בלאט 1 פון 1
יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 7:39 am
דורך יידל
יצחק פוקס, וואס איז באוואוסט געווארן ביים היימישן ציבור מיט זיין "הללו ק-ל בקדשו" ואאס איז געזינגען געווארן דורך ליפא שמעלצער אויף "א פשוטער איד", האט ארויסגעגבן א נייער דיסק. צוהערנדיג זיך צום
מוזיק ווידעא, וואו ער זינגט "ממעמקים", קען זיך דאס הערצעלע צולאזן פאר איינעם וואס האט א שטיקל טעיסט צו "שירי נשמה" אדער "קארליבאך/צפת סטיל" ווי אנדערע רופן דאס.
פאר בלויזע פופצן טאלער קענט איר ביז א מינוט האבן דעם גאנצן דיסק ביי אייך אויפן קאמפיוטער. לאדנט עס אראפ אויף
מאסטלי מוזיק, אדער
דא.
Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 6:25 pm
דורך היימישער איד
יונגערמאן, ביטע נעמט אראפ דעם לינק, ס'איז זייער אומאיידל.
Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 6:36 pm
דורך עדיוקעטעט
היימישער איד האט געשריבן:יונגערמאן, ביטע נעמט אראפ דעם לינק, ס'איז זייער אומאיידל.
Sorry I double checked the link now it takes me to the download site
Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 7:52 pm
דורך Java
צוליב דעם וואס אין געוויסע בראוזערס עפנט דער לינק אויף אן אומאיידעלער וועבזייטל, ווי אויך צוליב דעם וואס דאס איז גניבה האבן מיר אריינגעשטעלט עדיוקעטעט'ס תגובה אין מיסט קאסטן.
Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"
נשלח: דאנערשטאג מערץ 01, 2012 7:58 pm
דורך הניק שלי
ס'הייבט זיך שוין אהן דאס מעקן דא
Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"
נשלח: פרייטאג מערץ 02, 2012 2:33 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס כמעט נישט וועגן דעם פוקס, אבער איך מיין אז איך האב אים אמאל געזעהן/געהערט אויף א סידי וואס די א"י מאגאזין "שעה טובה" האט מיטגעלייגט מיט זייערע ענגלישע מאגאזין (ווען עס איז ארויסגעקומען אין ענגליש אפאר יאר צוריק)
Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 1:25 am
דורך דבילה
יישר כח יידל פאר דעם לינק! איך האב מיר ממש דערקוויקט די נשמה!
Re: יצחק פוקס - נייער דיסק "ממעמקים"
נשלח: זונטאג מערץ 04, 2012 1:45 am
דורך יידל
דבילה האט געשריבן:יישר כח יידל פאר דעם לינק! איך האב מיר ממש דערקוויקט די נשמה!
דבילה מיי פלעזשור!
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 12:44 pm
דורך שעפטל
ר' יצחק פוקס מיטן הודו נאנאש'ן רבי
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fXFjPUg2tvw[/youtube]
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 06, 2015 4:41 pm
דורך [NAMELESS]
ס'באלאנגט עכט נישט דא, אבער אז ס'נישטא קיין אנדערער אשכול איבער דעם אינטרעסאנטן דמות פון יצחק פוקס זעלבסט שרייב איך עס דא.
די לעצטע שטיק צייט זע איך יצחק פוקס א שיינע פאר מאל אין 'שומר שבת'. נעכטן בין איך פונקט געווען אין שומר שבת ארום 11:00 אינדערפרי, ווען איינער געבט א שיעור אין ביהמ"ד. באמערק איך ווי יצחק פוקס זיצט דארט צווישן די עולם מיטן גמרא צו ווייסעכוואס, און הערט צו דעם שיעור.
ס'איז מיר געווען א דאפלטע חידוש: דער עצם פאקט אז ער זיצט און לערנט אויסהערנדיג א שיעור, און טאקע צווישן מענטשן. און יותר מזה, היות ער איז נישט קיין היימישער געבוירענער קען ער בפשטות נישט קיין אידיש - די שפראך מיט וואס דער מגיד שיעור האט גערעדט, און כ'ווייס נישט וויפיל ער האט פארשטאנען פון די מגי"ש'ס ווערטער, אבער אעפ"כ איז ער געזעצן און 'אויסגעהערט א שיעור'.
זיין חביבות התורה האט מיך באנומען.
[[tag]פריעד באטשי[/tag], #מי-כעמך-ישראל-כפשוטו אלערט...].
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:53 am
דורך קאצקע ציקער
ניין [tag]אדנירם[/tag] ער קען א פיינעם יודיש
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 29, 2017 4:54 am
דורך קאצקע ציקער
.