בלאט 1 פון 11

אן אשכול צו מתקן זיין גראמאטיק און ספעלינג

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 11:54 am
דורך בן תמליון
אסאך מאל קומט אויס דא אין שטיבל מען ליינט ווי חברים שרייבן און עס גריצלט אין די אויערן שלעכטע אויסלייג און גראמאטיק, איר האט א דרוק צו קאמענטירן און פארעכטן אבער עס פאסט נישט סתם סיקירן יענעם. אפשר וואלט געווען פאסיק א אשכול ווי ווער עס וויל פארעכטן גרייזן זאל דא קומען און אזוי בדרך אגב וועט דער עולם זיך לערנען שרייבן.

נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 11:59 am
דורך בן תמליון
וואלפה שרייבט:

פאר זיינע מוסדות וואס מען וועט פארקויפן אז עס לערנען צוויי הונדרעט בחורים


אין אידיש שרייבט מען "הונדערט".

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:42 pm
דורך פיקציע
איך שטיץ שטארק דעם געדאנק, עס וועט זיכער זיין לתועלת.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 4:57 pm
דורך לעמיל
יאנקל האט געשריבן:. where שרייבט מען אין אידיש "וואו", נישט "ווי".

קיינמאל נישט געוויסט
יישר כח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 5:00 pm
דורך בן תמליון
ייש"כ ר' יאנקל. און "ווי" קומט ווען? "שרייבן דארף מען ווי יאנקל?"

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 5:03 pm
דורך געפילטע פיש
ווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:41 pm
דורך זר זהב
לעמיל האט געשריבן:
יאנקל האט געשריבן:. where שרייבט מען אין אידיש "וואו", נישט "ווי".

קיינמאל נישט געוויסט
יישר כח

געוואוסט!!

גאש...

אזוי מיינעך

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 8:48 pm
דורך מאראנצןזאפט
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.


איך מיין אז ווי איז אויך דער טייטש אויף how
למשל: וויאזוי

נשלח: דאנערשטאג אפריל 18, 2013 11:50 pm
דורך בענדזשאמין פרענקלין
בן תמליון האט געשריבן:וואלפה שרייבט:

פאר זיינע מוסדות וואס מען וועט פארקויפן אז עס לערנען צוויי הונדרעט בחורים


אין אידיש שרייבט מען "הונדערט".

ס'קאסט מיר א לאך, מתקן זיין וואלפא'ס טעותים איז א פואל טיים זשאב, ניטאמאל זיין נאמען קען ער ספעלען געהעריג כ'מיין מ'שרייבט וואלפא מיט א אלף נישט וואלפה. ס'זעט מיר אויס ווי דער וואלפה איז א מגולח און וואוינט ערגעץ אין ריווערדעיל אדער אין וואשינגטאן הייטס און קען אידיש אזוי ווי קופערניקוס קען ענגליש.
וואלפא נאטינג פערסינאל, כ'וויל סך הכל אז בן תמליון זאל אראפקריכן פון דיר ווייל אויב נישט וועט דאס זיין די לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל.

נשלח: פרייטאג אפריל 19, 2013 2:18 am
דורך ונבנתה העיר
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.


איך מיין אז ווי איז אויך דער טייטש אויף how
למשל: וויאזוי

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז די שאלה 'וויאזוי' איז במקורו צוויי אפגעטיילטע ווערטער געזאגט בניחותא, דהיינו איך בין דיר מסביר וויאזוי[...] מען שרויפט אריין א שרויף, שרויף איך עס אריין און איך זאג דיר 'ווי אזוי' ['אזוי' גייט ארויף אויף די פעולת השרויפן], והוא הדין ווען דו פראביר'סט אריינצושרויפן און דו פרעגסט מיר ווי אזוי? דהיינו אזוי איז די ריכטיגע וועג?, ומשם נשתלשל אז עס מיינט how.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:12 pm
דורך יואב
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.

דאכט זיך "נער" איז נאר לשון קודש, און עס מיינט יונג (אינג?).
א טיפוש ווערט געשריבן "נאר", סיידן איר האט טאקע געמיינט יונג דא.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:14 pm
דורך יואב
איך האלט ווי יאנקל מ'זאל נישט שרייבן קיין נעמען, בלויז ציטירן דעם טעות, און דאס מתקן זיין.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 10:33 pm
דורך פיקציע
איך וואלט געקענט באשטיין אז ווען איך שרייב ׳אמעראציש׳ אז מען זאל מיר אויפמערקן ביי מיין נאמען.
אויב נישט וועל איך נישט כאפן אז מען מיינט מיר.

נשלח: זונטאג אפריל 21, 2013 11:10 pm
דורך יאיר
בן תמליון האט געשריבן:אסאך מאל קומט אויס דא אין שטיבל מען ליינט ווי חברים שרייבן און עס גריצלט אין די אויערן שלעכטע אויסלייג און גראמאטיק, איר האט א דרוק צו קאמענטירן און פארעכטן אבער עס פאסט נישט סתם סיקירן יענעם. אפשר וואלט געווען פאסיק א אשכול ווי ווער עס וויל פארעכטן גרייזן זאל דא קומען און אזוי בדרך אגב וועט דער עולם זיך לערנען שרייבן.

"גרילצט"
"דאס" שלעכטע אויסלייג
"פארריכטן"
"צו" "סעקירן" יענעם.
"אן" אשכול
"וואו" ווער עס וויל "פארריכטן"
עטליכע שטריכלעך ליתן ריוח בין הדבקים

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 12:53 am
דורך מורינו הרב
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:וואלפה שרייבט:

פאר זיינע מוסדות וואס מען וועט פארקויפן אז עס לערנען צוויי הונדרעט בחורים


אין אידיש שרייבט מען "הונדערט".

ס'קאסט מיר א לאך, מתקן זיין וואלפא'ס טעותים איז א פואל טיים זשאב, ניטאמאל זיין נאמען קען ער ספעלען געהעריג כ'מיין מ'שרייבט וואלפא מיט א אלף נישט וואלפה. ס'זעט מיר אויס ווי דער וואלפה איז א מגולח און וואוינט ערגעץ אין ריווערדעיל אדער אין וואשינגטאן הייטס און קען אידיש אזוי ווי קופערניקוס קען ענגליש.
וואלפא נאטינג פערסינאל, כ'וויל סך הכל אז בן תמליון זאל אראפקריכן פון דיר ווייל אויב נישט וועט דאס זיין די לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל.


בענדזשאמין היקר: פארשטיי איך זיך נישט מיט דיר.

ס'קוקט מיר אויס כאילו דו ביסט דער גרויסער מבין אויף אידיש, וואס קען אפשאצן צי וואלפה קען יא אדער נישט ספעלן. ווי איך זעה האסטו ניטאמאל געהאט די ידיעה איבער דיין אידישן נאמען 'בנימין פראנקפורטער', און זיך געמוזט רופן מיטן גוי'אישן נאמען דיינער 'בענדזשאמין פרענקלין'. דו קענסט בכלל אידיש? - איך קען דיר פארהערן? - איך וויל דיר נישט פארשעמען, אבער איך האב גראדע נאכגעקוקט דיינע באשרייבונגען, איך שוין דיר זייער, און איך וויל נישט זאגן ווי אזוי ס'קוקט אויס... דוכט זיך מיר אז אזוי איז דער כלל, אז דער וואס האט דער פעלער, הענגט עס אן אינעם אנדערן....

האסט געהערט א חוצפה? קומט זיך אן אזא מאדערענער איד, עפעס א פיינשמעקער וואס רופט זיך אפיציעל ביים גוי'אישן נאמען, און ער וועט אונז זאגן ווי אזוי וואלפה גייט אנגעטאן און ווי חסידי'ש ער איז... כ'מיין ווער ביסטו בכלל? - דו האסט דאך ניטאמאל א אידישע צורה, ביסט א 'בענדזשעמין' מיט אלע מפרשים...

און פאר איך פארגעס: זיין נאמען איז 'וואלפה' מיט א ה' - ער הייסט נאך א באבע און דעריבער שרייבט מען עס מיט א ה'...

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:08 am
דורך נייגעריגער
פיקציע האט געשריבן:איך וואלט געקענט באשטיין אז ווען איך שרייב ׳אמעראציש׳ אז מען זאל מיר אויפמערקן ביי מיין נאמען.
אויב נישט וועל איך נישט כאפן אז מען מיינט מיר.

גאמאני מיצטארעף!!
די בעסטע וואלט ווען געוועזן ווען מ'לייגט עס סיי ארויס פארן פובליקום שלא תמות כמו שמת "נייגעריגער"....
און אחוץ דעם שיקט מען מיר עס אריין אין פאסט-קעסטל אז איך זאל וויסן ולא יזידון עוד.....

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:26 am
דורך פיקציע
יאנקל האט געשריבן:מ'דארף נישט שרייבן דעם נאמען, נאר מ'קען דעם נעמליכן בעל עבירה שיקן אין אישית א לינק.

איך האלט שטארק ווי יאנקל, נאר איך האב נישט געהאט די העזה עס צו בעטן אין פובליק.
איך פיל ווי די מגיהים וועלכע פארעכטן מיינע טעותים טוען מיר א גרויסע טובה מיטן אויסבעסערן מיין שפראך, האב איך נישט געזוכט זיי צו באמיען מיט איבעריגע ארבעט מיר צו דארפן אישי'ען. אבער אויב יאנקל איז גרייט דערויף איז תבוא עליו ברכה!!

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 10:42 am
דורך טעפל
נייגעריגער האט געשריבן:
פיקציע האט געשריבן:איך וואלט געקענט באשטיין אז ווען איך שרייב ׳אמעראציש׳ אז מען זאל מיר אויפמערקן ביי מיין נאמען.
אויב נישט וועל איך נישט כאפן אז מען מיינט מיר.

גאמאני מיצטארעף!!
די בעסטע וואלט ווען געוועזן ווען מ'לייגט עס סיי ארויס פארן פובליקום שלא תמות כמו שמת "נייגעריגער"....
און אחוץ דעם שיקט מען מיר עס אריין אין פאסט-קעסטל אז איך זאל וויסן ולא יזידון עוד.....

גאמאני מיצטארעף!! אמאהל כאפ איך אז איך שרייב נישט גוט אבער כ'געדענק נישט וויאזוי איז יא גוט, יעצט גיי פרעג איינעם, וועם וואלפא? בענדזי? קופער? איז דאס איז גאנץ א גוטע פלאן, ולשומעים יונעם ותבוא עליהם ברכה..

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 2:04 pm
דורך וואלפה
בענדזשאמין פרענקלין האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן:וואלפה שרייבט:

פאר זיינע מוסדות וואס מען וועט פארקויפן אז עס לערנען צוויי הונדרעט בחורים


אין אידיש שרייבט מען "הונדערט".

ס'קאסט מיר א לאך, מתקן זיין וואלפא'ס טעותים איז א פואל טיים זשאב, ניטאמאל זיין נאמען קען ער ספעלען געהעריג כ'מיין מ'שרייבט וואלפא מיט א אלף נישט וואלפה. ס'זעט מיר אויס ווי דער וואלפה איז א מגולח און וואוינט ערגעץ אין ריווערדעיל אדער אין וואשינגטאן הייטס און קען אידיש אזוי ווי קופערניקוס קען ענגליש.
וואלפא נאטינג פערסינאל, כ'וויל סך הכל אז בן תמליון זאל אראפקריכן פון דיר ווייל אויב נישט וועט דאס זיין די לענגסטע אשכול אין קאווע שטיבל.

בנימין א נביא בוסטו ?, פון ווי האסטו אזוי גוט צוגעטראפן אז איך בין א מגולח?.
א ביסל אינטערגעשאצט, איך שנייט נאר די פאת הזקן , די איבריגע חלק זקן איז ווילד באוואקסען, ווי איבערגעבליבענע פערפל האבען זיך פלאצירט, שטיקער אייער ליגען שוואך באהאפטן, און יאגערט כאפט זיך שטארק אן מיט לעצטע כוחות אויף די אינטערשטע קווארטל האר.

איך פלעג טאקע וואוינן אין וואשינגטאן הייטס, אבער נאכן מאסיוון באבע-גאנאש צונאמי האב איך זיך אריבער געצויגען קיין אינטער ווישען.
ווי פון דארט האט מיר א שטילע זכר באנדל ווינט געבלאזן קיין הימפאסוועטריקא ,ד'יאפטשיק וואס איז אינצווישן מזרח און צפון דערפל.
נאכען ווערן באפאלן פון פארפרוירענע קושקע און ווארעמע סעלטצער, בין איך געקומען וואוינן דא אין קאווע שטיבל. איך האב א שטאקע הכרות הטוב אז דו ביסט מיך שטארק מקרב, און די שלאגסט זיך פאר מיין כבוד, אז איך זאל שוין איינמאל פאר אלע מאל האבן א מקום מנוחה, שכוח...

און בנוגע מיין חשובע נאמען האט מיך שוין מורינו הרב מער ווייניגער פארענטפערט.
למען האמת, ביי אונז ספרדים איז עס גאר א חשובע נאמען.
וואס בין איך שילדיג אז מיין טאטע האט נישט געקענט ספעלן ביי מיין ברית באבא שלאמצא דבאשא וואלפא-ה ע"ה'ס נאמען, (דער עיקר איז אז מען רופט מיך נישט מיט א "ת" צום סוף ווייל אויב נישט וועל איך אויסזעהן ווי מרגליא-ה מרגלית נאמען )

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 8:25 pm
דורך מאראנצןזאפט
ונבנתה העיר האט געשריבן:
מאראנצןזאפט האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:ווי איז Like, אזוי ווי, ווי א נער, זעהט אויס ווי שטאט'ס גביר.


איך מיין אז ווי איז אויך דער טייטש אויף how
למשל: וויאזוי

לולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז די שאלה 'וויאזוי' איז במקורו צוויי אפגעטיילטע ווערטער געזאגט בניחותא, דהיינו איך בין דיר מסביר וויאזוי[...] מען שרויפט אריין א שרויף, שרויף איך עס אריין און איך זאג דיר 'ווי אזוי' ['אזוי' גייט ארויף אויף די פעולת השרויפן], והוא הדין ווען דו פראביר'סט אריינצושרויפן און דו פרעגסט מיר ווי אזוי? דהיינו אזוי איז די ריכטיגע וועג?, ומשם נשתלשל אז עס מיינט how.


ווי אפט איז how often ס'העלפט דיך?
לויט וויך איך בין באקאנט שרייבן די היינטיגע שרייבער וויאזוי אלס איין ווארט און איך האב נישט געזען מ'זאל אננעמען דעם אויבנדערמאנטן חילוק.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:04 pm
דורך משולם שטיינפעלד
בן תמליון האט געשריבן: . אפשר וואלט געווען פאסיק א אשכול ווי ווער עס וויל פארעכטן גרייזן זאל דא קומען און אזוי בדרך אגב וועט דער עולם זיך לערנען שרייבן.

פאסיק אדער פאסיג?

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:19 pm
דורך בן תמליון
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:
בן תמליון האט געשריבן: . אפשר וואלט געווען פאסיק א אשכול ווי ווער עס וויל פארעכטן גרייזן זאל דא קומען און אזוי בדרך אגב וועט דער עולם זיך לערנען שרייבן.

פאסיק אדער פאסיג?


ביי אונז חסידים שרייבט זיך פאסיג, די אידישיסטען שרייבן פאסיק הייליק אא"וו, מיר געפעלט עס בעסער.

נשלח: מאנטאג אפריל 22, 2013 9:21 pm
דורך זר זהב
דעמאלטס איז נישט הייליג ליעב צו האבן הייליק..