בלאט 1 פון 4
די העכסטע ראנגען לייקס: איך גלייך עס, אבער עס קומט מיר נישט
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:13 pm
דורך [NAMELESS]
א באזוך ביי
לייקס ראנגען ווייזט אז איך האלט דארטן א הויכע אנוועזנהייט. איך האלט אז עס קומט מיר נישט, אן זיין אן עניו, האלט איך אז פאר יידל, יאנקל, יאיר, לעיקואד, עסקן בדברים, תחכמוני, ממי שאמרו, בענזשאמין פרענקלין, ברסלבער, שמעקעדיג, משה געציל, קאווע טרינקער, געפילטע פיש און די אלע אנדערע גוטע שרייבער וואס שרייבן אזוינע טיפע און הערליכע מאמרים וואס עס ליגט דערין אזויפיל חכמה, קומט זיך צו האבן פיל מער ווי איך.
אפשר איז מר. ביען מער פאפולער ווי נועם כומסקי, אבער יידל, יאנקל, ודומיהם, פארמאגן אויך א רייכע שפראך און נישקשה'דיגע סענס אוו הומאר. אלזא רבותי, שענקט לייקס צו די וועמען עס קומט זיך.
יא, איר מעגט מיר אויך געבן, אבער איינער וואס מאכט אייך טראכטן איז נישט ווייניגער חשוב ווי איינער וואס מאכט אייך לאכן.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:15 pm
דורך לעמיל
קופערניקוס צו אלע דיינע מעלות ביסטו נאך א עניו אויך?
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:19 pm
דורך [NAMELESS]
ניין, איך בין זייער כיטרע אונטער'ערדיש, צוויי זאכן: קודם כל, די ווערטער דא זענען בבחינת "דארטן זענען די אייער, נישט ווארפן" די מים גנובים וועט געבן א שטארקערע דראנג מיר צו לייקן.
צווייטנס, די דאזיגע איידעלע עניוות'דיגע ווערטער וועלן ציען א פלייץ פון לייקס.
ווערטלעך אין א זייט געלייגט, באלערנדע טיפע ארטיקלען פאדערן א לייק, אפילו ווען מען איז נישט אין די גיסטע עס צו גענצליך דורכליינען דארף מען כאטש ארויסווייזן חשיבות. ווי איז דאס אז עסקן בדברים און תחכמוני מיט זייערע גאנצע חיבורים וואס זיי האבן דא ארויפגעשטעלט, האבן נישט באקומען גענוג פארדינטע לייקס?
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:19 pm
דורך וויליאמסבורגער
קופערניקוס וויל איבערמאכן די שפיל פון די חוזה, וואס האט געשריגן אז ער איז נישט ווערד צו זיין א רבי און אז די חסידים זאלן אוועקגיין, אבער ס'געקומען נאך מער חסידים....
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:23 pm
דורך וויליאמסבורגער
נו, קופערניקעס, די ביסטו דער מלך ה'לייקס. סאו זיי אזוי גוט אז די זעסט פון תחכמוני אדער יאנקעל און די אנדערע חכמים עפעס וואס דארף ווען האבן מער לייקס לייג דא א לינק פאר אונז בהמות וואס קוקן נאר אויף לאכעדיגע זאכן, אז מיר זאלן גיין געבן א לייק.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:34 pm
דורך ברסלבער
שטעלט אייך פאר ווען אליהו הנביא מיט רבי ברוקא (תענית כב) שפאצירן אריין אין קאווע שטיבל, און רבי ברוקא פרעגט "ווער איז דא א בן עולם הבא?", וואס וואלט אליהו געענטפערט? זיכער קופערניקוס.
רבי ברוקא שיקט גלייך אן אישי צו קופערניקוס: "מאי עובדייכו?" און קופערניקוס שרייבט צוריק: "אינשי בדוחי אנן מבדחינן עציבי", און רבי ברוקא עפנט גלייך א נייעם אשכול אז יעצט פארשטייט ער שוין פארוואס דער קופערניקוס האט אזויפיל לייקס...
אבער די לייקס זענען נאר אזא מתן שכרה בצדה, ווארט נאר ווארט צו זעהן וואס עס ווארט דיך אפ אויבן אין הימל פארן פרייליך מאכן אזויפיל אידן.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 3:34 pm
דורך שמעקעדיג
די 'לייקס ראנגען' מיינט אז דיינס א תגובה האט ערהאלטן די מערסטע לייקס אויף אמאל. דער דאזיגער אשכול איז געווידמעט דערפאר:
viewtopic.php?p=73185#p73185דו שרייבסט נישט קיין סאך דא, כסדר זוכט מען דיר אינעם פארשוואנדענעם ניקס אשכול, און דו גיסט א באבע תירוץ אז דו ביסט א וויש-וואשער, ממילא האסטו נישט אזויפיל לייקס ווי אנדערע (עדיקטעד?) שרייבערס.
אבער יעדע איינע פון דיינע תגובות, ווען דו שרייבסט שוין יא, איז זיך צום באלעקן, שפתים יושק, און איין תגובה פון דיינע איז ווערד 20 מאל מער לייקס ווי אנדערע וועלכע באקומען זייערע לייקס צוביסלעך.
פארפאלן - כנ"ל בדברי וויליאמסבורגער - דער ציבור דא גלייכט הומאר און זיסע ווערטלעך. און קיינער קומט נישט צו צום שפיץ נאגל פון קופערניקוס (אפשר מיטן אויסנאם פון בענזשאמין).
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 7:14 pm
דורך טעפל
קופערניקוס האט געשריבן:ווערטלעך אין א זייט געלייגט, באלערנדע טיפע ארטיקלען פאדערן א לייק, אפילו ווען מען איז נישט אין די גיסטע עס צו גענצליך דורכליינען דארף מען כאטש ארויסווייזן חשיבות. ווי איז דאס אז עסקן בדברים און תחכמוני מיט זייערע גאנצע חיבורים וואס זיי האבן דא ארויפגעשטעלט, האבן נישט באקומען גענוג פארדינטע לייקס?
ביסט גערעכט, אבער איך וויל אויך זיי אסאך לייקען אבער פאר דעם דארף איך דורעךליינען גאנצעטע שטיקר און פראבירן צו האלטען מיין קאפ (וואס דערנאך בין איך זיך מחיה) אבער ביי דיר מיט אפאר זאפטיגע גרינגע ווערטער איז מען זיך מחיה!! פארשטייסט???
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:00 pm
דורך שמעקעדיג
טעפל? ביסט דא צוריק? וועלקאם!
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:02 pm
דורך לעיקוואד
@קופערניקוס
אז איך זעה דו בעטסט אזוי שיין, און סאיז ממש נכרים דברי אמת אז דו מיינטס ערנסט די ענווה, און אויך דאס וואס דו שרייבסט אז דו מיינסט נאר כיטער איז דאך קלאר אז דאס אליינס איז נאר דברי ענווה, ביסט אזא עניו דו ווילסט אפילו נישט זאגען אז דו ביסט אן עניו (דא דארף קומען יאנקל אדער יאיר און לינקען עפעס א ויקיפעדיע ארטיקל איבער the paradox of humility). עכ"פ נעתרתי לבקשתך און איך גיב דיר נישט קיין לייק אויף דער אשכול.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:12 pm
דורך געפילטע פיש
קופער, איך וואלט דיר געלייקט, אבער אויב לייק איך דיר מיינט עס אז איך שטים מיט אז ס'קומט זיך דיר נישט צו זיין אזוי הויעך אויפן ליסטע, ממילא קען איך דיר נישט לייקן, און איך קריג זיך מיט דיר קאטעגאריש, יעדע לייק איז זיך דיר געקומען ערליך, עס עס מיט אפעטיט, און מאך א נאך ברכה.
נשלח: דינסטאג אפריל 16, 2013 8:23 pm
דורך גנדי
קען מען איינטוישן לייקס אויפ ביט-צענט?
אפשר קופערניקעס, טויש איין און געב מעשר פאר אנדערע...
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 5:58 pm
דורך עסן עסט'זיך
גנדי האט געשריבן:קען מען איינטוישן לייקס אויפ ביט-צענט?
אפשר קופערניקעס, טויש איין און געב מעשר פאר אנדערע...
וואס מיינט ביט צענט?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:10 pm
דורך [NAMELESS]
קופערניקוס, האסט מיך קאנווינצט!!
איך געב דיר טאקע נישט יעצט קיין לייק, נאר איך האב יעצט געגעבען א לייק פאר די אלע חכמים וואס די האסטו אויסגערעכענט: יידל, יאנקל, יאיר, לעיקואד, עסקן בדברים, תחכמוני, ממי שאמרו, בענזשאמין פרענקלין, ברסלבער, שמעקעדיג, משה געציל, קאווע טרינקער, געפילטע פיש
נועם כומסקי האב איך נישט געגעבן קיין לייק ווייל איך האב אים נישט געקענט טרעפן דא אין קאווע שטיבעל.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:14 pm
דורך [NAMELESS]
זייער גוט!
פארשטייט זיך אז עס איז תנא ושייר, דא אין שטיבל זענען דא גאר אסאך גוטע חברה, צווישן זיי:
אוהב דעת, אוהב ספרים, איזהו חכם, איחוד פעלד, אייגענארטיג, איך בין עס, איך זאג דיר, איפה פייביש, איציק, אפשר דאך, אריק, בן מלך, בן תמליון, בעל הבית, בעריש, ברעט מענינג, גאלד, גימפל, גנדי, געוואלד געשריגן, געפילטע פיש, דאקטער, דולה ומשקה, דעמאקראטיע, דענקער, דעת יחידאה, דעת תורה, דעתי הענייה, הדד בן בדד, הוגה, היסטאריקער, הערשעלע111, הציץ ונפגע, הקטן, ודי למבין, וואלפה, זלמן זאפיר, חזקיהו המלך, טעלעפאן, טעפל, טרופ תלמיד, יאיר, יהושע חיים, יונגערמאנטשיק, יונה כהן, יידל, ישבב הסופר, ל.רוזן, לִבִּי בְמִזְרָח, לולקע-ציבעך, מ גפני, מאן דאמר, מורינו הרב, מיין מיינונג, מיכאל, ממי_שאמרו, מנשה לוסטיג, משגיח, משה רוקח, משולם טענענבוים, משולם שטיינפעלד, ניו יארק, נייגעריגער, סמעטענע, על המחיה, ענן כבד, עס עפעס, עסן עסט'זיך, פאדעם, פיקציע, פרייליך, צולייגער, קאווע טרינקער, קאמענטירער, קינות גירושין, קרעמער1, קרעקער, ר' שמחה, ראשעקאל, רגיל, שיטה מקובצת, שמענדריג, שעפטל, שרייבער, תחכמוני.
און נאך.
ווען די ענדיגסט לייקן דעם עולם, און די האסט נאך אין דיין באגאזש, ווארף מיר אויך צו, כ'בין אנייניקל פון רבין ר' מיילעך.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:23 pm
דורך טעפל
דו ווילסט די לייק בסך הכל אלץ אייניקל פון ר' אלימלך??
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:24 pm
דורך לעמיל
קופערניקוס איך בין א ראשינקע אדער איך בין נאך א טרויב?
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:26 pm
דורך [NAMELESS]
אוי, סארא קאפ, פון די בעסטע יונגעל האט מען פארגעסן, לעמיל!
(איך האב געקאפיעט פון די הויפט זייט די ליסטע, ווייזט אויס אז דיין נאמען האט פונקט נישט פיגורירט דארטן)
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:27 pm
דורך לעמיל
טענק יא קופערניקוס!
we all love you

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:30 pm
דורך [NAMELESS]
קופערניקוס האט געשריבן:זייער גוט!
פארשטייט זיך אז עס איז תנא ושייר, דא אין שטיבל זענען דא גאר אסאך גוטע חברה, צווישן זיי:
אוהב דעת, אוהב ספרים, איזהו חכם, איחוד פעלד, אייגענארטיג, איך בין עס, איך זאג דיר, איפה פייביש, איציק, אפשר דאך, אריק, בן מלך, בן תמליון, בעל הבית, בעריש, ברעט מענינג, גאלד, גימפל, גנדי, געוואלד געשריגן, געפילטע פיש, דאקטער, דולה ומשקה, דעמאקראטיע, דענקער, דעת יחידאה, דעת תורה, דעתי הענייה, הדד בן בדד, הוגה, היסטאריקער, הערשעלע111, הציץ ונפגע, הקטן, ודי למבין, וואלפה, זלמן זאפיר, חזקיהו המלך, טעלעפאן, טעפל, טרופ תלמיד, יאיר, יהושע חיים, יונגערמאנטשיק, יונה כהן, יידל, ישבב הסופר, ל.רוזן, לִבִּי בְמִזְרָח, לולקע-ציבעך, מ גפני, מאן דאמר, מורינו הרב, מיין מיינונג, מיכאל, ממי_שאמרו, מנשה לוסטיג, משגיח, משה רוקח, משולם טענענבוים, משולם שטיינפעלד, ניו יארק, נייגעריגער, סמעטענע, על המחיה, ענן כבד, עס עפעס, עסן עסט'זיך, פאדעם, פיקציע, פרייליך, צולייגער, קאווע טרינקער, קאמענטירער, קינות גירושין, קרעמער1, קרעקער, ר' שמחה, ראשעקאל, רגיל, שיטה מקובצת, שמענדריג, שעפטל, שרייבער, תחכמוני.
און נאך.
ווען די ענדיגסט לייקן דעם עולם, און די האסט נאך אין דיין באגאזש, ווארף מיר אויך צו, כ'בין אנייניקל פון רבין ר' מיילעך.
איך קען נישט די חברה. אפשר דאך?? בן מלך?? בעריש?? דעמאקראטיע?? הערשעלע1111111111111?? מאן דאמר?? איפה פייביש??? נו, ווי טאקע איז פייביש??
און פאר'ן זיין רבי מיילך'ס אן אייניקל געב איך דיר א קאפע, נישט א לייק.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:41 pm
דורך [NAMELESS]
ראשעקאל האט געשריבן:
און פאר'ן זיין רבי מיילך'ס אן אייניקל געב איך דיר א קאפע, נישט א לייק.
א שטרענגער ראש הקהל.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 6:54 pm
דורך טעפל
קופערניקוס האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:
און פאר'ן זיין רבי מיילך'ס אן אייניקל געב איך דיר א קאפע, נישט א לייק.
א שטרענגער ראש הקהל.
אבער אויפן בילד שמייכעלט ער אזוי ווי ס'שטייט ראשקאל צהלתו בפניו ותוכחותו בכתיבתו.
נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 7:18 pm
דורך מאטי
א שטיקל אנאליז פארוואס קופערניקוס איז אזא גרויסע לייק מאגנאט
קודם לאמיר זעהן וואס טריגערט דעם ניק צו באקרוינען א תגובה מיט א לייק. קודם דארף ער פשוט ליינען די הודעה ,פארשטיין די הודעה, זיך קענען אידענטיפיצירן דערמיט דהיינו דער טאפיק איז אים צום הארצן. איינמאהל ס׳איז דא די אויבן דערמאנטע ווענדט זיך דאס אינעם ליידזעליגקייט פונעם ניק, ס׳איז דא ניקים וואס לייקן בלויז ווייל דער הודעה איז לייטיש, אנדערע ווארטן אויף א געוויסער חידוש סאיז דא וואס דארפן זעהן ממש א wow factor אויב נישט שפירן זיי ווי זיי אביוזן אינטליגענציע .
יעצט איז אזוי. יעדע נושא האט זיך זיין בעיס פון ניקים וואס לייקן (בעיסט אויף די אויבן דערמאנטע כללים) און א בעיס וואס זענען אויסגעשלאסן און לייקן נישט. ווי למשל אן ארטיקל וואס ברענגט ארויס גאר קאנטראווערסיאלע ענינים פון אידישקייט וועט אויטעמאטיש אויסשליסן אזאליכע ווי שמעקעדיג זר זהב משה געציל וחבריו אפגערעדט פון בדחן דעת תורה וחבריו לאידך גיסא וועט דאס טריגערן איחוד פעלד באקסקאווער יאיר מח שליט יאנקל יידל וכדומה
אזוי אויך לגבי סייענס,פיזיקס,ידיעות התורה,נייעס פון דער וועלט,פאעזיע האט א בעיס לכאן ולכאן. פארשטייט זיך אז סאיז דא נושאים וואס האבן א גרעסערע בעיס פרא לייקס אדער אנטי לייקס
ס׳איז דא אפאר יוצא מן הכלל סיבות וואס טריגערן א לייק למשל אויב מפילט שלעכט פאר א ניק קינות גירושין באס דרייווער וכדומה ,אדער אויב א הודעה דערמאנט און קאמפלאמענטירט א געוויסער ניק ביים נאמען אדער משרייבט א נאטור פו דעם ניק וועט יענער ניק ענדערש לייקן.
והאחרון חביב איז יומער!! אויב האט א הודעה/תגובה ארויסגעברענגט אן אויספלאץ/שמייכל אויף די לעפצן דאן עפענען זיך אויף אלע מחיצות המפסקת בין הניק והלייק מטראכט נישט צוויי מאהל האסט מיר געמאכט לאכן דאן נאדיר א לייק.
יעצט אויב איר וועט באמערקן קופרניקוס' הודעות, רוב דערפון רעדט זיך פון נוטראלער נושאים וואס האבן נאטורליך א גרויסע צאל פרא לייקערס, ווי אויך דערמאנט ער זייער אפט ניקים ביים נאמען ,און ער רעדט כסדר פון נאטורן וואס געוויסע ניקים פארמאגן און צוגאב האט ער א הפלאדיגער באטעם׳טער פעדער,וואס העכערט די טשאנסן אז די הודעה זאל בכלל געליינט ווערן, ועל כולם יומער!!!! נישטא א ניק וואס זאל נישט ווערן אויפגעהייטערט נאכן ליינען א זיסער יומאריסט הודעה פון קופרניקוס.
יעצט פארשטייט זיך אליינס אז אפילו מיר פארמאגן גאר קלוגע ניקים א שטייגער ווי ונבנתה וואס איז א יחיד בדורו אין טיפע בלי גדרים׳דיגע בחינות אדער לעקוואד וואס איז א הפלאדיגער חקרן וידען און אזוי אויך אנדערע גאר קלוגע אינטעלעקטואלס ואטי כי רוכלי .... זענען זיי אבער נישט אומינוזורט פון די אויבן דערמאנטע לייק לימיטאציעס משא״כ קופרניקוס האט יא כמעט אלע סיבות פון אויבן צו באקומען לייקס.