יידל האט געשריבן:די ערשטע ארטיקל וואס כ'האב געליינט איז הרב זאב אהרן טעלער'ס ארטיקל איבער די נושא פון גן עדן התחתון. דער ארטיקל איז א שיינער ארטיקל מיט שיינע ליקוטים, כאטשיג נישט צו גרינטליך. איך וויל מיך אבער שטעלן אויף די פאקטועלע איינצעלהייטן פון הרב טעלער'ס ארטיקל. הרב טעלער לייגט אראפ א יסוד אז דער גן עדן געפינט זיך אויף דעם וועלט (ווי ס'איז טאקע משמע פשוט פשט אין בראשית ווי די תורה גיט אן פיר טייכן וואס שלענגלן זיך ארויס פונעם גן עדן). הרב טעלער ברענגט אראפ די שיטות פון רש"י, אבן עזרא און רמב"ן ווי זיי אינדענטיפיצירן די טייכן. לויט די אלע שיטות קומט הרב העלער צו צום מסקנא אז "דער גן עדן התחתון געפינט זיך נישט אויפן אמעריקאנעם קאנטינענט, נישט סאוט און נישט נארט... אויך נישט אין אייראפע אדער אויסטראליע. נאר ערגעץ צווישן דרום-מזרח אפריקע ביז ארויף אין מזרח אזיע. ערגעץ צווישן די צוויי קאנטינענטן דארף זיך געפינען דער גן עדן התחתון." ביי דעם פונקט ברענגט הרב העלער אראפ א תשובה פון בן איש חי אין רב פעלים (ח"ב או"ח א') ווי דער בן איש חי שרייבט אז על כרחך איז די גן עדן א רוחניות'דיגע ערד וואס איז אומזעבאר צו פליישיגע אויגן, און עס געפינט זיך העכער פון די גשמיות'דיגער ערד. דער בן איש חי זאגט אויך אז קיין איינער איז נאכנישט געווען אויף יעדען איינציגסטן פלאץ אין דער וועלט, און אלעס וואס די גיאגראפער זאגן איבער די גרויס פון די וועלט וכדומה קומט פון השערות וועלכע קענען ווערן אפגעפרעגט. בתוך הדברים ברענגט דער בן איש חי פונעם אריז"ל אז "דער גן עדן געפינט זיך אויף דער וועלט, פונקט אינמיטן טבור הארץ, אונטערן קו המשוה, אויף דרום זייט פון ארץ ישראל". (אגב, איינמאל מ'ברענגט דעם רב פעלים זעט מען דאך סיי ווי אז דער גאנצער גן עדן איז א רוחניות'דיגע מציאות אין נישט קיין גשמיות'דיגע מקום, וואס איז אלזא שייך דאס צו זוכן? אבער לאמיר מיטשפילן דעם שפיל מיט הרב טעלער און לאמיר זיכן דעם גן עדן.)
נאכקוקנדיג אין רב פעלים האב איך געזען אז ער ברענגט פון אריז"ל די פאלגענדע לשון: "ביאור ג"ע הארץ, כבר נתבאר שהוא נקודת האמצעי של קו שוה היום של כל העולם והוא לדרום א"י". וואס "נקודת האמצעי של קו שוה היום" מיינט, ווייס איך נישט, אבער הרב טעלער לערנט פשט אז דאס מיינט "פונקט אינמיטן טבור הארץ, אונטערן קו המשוה". איך ווייס נישט וואס איז די "מיטעלסטע פונקט פונעם קו המשוה", אבער דאס איז זיכער אז פונעם אריז"ל'ס ווערטער איז לכאורה קלאר אז ער מיינט דעם קו המשוה זעלבסט און נישט
אונטער דעם. ווי מיר וועלן שוין זען איז הרב טעלער'ס אינדענטיפיקאציע פונעם גן עדן אנגעהאנגען אין דעם הוספה פון
אונטערן קו המשוה. לויטן אריז"ל קומט אויס אז דער גן עדן געפינט זיך אויפן קו המשוה, דירעקט אונטער ארץ ישראל' דאס קומט אויס בערך צווישן די קאארדינעטס פון 0,34.216512 און 0,36.040242 (איך בין נישט זיכער ביז ווי די גבול המזרחי איז געגאנגען, איך האב עס געמאכט גאנץ ווייט אוועק פונעם היינטיגן איזראעל). לאמיר אלזא קוקן אויפן
מאפע וואס געפינט זיך אויפן קו המשוה אונטער ארץ ישראל:

עס שטעלט זיך ארויס אז דער גן עדן איז אין קעניע, ערגעץ ווי אויפן רויטן ליניע צווישן די צוויי צייכענעס. הרב טעלער איז אבער נישט צופרידן מיט דעם. זעט אויס אז אויף דעם ליניע איז נישט קיין איין גענוג אינטערעסאנטע פלאץ אויף וועלכע ס'איז געשמאק ארויפצוקלעבן דעם "גן עדן" טיטל. זיין עצה איז צוצולייגן א ווארט צום אריז"ל און אנשטאט "
אויפן קו המשוה" איז עס "
אונטערן קו המשוה". איינמאל עס איז אונטערן קו המשוה איז הרב טעלער פראנק און פריי אויפצוזוכן דעם גן עדן סיי ווי אין דרום אפריקע (נישט די לאנד, די קאנטינענט) אונטער ארץ ישראל.
שרייבט ווייטער הרב טעלער:
ווען מיר גייען אראפ, פון ארץ ישראל קיין דרום, וועלן מיר זיך באגעגענען מיט "עגיפטען" . . . אראפציר איז דער לאנד "אוגאנדא", און דערנעבן דאס לאנד קעניע. דארט, אונטערן קו המשוה, באגעגענען מיר דעם ריזיגן וואסער פאול, "וויקטאריע פאול'ס", דער גרעסטער וואסער פאול אין די וועלט. און מיר זעהן א מערקעוודיגע זאך ווי דער גרויסער טייך ווערט צוטיילט אויף פיר! איינס דערפון גייט אראפ קיין עטאפיע (כוש). דאס איז מעגליך דער 'גיחון' וועלכע נעמט ארום דאס לאנד כוש, ווי עס שטייט אין פסוק. די אנדערע ווערן צושפרייט אינעם גרויסן מדבר, ווען א חלק ציען קיין אזיע, אינעם ווייטן מדבר (זעה בילד בייגעלייגט).
הרב טעלער איז דערנאך ממשיך אז לויט דעם איז אפשר מעגליך צו זאגן אז דער נהר היוצא מעדן איז די וויקטאריע פאלס, און דער גן-עדן גופא געפינט זיך ערגעץ וואו אין מזרח אפריקא.
די פאראגראף איז אבער פיל מיט טעותים. ערשטנס, ווי איך האב געוויזן, איז דער אנגעבליכער 'גן עדן'
אין קעניא, נישט
אונטער קעניא. אבער אפילו מיר וועלן אננעמען אז קו המשוה איז לאו דוקא, און עס מעג אויך זיין אונטערן קו המשוה, איז וויקטאריע פאלס בכלל נישט אין די געגנט. אז מ'קוקט אויפן
מאפע זעט מען וויקטאריע פאלס געפינט זיך איבער 670 מייל אוועק פון די ווייטסטע פוינט צו מעריב אונטער ארץ ישראל!

לאמיר אבער אננעמען אז "אונטער" ארץ ישראל איז לאו דוקא דירעקט אונטער ארץ ישראל, נאר דאס נעמט אריין דעם גאנצן אפריקאנעם קאנטינענט, און לאמיר אויך אננעמען אז וויקטאריע פאלס איז טאקע דער נהר היוצא מעדן. פון ווי נעמט אבער הרב טעלער אז וויקטאריע פאלס צעטיילט זיך אין פיר? וויקטאריע פאלס איז א חלק פון די ריזיגע
זאמבעזי טייך, און עס צעטיילט זיך בכלל נישט אין פיר.
און דערנאך מאכט ער נאך דעם בושות'דיגען טעות אז "איינס דערפון גייט אראפ קיין עטאפיע". אראפ קיין עטיאפיע? עטאפיע איז איבער 2000 מייל
העכער וויקטאריע פאלס! און קיין איין וואסער וואס גיסט ארויס פון וויקטאריע פאלס קומט נישט אן קיין עטיאפיע! (זע
דא די מאפע פון אלע עטיאפישע טייכן.)

ביי דעם פונקט אינעם ארטיקל שרייבט הרב העלער דעם פאלגענדעם דיסקלעימער:
(עס איז זעלבסטפארשטענדליך, אז א זאך וואס איז מבואר אין די תורה הקדושה אדער אין די רייד פון די ראשונים, דארף נישט קיין שום חיזוק פון די מציאות, צי מיר געפינען עס יא אדער נישט. דער עקזעסטירנדער מציאות גיט גארנישט צו און איז בכלל נישט קיין נפקא מינה, ווען די זאך איז קלאר אין די תורה שבכתב אדער אין חז"ל. פונדעסטוועגן, נאכדעם וואס מיר ווייסן און גלייבן אין די זאכן, האט אונז די תורה הק' ערלויבט נאכצוקוקן און צושטעלן דערצו דעם פאקטישן מציאות. ועי' חולין דף נ"ז: ובתוס' שם).
נאך א מזל אז ער שרייבט דעם דיסקלעימער, ווייל נאך אזעלכע סארט "עקזעסטירנדער מציאות"'ן וואס הרב טעלער ברענגט, מוז מען טאקע צוקומען צו א דאזע אמונה פשוטה.
צום לעצט האט מיר אויפגעברויזט די פאלגענדע פאראגראפן וועלכע געפינט זיך כמעט ביים סוף פון ארטיקל:
עד היום הזה, פרובירן נאך מאנכע, צו געפינען דעם וועג, אנצוקומען צום טייך, דער נהר היוצא מעדן. ווי עס דערציילט א איד, א היימישער אינגערמאן, וועלכע פארט אפט אין יענע געגענטער. האט אים אמאל אנגעכאפט א גלוסטעניש צו כאפן א בליק אינעם גן עדן... איז ער געפארן קיין עטאפיע, (כוש, פון וואו עס קומען די אזוי גערופענע אידישע פאלאשן). פון דארט איז ער נאכגעפארן, דעם וואסער נעמט ארום כוש, ביז דער וואסער האט אים געפירט צו דעם גרויסן "וויקטאריע פאול'ס". פון דארט איז נישט מעגליך צו פארן ווייטער, נאר אין די הייך מיט א פליגער, צוליב די שארפטקייט און הויכקייט פון די וואסער. פונעם פליגער זעט מען גארנישט נאר א גרויסן טונקעלען מדבר. באקאנט אלס דער סהרה מדבר.
די סיבה פון דעם פארהוילעניש, אויך פארוואס דאס איז פארהוילן פון די סאטעלייט אויגן און אנדערע פארשער, איז ווי געזאגט, ווייל "אין עצה ואיו תבונה נגד ה'". אז דער באשעפער האט עס באהאלטן און פארדעקט פון אונזערע אויגן וועט מען עס נישט געפינען. און פונקט ווי קיינער ווייסט נישט פון קיין הרי חושך, קיין סמבטיון, שדיים, א.א.וו., כאטש מיר ווייסן און גלייבן אז די אלע זאכן עקזעסטירן אויף דער וועלט.
קודם כל, ווי איך האב שוין פריער געשריבן, עס איז בכלל נישטא אזא טייך וואס נעמט ארום עטיאפיע און קומט אן צום וויקטאריע פאלס.
צווייטנס, ווי דער איד איז אנגעקומען פון וויקטאריע פאלס צום סאהארא מדבר, ווייזט איין גאט. אט איז א מאפע ווי די דריי פלעצער: עטיאפיע, וויקטאריע פאלס און סאהארא מדבר זענען אנגעצייכנט:

די שארפקייט און הויכקייט פון וואסער וועלכע טוט אנגעבליך שטערן פון פארן ווייטער איז אויך שקר וכזב. עס זענען דא צייטן פון יאר ווען די וואסער גייט גענוג אראפ און מ'קען אריבערגיין אויף א בריק אריבער די פאלס. קוקט
אין דעם לינק וועט איר זען ווי עס זענען דא פלעצער ווי מ'קען אפילו צוקריכן צום עק פון די פאלס! דאס אז "פונעם פליגער זעט מען נישט גארנישט נאר א גרויסן טונקעלן מדבר" איז אזעלכע שטותים אזש איך שעם זיך אפילו צו ברענגן ראיות לפירכא. עס איז גענוג אנצוצייכענען צום פאקט אז הונדערטע טויזענטע מענטשן נעמען טורס מיט פליגערס העכערן פאלס יערליך (עיין אינעם לינק לעיל) און אז דער מדבר סאהארא איז טויזנטע מיילן אוועק פון דארט.
די צווייטע ארטיקל וועל איך קריטיקירן אין א צווייטן געלעגנהייט ווייל איך מיין אז איך האב שוין אינוועסטירט אין דעם תגובה מער צייט ווי הרב טעלער האט אינוועסטירט אין זיין ארטיקל...