בלאט 1 פון 2
עסקנים: קומענדע אקציע, ביטול ה'מצוה טאנץ,
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:33 am
דורך מיכאל
שוין יארען וואס א "אומווערדיגע" מנהג (אותיות גהנם) ווערט פראקטיצירט ביי יוצאי מדינת גאליציע ומדינת הגר, דהיינו אז ביי א חתונה פין א יונג פארפאלק טוען זיי מאכען א טאנץ ציזאמען פאר א צאמקום פין אנשים ונשים,
ס'גלייבט זיך פשוט נישט פין ווי אזא שרעקליכע מנהג האט זיך אריינדערווישט אין כלל ישראל, אין אפילו גדולים וטובים טוען טאנצען לפני הכלה במעמד אנשים ונשים, ס'דאך א שרעקליכע ערשיינונג, ס'איז דאך אסאך ערגער ווי די אינטערנעט, ווייל די פראבלעם פין די אינטערנעט איז אז מען קען דארט זעהן א מצוה טאנץ, אבער די מצוה טאנץ אליינס איז דאך דער שורש פורה ראש ולענה, ווי קען מען שטיין אויף די זייט אין ציקוקען ווי אין אזא הייליגער טאג ווי א יום החופה ווערען אפגגעטוהן אזאלכע געמיינע מעשים, שומו שמים, ס'ליגט א פליכט צי מוחה זיין ברבים אויף אזא מנהג,
אפילו די חופה איז אויך נישט אזוי פשוט, דהיינו, א מאן מיט א פרוי ציזאמען אונטער איין חופה אין נאך במעמד אנשים ונשים, ווי איז אזאנס געהערט געווארען, אבער עכ"פ די מצוה טאנץ איז א מנהג וואס מיר דארפען פארליגען כוחות עס צי מבטל זיין בביטול גמור, ווי קען מען צילאזען ביי כלל ישראל אזא זאך,
עכ"פ האבען זיך צאמגענומען עסקנים פין אלע שיכטען אין קרייזען, אין מ'וועט אנהייבען צי ארבעטען מיט די מוסדות אז יעדעס פארפאלק וואס וועט פין היינט אין ווייטער טאנצען מצוה טאנץ ברבים זאלען די קינדער ווערען אויסגעשלאסען פין די מוסדות, אין די עסקנים האפן אז מיט די צייט וועט מען עס קענען אויסברייטערען אז יעדעס פארפאלק וואס וועלען חתונה האבען בחופה וקידושין פאר ברבים פאר צען אידען וועט מען נישט אננעמען זייערע קינדער,
די טירען פין די מוסדות וועלען זיין אפען נאר פאר גרים, בעלי תשובות אין די וואס זענען מקדש בביאה, אלע אנדערע זאלען זיך עפענען אייגענע מוסדות, מען קען שוין נישט צילאזען אזאלכע פירצות ביי כלל ישראל,
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 11:13 am
דורך לעיקוואד
נישט נאר דאס, נאר פון יאר צו יאר ווערן ב"ה די מצווה טאנצן מער איינגעצוימט, מער "מצווה", און וייניגער "טאנץ". ממאכט שוין מחיצות טייל פלעצער, און אפילו ווי נישט, איז מען מרחיק די מענער פון די ווייבער איינער פון צוייטען ווי וייט מקען נאר. ונלאיתי להאריך בזה מפחד שאקבל פסק מלעמאן דזשאס כלך לך אצל מורה נבוכים ואידיאליזם. עכ"פ אכשר דרא.
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 12:32 pm
דורך גנדי
יאנקל האט געשריבן:ב"ה אז ערליכע אידן טוען שוין אין דער ריכטונג. דער "מצוה טאנץ" וואו מ'פלעגט אמאל ארומלאכן בקלות ראש און מ'איז געטאנצן מיט דער כלה מיט א הפסק פון א בלויזער פארטשיילע, האט מען ב"ה איבערגעמאכט צו אן ערנסטן זמן פון מעין יו"כ, און מ'טאנצט מיט א לאנגען גארטל.
אויך ארבעט מען שוין צו מאכן
תיקונים ביי די חופות, ב"ה:

דאס זעהט אויס ווי א כילת חתנים ווי אין ימי חז"ל ווי די חתן און כלה פלעגן זיך מייחד זיין (אפשר אויך מקדש געווען בביאה?)
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 12:38 pm
דורך מ גפני
און אוודאי נישט פארגעסן אז מ'דארף מוחה זיין ווי אויף די געפערליכע פרוצות דאס אז די כלה גייט ליידער מיט א שמאל געפאסטע קלייד, ליידער האט זוך דאס אריינגעריסן צווישן היימישען עולם
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 12:54 pm
דורך אבי גערעדט
און בעצם דאס גאנצע חתונה האבן איז צריך תיקון גדול, ווי האט מען ביי אינז געהערט אזא זאך אז א מאן מיט א פרוי זאלן זיין אליינס און א הויז סיי ווען אימער? ווייסט איין באשעפער וואס זיי זענען אלס אומשטאנד צו טוען, און מ'לייגט נאך אריין אין דעם הויז שיינע גרויסע בעטן מיט שמעקערס און א ביה"כ מיט א שאוער און א וואנע, און איין ווארט: די גאנצע סעט, הערליך צוגעשטעלט גרייט ח"ו צו.... און ווער רעדט נאך אז און טייל שטובער שלאפן די בן זוג איבער אינעם הויז ביינאכט! יא יא צו עטס גלייבטס צו נישט, ס'געשעט אזוינס!
עטס לאכטס? ווארטס צו אפאר יאר
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 1:17 pm
דורך געפילטע פיש
די חורבנות וואס מצוה טאנץ ברענגט צו... יא יא, עטס קענסט לאכן, רבנים וואס זענען עוסק אין שלום בית געבן איבער אז 99 פראצענט חסידישע גיטין געשעט ביי קאפעלס וואס האבן געהאט מצוה טענץ. לאמיר אויסרייסן די אומווערדיגע תבעל להגמון תחלה מנהג.
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 1:47 pm
דורך משה געציל
כגעפילטע ועוד 99 פראצענט הארץ אטאקעס פון רבנים קומט פון חופות און מצוה טאנצן.
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 1:58 pm
דורך היימישער ליטוואק
אן איי ווערי סיריעס נוט, איך האלט אז די מצוה טאנצנט איז באמת נגד ההלכה. אינטערסאנט אז מען הערט נישט פון חסידים המקפידים על הלכה שיחמירו על עצמם בזה. וצע"ג.
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 10:40 pm
דורך איחוד פעלד
ביי די ליטאים האט מען טאקע מתקן געוועהן אז די כלה קומט אריין צו די מענער און די מענער טאנצען פארענט פין ביידען סיי די חתן און סיי די כלה. אויף די כלה מעג מען דאך קוקען, אבער די חסידים טוהן עס דאך פארענט אלע ווייבער.
נשלח: מיטוואך מאי 01, 2013 11:33 pm
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, די "חתן - מאהל", וואו א בחור טאנצט מיט א מיידל, איז אמאל געווען א מנהג נפוץ. ס'איז בטל געווארן (פרומע קנאים?) און ס'געבליבן ביי די רבי'ס.
ממש ווי YOU TUBE, די רבי'ס מעגן, און דר'עולם זאלן זיך רעגן.
אבל לאחר העיון, גם אני מצטרף לבטל מצוה גדולה זו. פשוט ווייל ס'איז א משוגענע זאך, א אינגערמאן זאלן טאנצען מיט א בתולה וואס ער האט נאך קיינמאל נישט געגעסען אויף איין טיש?
ועוד, והוא העיקר, אויפצוהאלטן די משפחה מעמבערס אין די שפעטע נאכט שעה'ן, איז דאך א טרוקענע רשעות. מילא מ'איז א פעטער 4 מאל א יאר, החרשתי, אבער קניינעהארע, יעדע בה"ב איז מען א פעטער פון איין צד.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:09 am
דורך געפילטע פיש
אפשר זאל מען אפשטופן די מצוה טאנץ צום ערשטן אניווערסערי, אזוי וועט זיך שוין די קאפל עטוואס קענען, די פעטערס וועלן זיך נישט דארפן אויפהאלטן ביז זייגער פיר, און יעדער וועט זיין צופרידן, מ'וועט צאמרופן משפחה און חברים אין שמח תשמח, מ'וועט צוטשעפען א MP3 צום ספיקער און טאנצן אן אשת חיל. פלאן?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:14 am
דורך קאווע טרינקער
שוב ראיתי, אז מ'טאר נישט מבטל זיין די מצוה טאנץ. ווארום, די בדחנים ציען פון דעם חיונה.
ועל דרך זה האבן געוויסע גע'אסר'ט מצות-מצוה (דורך מאשין) ווייל ס'נעמט אוועק די פרנסה פון עלענדע פרויען.
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 12:35 am
דורך יואליש
שוין, א באנדע אומפאגינער! דאס ביסעל פארגעניגן פארן פאר'צרה'טע פעטער וועלכע שמייכעלט בלויז איינמאל אין צוויי יאר ווען ער איז בודק אויב די חתונה איז א מיליכיגע אדער פליישיגע, און לויפט ארום באריכטן, וויל מען אויך אוועקנעמען?
נשלח: דאנערשטאג מאי 02, 2013 7:37 am
דורך ברעט מענינג
אזוי ווי עס איז שוין שפעט וועט מען אויסריפען חתן כלה אינאיינעם
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:34 pm
דורך איך אויך
אט דאס הייסט געטאנצט כדבעי לפני החתן והכלה.
www.youtube.com/watch?v=ZYSmI8AC1bs
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 10:39 pm
דורך איך אויך
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 01, 2014 11:20 pm
דורך [NAMELESS]
viewtopic.php?f=4&p=188374#p188374@איש עברי האט שוין געברענגט א הערליכע בילד וואס די געטרייע עסקנים לייגען שוין אריין כוחות אין דעם סזאל ווערען נחלת הכלל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 4:21 am
דורך [NAMELESS]
http://bshch.blogspot.com/2014/09/blog-post_0.html?m=0אוהה! אזאנס האט איר שוין לאנג נישט געזען א געזינטער משוגענער מיט אלע פירושים
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 7:54 am
דורך Big Boy
Just as pictures became more accepted because the rebes get publicity from it, they will not stop mitzvah tantz because they get attention from it. When else can they make their nice dance moves in front of the ladies so they can see what a holly person he is!!!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 1:15 pm
דורך berlbalaguleh
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 1:23 pm
דורך [NAMELESS]
די וועסט זעהן אז צום סוף פון די קליפ האט דער חתן׳ס טאטע שוין געפלאצט אין האט גענימען א עק צו זיין זוהן׳ס נערווען בראך ווייל ווען נישט טאנצט נאך דער צופידילטער עד עצם היום הזה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:25 pm
דורך איך אויך
זעהט מיר אויס ווי ער טרייט צו ווייזן ער איז קיהל. גראדע ענדילט ער אין משה אריה פרידמן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2014 2:28 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי ער טרייט צו ווייזן ער איז קיהל. גראדע ענדילט ער אין משה אריה פרידמן.
ממש תפיסת מחשבה, פונקט דאס האב איך געטראכט אויפן ערשטען סקונדע, אין א חוץ די ענדליכקייט ווער דען קען זיין אזוי משוגע צום טויט אויב נישט מ״א פרידמאן?