאג אפריל 09, 2013 11:44 pm
דורך יואליש
ממרום שלח אש האט געשריבן:יוסי געשטעטנער איז יעצט געווען אויף די שאו, איבערגעקייט פון נעכטן.
סעוויטש און געשטעטנער, צוויי געווינער'ס פון א דעבאטע אין וואס מציצה בפה איז דער פארלירער.
די איינציגסטע וועג צו געווינען די מציצה בפה דעבאטע איז דורך נישט רעדן דערפין. סטאטיסטיקס ארויף, סטאטיסטיקס אראפ, ס'איז דבר שנפשו של אמעריקאנער קץ בו.