בלאט 1 פון 2

הרג'ענען קאווע שטיבל מיטן ציל אויפצובויען מאחורי

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:14 pm
דורך מורינו הרב
[center]הרג'ענען קאווע שטיבל מיטן ציל אויפצובויען מאחורי
[/center]
רעדט זיך מיר אפ א ידיד, אז קאווע שטיבל שלאפט אביסל לעצטע שטיק צייט, מען זעט שוין נישט די מעכטיגע זאפטיגע שטיקלעך אזוי ווי אמאל, און אויסער מנשה לוסטיג וואס הרג'עט זיך ארום מיטן גאנצן ציבור און האלט יעדן איינעם אונטער מיט זיינע מיינונגען, איז שוואכליך דא... איך קוק יענעם אן און איך זאג יענעם "וואס עפעס? - קאווע שטיבל לעבט, ס'טוט זיך דארט, יעדן טאג נייע אשכולות און נייע געדאנקען"

נאכן איבערקוקן אביסל גרינטליכער איז מיר אלעס פארענטפערט געווארן... דער עולם זיצט אין מאחורי, דארט ווערט נתחדש חידושים יעדן טאג חדשים לבקרים, אבער אין די אנדערע ערטער אין שטיבל, דארט ווי דער ידיד מיינער האט צוטריט, איז שוואכער... הגם, מען קען נישט אוועקמאכן, ס'איז נישט ממש ווי יענער לייגט עס אראפ, כ'מיין סאטמאר האט פארט געהאט 500,000 אידן ביי די הדלקה און דא און דארט עפענען זיך נאך אשכולות, אבער רעכענענדיג דאס קעגן מאחורי איז עס הימל און ערד.

אריינטראכטנדיג גרינטליכער אין די מציאות בין איך געקומען צו די מסקנא, אז יא... דאס איז א מענטש... ס'איז טאקע א בושה (און אפשר נישט), אבער פארפאלן - איין מאל דו גייסט דורך דעם פארהער און דו באקומסט צוטריט דערצו, גייט עס אריין אין די זאכן וואס נפשו של אדם מחמדתו. עס איז נישט קיין חילוק ווי כשר ס'איז און אויף דער אויסגעהאלטענער איידעלער אופן ווי אזוי עס ווערט געשריבן (וכאן המקום אפצוגעבן א באזונדערע דאנק פאר די הנהלה, אויפן אופן ווי אזוי זיי פירן דעם פלאץ און מאכן זיכער אז עס זאל פארבלייבן א ריינעם וואונקל אויף א געוואלדיגן פקחות'דיגע וועג, וקצרתי במקום שאמרו להאריך), נישט קיין חילוק ווי איידל ס'איז, אבער א מענטש איז א מענטש. ווען ער עפנט קאווע שטיבל, וועט עס אים אהינציען. דער מענטש ווערט פארלוירן, לאזט אפ אלע אנדערע וואונקלען אין שטיבל און נעמט זיך דערצו.

ס'איז שווער צו שטיין פנים אל פנים מיטן מציאות און קוקן דער ריאליטעט אין פרצוף, אבער פארט איז דאס די סיבה ווי אזוי אונזער וועלטל האט זיך אזוי שיין צעוואקסן, בשעת יעדע בעל חי מערט זיך און וואקסט. נאר אזוי ווערט געבויט זאכן, ואולי גם קאווע שטיבל בכללם. וואס קען מען טון?

ווי אזוי שרייבט דער רמב"ם? - חוש המישוש חרפה הוא לנו!

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:15 pm
דורך שמעקעדיג
איני יודע מה הוא אומר. עס וואקסט און עס בליהט איבעראל ב"ה.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:19 pm
דורך [NAMELESS]
במחילת כבוד מורינו הרב, עס ווירבלט מיט לומדישע, פילאזאפישע, היסטארישע, וויסנשאפטליכע, הומאריסטישע, נארישע, צימעס'דיגע און סתם צייט פארברענגערישע אשכולות. וואספארא מאחורי אין קאפ אריין? ביסט מאחורי מיינדעד? קאווע שטיבל בליעט!

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:20 pm
דורך זר זהב
כשמעקעדיג ועוד לקופערניקס ויאנקל

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:24 pm
דורך מורינו הרב
אקעי, אקעי... כ'אב גארנישט געזאגט.... כ'ציה צוריק.

כטעות היצא מפי השליט.

פארקלאפ דעם אשכול און פארטיק.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:28 pm
דורך זר זהב
ניין דארפשט נישט צוריקציען! דער אשכול אליינס איז אויך א באווייז אז דיין חבר איזנישט גערעכט.. ס'אויך א חלק פון די פרישע אשכולים וואס קומען צו כסדר אינדרויסן פון פרגוד...

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 6:48 pm
דורך ידען
זר זהב האט געשריבן:כשמעקעדיג ועוד לקופערניקס ויאנקל

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:28 pm
דורך געפילטע פיש
ווען דו קוקסט ווען אפאר וואכן צוריק וואלסטו געווען א פארקערטע מציאות, מאחורי האט אויסגעזען ווי א ווילד באוואקסן בית הקברות, נאר יעדע מאל ס'קומט צו א טוץ מיט נייע ניקים צום הונטערגרונד וועקט זיך עס אויף מיט א לעבענסבליה פאר אפאר וואכן, גרייכט איר קלימאקס, און דערנאך גייט זי צוריק שלאפן אויפן צווייטן זייט.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 7:32 pm
דורך משה געציל
וסת אחורי...

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:04 pm
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:...גרייכט איר קלימאקס, און דערנאך גייט זי צוריק שלאפן אויפן צווייטן זייט...

:lol: :lol: :lol: :lol:

:לייק :לייק :לייק :לייק

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:04 pm
דורך [NAMELESS]
You have a dirty mind, shmeki....

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:06 pm
דורך שמעקעדיג
OUCH

חושד בכשרים...
I am just reading anothers mind

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:07 pm
דורך Accountant
איך בין דא א שטיקל גר, כ'קום נישט דא אריין אזוי אפט און איך שרייב נאך ווייניגער. אבער פארט, קען מיר איינער טוהן א זעליקייט און זאגען וואס איז דאס מאחורי?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:10 pm
דורך שמעקעדיג

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:18 pm
דורך שמאלץ
מורינו הרב האט שטארק אריין געשטאכן
אין די גרעסטע לייבן פון שטיבל

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:24 pm
דורך מאראנצןזאפט
שטותים און פערפל. מאחורי (נישט ווייל איך בין דארט כ'האב פשוט געהערט...) פאפט ווי א בער, און מלפני לעבט אויף אלע באקן.
לולא וואס היימישער האט דארט געעפענט לעצטנס גאנץ א זאכליכע אשכול וואלט איך געלייגט א גל עד אויף גאנץ מאחורי.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:30 pm
דורך אביגדור
נישט ריכטיג.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:47 pm
דורך Accountant
שכוח הרב שמעקעדיג.

אפשר איז נישט דאס פלאץ דא, אבער כ'וועל מיך נעמען די חוצפה פון האחד בא לגור וישפוט שפוט און פארשלאגן דאס פאלגענדע:

ווי איידער פארלאנגן פונעם עולם צו שרייבן 75 הודעות, וואלט נישט געמאכט מער סענס צו קוקען אויף וויפל לייקס איינער האט באקומען? לאמיר זאגען אז דער מספר זאל זיין 150 לייקס, איז עס נישט מער אויסגעהאלטן ווי ציילען הודעות? אויב האט איינער אסאך לייקס מיינט דאס צו זאגען אז די חברי השטיבל האבן הנאה פון זיין געשרייבאכטס, וואס איז א חילוק וויפעל הודעות ער האט געשריבן? ס'איז ווי גלייך דער עולם האט געשטימט אז דער שרייבער איז צודערזאך. וואס דארפט איר מער פון דעם?

אויב האט איינער געפירקעלט 1,000 הודעות און קיינער האט עס נישט געלייקט, ווילט איר האבן אזא איינעם אין אייער פארמאכטע חבורה?

איך וואלט אויך פארגעשלאגן אז די פיר הודעות אין צוויי וואכן תקנה זאל געטוישט ווערן צו 10 לייקס אין צוויי וואכן נישט קיין חילוק ווי מ'באקומט דאס, אויפן פובליק אדער פרייוואטן פורום.

כנלפע"ד.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 8:56 pm
דורך מאראנצןזאפט
נע, ס'האט נישט קיין שייכות. דארפסט ווייזן דעט יו אר העיר טו סטעי, דו נעמסט קאווע שטיבל ערנסט, און ביזט דא צו געבן פונקט ווי צו נעמען, פארשטייסט?

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:01 pm
דורך ברסלבער
אקאונטענט האט א גוטע פוינט, אבער במציאות זעה איך אז די 75 תגובות איז מער/ווייניגער להלכה ולא למעשה, די גבאים קוקן גאנץ גוט וואס און ווי אזוי די 75 תגובות זענען געשריבן, פאר זיי דעסיידן אויב מען זאל יענעם אריינלאזן מאחורי.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:02 pm
דורך אביגדור
זעה אין אישי.

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:07 pm
דורך [NAMELESS]
ברסלבער האט געשריבן:אקאונטענט האט א גוטע פוינט, אבער במציאות זעה איך אז די 75 תגובות איז מער/ווייניגער להלכה ולא למעשה, די גבאים קוקן גאנץ גוט וואס און ווי אזוי די 75 תגובות זענען געשריבן, פאר זיי דעסיידן אויב מען זאל יענעם אריינלאזן מאחורי.

גראדע איז עס שוין 50 תגובות נישט 75

נשלח: דינסטאג אפריל 30, 2013 9:13 pm
דורך Accountant
אביגדור האט געשריבן:
Accountant האט געשריבן:איך וואלט אויך פארגעשלאגן אז די פיר הודעות אין צוויי וואכן תקנה זאל געטוישט ווערן צו 10 לייקס אין צוויי וואכן נישט קיין חילוק ווי מ'באקומט דאס, אויפן פובליק אדער פרייוואטן פורום.

כנלפע"ד.


זעה אין אישי



ס'איז טאקע געווען א נחת דיין הודעה. כ'בין געוואויר געווארן אביסל וואס ס'טוט זיך דא אפ, ס'האט ארויפגעברענגט א שמייכל אויף מיינע לעפצען.