בלאט 1 פון 1

א נייע צענטראלע ביהמ"ד אין וויליאמסבורג פאר די ארונים?

נשלח: מאנטאג אפריל 15, 2013 7:23 pm
דורך איך זאג דיר
איך האב אנומעלט געהאט די געלעגנהייט צו ליינען אין בלאט צווישען אנדערן אז די פירערס פון די ארונים האבן ערענסטע פלענער צו בויען א נייעם צענטראלן ביהמ"ד אין וויליאמסבורג, (מסירת מודעה: דאס וואס איך רוף זיי אן ביים נאמען "ארונים" איז נישט ווייל איך וויל שרייבן נעגאטיוו, נאר כדי מ'זאל וויסן פון וועמען מ'רעדט) און אז מ'האט שוין עטליכע שטחים וואס מ'דעבאטירט ערענסט וועלכע שטח מ'זאל נעמען פארן צענטראלן ביהמ"ד, לפי דעתי העני' איז דאס אביסל איבערגעטריבן ווייל מ'האט זיך שוין איינגעארדענט אינעם ביהמ"ד אויף הופער סטריט און קיין איבריגע 20 צו 30 מיליאן דאלער קומט אויך נישט צופוס, ממילא פארשטיי איך נישט דאס גאנצע געשרייבעכט'ס אויסערדעם האט מען דאך בתי מדרשים אין אלע ווינקלען פון וויליאמסבורג סיי די ארונים און סיי די זאלונים, סאיז נישט ווי אמאל אין די בראשית יארן וואס מ'האט נאר געהאט 500 בעדפארד און שפעטער ראדני, היינט איז דאך אן אנדער וועלט, ממילא וואלט איך געוואלט אז איינער זאל מיר עפענען דעם קאפ און מסביר זיין וואס דא גייט פאר, צו איך דארף טאקע ווארטן מיט שפאנונג ווען דער נייער צענטראלער ביהמ"ד וועט ווערן געבויעט, און דרך אגב וויל איך וויסן וואס גייט מען טון מיט דעם יעצטיגן ביהמ"ד סיי 13 הופער און סיי 14 הופער